פּערזענלעכקײטן

רעננה, אין מדינת־ישׂראל, איז אַ שטאָט פֿון אַ מיטלמעסיקער גרייס; און דאָך איז פֿאַראַן דאָרט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער. אין די לעצטע וואָכן איז דער רעננה־אָרקעסטער געוואָרן אײַנגעלאַדן צו געבן אַ קאָנצערט פֿאַרן עולם פֿון אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. דער־אָ קאָנצערט איז מצד דער אייראָפּעיִשער איינהייט אַ זשעסט — אייראָפּע טוט זיך פֿאַרנייגן פֿאַר אַלמאַ ראָזע, דער גרויסער ייִדישער פֿידלערין און דיריגענטין וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט אין אוישוויץ. די שליחות צו באַערן דאָס קינסטלערישע לעבן פֿון אַלמאַ ראָזע, די לייטערין פֿון אַ פֿרויען־אָרקעסטער, דעם־אָ קדיש־בציבור איז דערלאַנגט געוואָרן דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון רעננה.

שוידערלעך עפּעס קלינגט דער פֿאַקט, אַז אויף דער אוישוויץ־פּלאַנעטע, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע "לעבן" איז געווען טויט, זענען געווען לאַגערניקעס וואָס זייער אויפֿלאַגע פֿלעגט זײַן שפּילן מוזיק. אָט, אַלמאַ ראָזע, זי האָט אין אוישוויץ אָנגעפֿירט מיט אַן אָרקעסטער פֿון פֿערציק פֿרויען... וועגן דעם־אָ מאָדנעם ענין דערשײַנען די לעצטע יאָרן ביכער, גבֿית־עדות, פֿילמען און אַפֿילו אַן אָפּערע. אַ רײַכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע איז די פֿאַרנעמיקע אַרבעט פֿונעם מוזיקאָלאָג ריטשאַרד ניומאַן — "אַלמאַ ראָזע, ווין 1906 — אוישוויץ 1944", 500 ז׳ באָן (דײַטשלאַנד), 2003.

ריטשאַרד ניומאַן שילדערט די יאָרן פֿון מוזיקאַלישן לעבן אין ווין בסוף 19טן יאָרהונדערט. ער באַקענט אונדז מיט דער משפּחה פֿון אַלמאַ ראָזע, איר קינדהייט, אירע ערשטע מוזיק־דערפֿאָלגן ביז דעם אַרײַנמאַרש פֿון די נאַציס קיין עסטרײַך; מיר באַקענען די יאָרן פֿון גלות... און מען דערפֿילט דעם שוידער פֿון אוישוויץ־לאַגער...

בכדי אויפֿצושטעלן אַזאַ אַרומנעמענדיק ווערק האָט דער מחבר געאַרבעט אַריבער צוואַנציק יאָר. לאַנגע שמועסן האָט ער געפֿירט מיט אַלמאַס ברודער אין קאַנאַדע; ער האָט געפֿאָרשט די בײַם לעבן־געבליבענע פֿרויען פֿון אַלמאַ־אָרקעסטער, ער האָט שטודירט דעם אַרכיוו פֿון דער נישט־פּובליצירטער קאָרעספּאָנדענץ, די אַ״ג "מאַהלער־ראָזע־קאָלעקציע" וואָס געפֿינט זיך בײַם אָנטאַריאָ־אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע.

אַלמאַ איז געבוירן און אויסגעוואַקסן אין אַ פּריוויליגירטער היים וואָס האָט געטובֿלט אין מוזיק. די היים־מענטשן זענען די גרעסטע נעמען פֿון מוזיקאַלישן לעבן אין ווין. איר פֿאָטער, אַרנאָלד ראָזע, איז געווען אַ באַרימטער פֿידלער: 57 יאָר איז ער געווען קאָנצערט־מײַסטער (דער ערשטער פֿידל) פֿון דער באַרימטער "ווינער פֿילהאַרמאָניקער", ווי אויך פֿון דער ווינער מלוכה־אָפּערע. חוץ דעם האָט ער געשאַפֿן דעם וועלט־באַרימטן ראָזע־קוואַרטעט (אַן אַנסאַמבל פֿון פֿיר שטרײַך־אינסטרומענטן). אַ לאַנגע צײַט איז ער פּראָפֿעסאָר אין דער קאָנסערוואַטאָריע אין ווין. זײַנער אַ רײַך־רײַכער חסיד האָט אים אונטערגעטראָגן אַ מתּנה אַ סטראַדיוואַריוס־פֿידל (סטראַדיוואַריוס, אַ גאָונישער בויער פֿון פֿידלען מיט אַ הויך־זינגענדיקן קלאַנג, האָט געלעבט אין איטאַליע (1644—1737). איצטער, דער ברודער פֿון אַלמאַס מוטער, איז געווען דער מוזיק־גאָון גוסטאַוו מאַהלער. דער ערשטער אַלמאַס לערער פֿון פֿידלשפּיל איז געווען איר פֿאָטער. ער האָט זי אויסגעשטעלט פֿאַר אַ ווירטואָזין, ער האָט איר דערמעגלעכט אירע ערשטע געלונגענע אויפֿטריטן. צו 14 יאָר, אַ ווירטואָזין, שפּילט אַלמאַ אין אַ קאָנצערט מיט באַגלייטונג פֿון אַן אָרקעסטער.

אַלמאַ מיט איר פֿאָטער אַרנאָלד אין שוואַרצוואַלד, 1927
אַלמאַ מיט איר פֿאָטער אַרנאָלד אין שוואַרצוואַלד, 1927

און ס׳איז אַוועק אַ סדרה אויפֿטריטן אירע אין עסטרײַך און אויסלאַנד.

פֿון דער "מאַהלער־ראָזע"־קאָרעספּאָנדענץ ווערט קלאָר, אַז אַלמאַ איז אויסגעוואַקסן אַן אײַנגעשפּאַרטע פֿרוי וואָס האָט געמוזט איר ווילן דורכברעכן. אַלמאַ האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט גרויסע פּלענער. אין זעניט פֿון איר דערפֿאָלג האָט אַלמאַ צו 22 יאָר געשאַפֿן אַ מיידל־אָרקעסטער, וואָס איז געלויבט געוואָרן דורך דעם אַ״ג "ווינער וואַלס־באַאָבאַכטער"... די סאַמע גליקלעכע יאָרן פֿון ייִדישן מיידל זענען די יאָרן פֿון דערפֿאָלג פֿון איר מיידל־אָרקעסטער.

מיט דער נאַצישער דעה אין עסטרײַך האָט אַ סוף גענומען צום גליקלעכן לעבן פֿון דער ראָזע־פֿאַמיליע. אַרנאָלד ראָזע האָט מען באַזײַטיקט פֿון אַלע זײַנע מוזיקאַלישע פֿונקציעס. אַלמאַ האָט אויפֿגעגעבן איר אייגענעם אָרקעסטער. דער נאַצישער האַס צו אַלמאַ איז געווען גרויס — זיי האָבן נישט פֿאַרגעסן אירע דערפֿאָלגרײַכע אַנטי־נאַצישע קאָנצערטן פֿון די יאָרן 1934—1938. הקיצור, די משפּחה ראָזע האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן עסטרײַך. אַלמאַס עלטערער ברודער איז מיט פֿרוי און קינד אַוועק קיין קאַנאַדע; אַלמאַ מיטן טאַטן (די מוטער האָט שוין נישט געלעבט) זענען אַוועק קיין לאָנדאָן. אַרנאָלד ראָזע, דער אַלטער צעבראָכענער מענטש, גיט נאָך פֿון צײַט צו צײַט קאָנצערטן מיט זײַן קוואַרטעט. בכדי צו לינדערן דעם עול פֿון פּרנסה איז אַלמאַ אין 1939 אַוועק גאַסטראָלירן קיין האָלאַנד. און ווען די נאַציס זענען אַרײַן קיין האָלאַנד האָט אַלמאַ געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן, און דאָך — מיט אַ פּיאַניסט האָט זי בײַ רײַכע האָלענדער, שׂונאים פֿון נאַציזם, געגעבן רעציטאַלן מיט דערפֿאָלג. אָבער אויך האָלאַנד האָט זי געמוזט פֿאַרלאָזן — זי איז אַוועק קיין פֿראַנקרײַך און פֿון דאָרט האָט מען זי פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ.

געקומען קיין אוישוויץ, האָט מען אַלמאַ אַרײַנגעשיקט אין טרויעריק באַרימטן צענטן בלאָק אין וועלכן מענגעלע מיט זײַנע געהילפֿן האָבן אויף פֿרויען דורכגעפֿירט "מעדיצינישע" עקספּערימענטן פֿון וועלכע, אויב אַפֿילו מען איז אַרויס מיטן לעבן, איז מען געבליבן אַ קאַליקע ביז אין טויט אַרײַן. ביטער איז אַלמאַ געוואָרן אויף דער נשמה — זי וועט שוין אַ פֿידל נישט נעמען אין די הענט אַרײַן... וויי איז צו איר גורל!

מאַכט זיך, אַז די עס־עס־אויפֿזעערין פֿון צענטן בלאָק איז גאָר אַ ליבהאָבערין פֿון מוזיק. עפּעס האָט דער נאָמען "אַלמאַ ראָזע" צו איר גערעדט; זאָל דאָס זײַן די באַרימטע פֿידלערין? מען דאַרף דאָס קאָנטראָלירן. נו — האָט זי דער אַלמאַ דערלאַנגט אַ פֿידל און שטרענג באַפֿוילן — שפּיל! אַלמאַ האָט געעפֿנט אַ פּאָר אויגן... עס־עס־לײַט־ליבהאָבער פֿון מוזיק? זי האָט אָבער לאַנג נישט געטראַכט — אַ באַפֿעל איז אַ באַפֿעל — און אַז אַלמאַס פֿידל האָט זיך צעזונגען האָט אַ שמייכל ווייכער געמאַכט דעם פּרצוף פֿון דער ברוטאַלער עס־עס־לייטערין — יאָ! דאָס איז די באַרימטע פֿידלערין! — און זי האָט אַלמאַ אַרויסגענומען פֿון בלאָק צען און זי אַרײַנגעשיקט אין דעם פֿרויען־אָרקעסטער פֿון אוישוויץ־בירקענוי.

יאָ, ליבע לייענער, אויף דער אוישוויץ־פּלאַנעטע, וווּ מענטשן האָט מען אומגעבראַכט מאַסנווײַז, האָבן די עס־עס־בעסטיעס ליב געהאַט צו הערן מוזיק — און נישט בלויז פֿאַרווײַלערישע מוזיק, אלא אויך די שאַפֿונג פֿון פֿרומען באַך און די מוזיק פֿון הומאַנעם בעטהאָווען!.. ווי קאָן דאָס אַ מענטשלעך לאָגישער שׂכל באַנעמען? ווי אַזוי פּאָרט זיך די אָרגאַניזירטע פֿאַרניכטונג פֿון מענטשן מיט ליבשאַפֿט צו קונסט, צו מוזיק? מאָדנע, טרויעריק און נישט פֿאַרשטענדלעך!!! דער פֿרויען־אָרקעסטער איז באַשטאַנען פֿון 40 מוזיקערינס ייִדישע און נישט ייִדישע פֿון פֿאַרשיידענע לענדער — ס׳רובֿ אַמאַטאָרן — איינצלנע בלויז פּראָפֿעסיאָנעלע מזויקערינס. גאַנץ שנעל האָט אַלמאַ איבערגענומען די אָרקעסטער־לייטונג. מען דאַרף באַמערקן, אַז געהערן צום אָרקעסטער איז געווען אַ באַזונדער גליק: מען האָט אויסגעמיטן די ביטערע אַרבעט און גענאָסן פֿון אייניקע פּריווילעגיעס: מען האָט געוווינט אין אַ באַזונדערן בעסערן בלאָק מיט אַן אויוון אין ווינטער, און באַקומען עטוואָס מער באַשפּײַזונג. קורץ, פֿאַראַן געווען גרעסערע שאַנסן אַרויסצוגיין פֿון לאַגער מיטן לעבן.

אַן אַפֿיש פֿון אַלמאַס קאָנצערט אין רעגענסבורג, 1931
אַן אַפֿיש פֿון אַלמאַס קאָנצערט אין רעגענסבורג, 1931

אַלמאַ האָט גאַנץ גוט געוווּסט, אַז זייער לעבן איז אָפּהענגיק פֿון דער מוזיק. ובֿכן, האָט זי פֿון אירע פֿרויען פֿאַרלאַנגט דעם מאַקסימום־אָנשטרענג. זי פֿלעגט צו זיי רעדן און זאָגן: "אויב וועלן מיר נישט שפּילן גוט וועלן מיר גיין אין גאַזקאַמער"...

אַלמאַ האָט זיך אַוועקגעברענגט, אַז דער אָרקעסטער זאָל דערגרייכן אַ לײַטישן ניוואָ. די ווייניק קוואַליפֿיצירטע מוזיקערינס האָט זי ממש גענייט צו אַרבעטן גאַנצע טעג אויף צו בלײַבן לעבן. מיט איר אײַנגעבוירענער עקשנות האָט אַלמאַ אירע שפּילערינס פּראָפֿעסיאָנעל געפֿורעמט, און מוזיקאַליש זיי פּאָלירט.

יאָ, לאָמיר באַמערקן: די אויפֿגאַבע פֿונעם אָרקעסטער איז געווען יעדן טאָג, גאַנץ פֿרי, מיט מאַרשן באַגלייטן די לאַגערניקעס צו דער אַרבעט, כּדי זיי זאָלן גיין צום טאַקט. לויט געוויסע עדות האָט דער אָרקעסטער געשפּילט בעת סעלעקציעס אויך, כּדי די אומגליקלעכע לאַגערניקעס צו פֿאַרנאַרן... איצטער, זונטיק האָט דער אַלמאַ־אָרקעסטער געגעבן קאָנצערטן פֿאַר די עס־עס־לײַט; געשפּילט פֿאַרברענג־מוזיק. פֿאַר די גדולים פֿון עס־עס, די מוזיק־מבֿינים, פֿאַר זיי האָט אַלמאַ מיט איר אָרקעסטער דערלאַנגט ערנסטע שאַפֿונגען פֿון באַך, מאָצאַרט און בעטהאָווען. די 5טע בעטהאָווען־סימפֿאָניע האָט מען געשפּילט! ס׳איז אינטערעסאַנט ביז גאָר, אַז מענגעלע איז געווען אַ באַזונדערער ליבהאָבער פֿון מוזיק. באַזונדער פֿאַר אים האָט אַלמאַ געמוזט שפּילן פֿידל. אינטערעסאַנט — די פֿרויען פֿונעם אָרקעסטער פֿלעגן, ווי אַלע לאַגערניקעס, גיין אין די געשטרײַפֿטע בגדים. בעת די קאָנצערטן פֿאַר דער עס־עס־עליטע האָבן די פֿרויען פֿון דער אַלמאַ־אָרקעסטער געטראָגן ווײַסע בלוזקעס מיט בלויע ספּודניצעס. עלעגאַנט!.. די עס־עס זענען געווען מבֿינים אויף אַלמאַס טאַלאַנט און זיי האָבן זי געלויבט, זי גערופֿן "פֿראַו אַלמאַ..!" אַ נישט געהערטע זאַך אין אוישוויץ.

אַלמאַ האָט, אמת, איר אָרקעסטער דערהויבן, געמאַכט פֿון אים אַ קלינגענדיקן אינסטרומענט. אינעם אָרקעסטער האָבן אָבער געפֿעלט בלאָז־אינסטרומענטן אויף אויסצופֿירן מוזיק פֿון די גרויסע שעפֿער. נו, האָט אַלמאַ געמאַכט טראַנסקריפּציעס; 200 טראַנסקריפּציעס פֿון גרויסע און ערנסטע ווערק האָט זי צונויפֿגעשטעלט! אַלמאַס טאַלאַנט האָט געמאַכט אַ רושם אויף די ברוטאַלע עס־עס־מערדער.

אַן עדות דערציילט: "אין אַ טאָג איז אין באַראַק (פֿון אָרקעסטער) אַרײַנגעפֿאַלן דער לאַגער־קאָמענדאַנט באַגלייט פֿון 2 עס־עס־אָפֿיצירן. אין באַראַק איז געוואָרן אַ טויטע שטילקייט. דער קאָמענדאַנט האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ שטול און אַראָפּגענומען פֿון קאָפּ דעם קאַשקעט. נאָך עטלעכע מינוטן פֿון שטילקייט האָט אַלמאַ זיך געוואָנדן צום נאַצי־גדול מיט אַ פֿראַגע — וואָס וואָלט דער הער לאַגער־קאָמענדאַנט געוואָלט הערן שפּילן? "די 'טרוימער’ פֿון שומאַן", האָט דער נאַצי־מערדער דערקלערט און באַלד צוגעגעבן, "דאָס דאָזיקע ווערק איז וווּנדערלעך סענטימענטאַל; ס׳רעדט זעלטן צום האַרץ!" (די ברוטאַלע בעסטיע זאָל האָבן אַ האַרץ... געוואַלד! געוואַלד!) אַלמאַ האָט פֿאַרענדיקט און דער נאַצי האָט מיט ענטוזיאַזם אויסגערופֿן: "אַך! ווי שיין, ווי עמאָציאָנעל איז דאָס ווערק פֿון שומאַן!"

דעם 2טן אַפּריל האָט דער אַלמאַ־אָרקעסטער געגעבן אַ נאָכמיטאָג־קאָנצערט לכּבֿוד דעם געבורטסטאָג פֿון אַ חשובֿן עס־עס־מאַן, און אין אָוונט האָט די "פֿראַו" אַלמאַ געוויזן איר מוזיקאַלישן טאַלאַנט. אָפּגעשפּילט, האָט זי עפּעס טועם געווען פֿון געגרייטן טיש און... געוואָרן פֿאַרסמט. דאָקטוירים האָבן אַלץ געטאָן זי צו ראַטעווען. מענגעלע אַליין האָט זיך אַוועקגעברענגט. דעם 5טן אַפּריל איז אַלמאַ ראָזע אַוועק פֿון דער וועלט. ס׳איז צו באַמערקן, אַז דער אַלמאַ־נאָמען איז אויסגעקריצט אויף דער משפּחה־מצבֿה אויפֿן בית־הקבֿרות אין ווין.

אין יאָר 1969 האָט דער שטאָטראַט פֿון ווין אָנגערופֿן אַ גאַס אויפֿן נאָמען פֿון אלמאַ ראָזע. אויפֿן הויז פֿון איר פֿאָטער איז געוואָרן אָנגעקלאַפּט אַן אָנדענק־טאָוול.

פֿאַראַן אַן איינציקע פּלאַטע פֿון 1928: דאָרט שפּילט אַלמאַ מיטן טאַטן דעם טאָפּלטן פֿידל־קאָנצערט מיט אָרקעסטער פֿון באַך.

צום סוף דאַרף מען באַמערקן, אַז אַלמאַ ראָזע האָט מיט איר עקשנות פֿיל פֿרויען געראַטעוועט פֿון טויט. זי איז אָבער אַוועק פֿון דער וועלט ערבֿ דער ליקווידאַציע פֿון אוישוויץ.