- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
משה העס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט באָן (דײַטשלאַנד) אין יאָר 1812 אין אַ משפּחה פֿון רבנים און תּלמידי־חכמים. זייער הויז האָט געטובֿלט אין פֿרום ייִדישן גײַסט ווײַט פֿון די נײַע ווינטן וואָס האָבן דאַן אַרומגעכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה. זייער הויז איז געווען פֿון רײַכן סוחרישן שטאַנד. דער קליינער משה האָט זיך דערצויגן אין דער היים פֿון זיידן וואָס איז געווען אַ ייִד פֿון אַלטן שניט ייִדישע סוחרים תּלמידי־חכמים, וואָס אײַנגעטונקען אין ייִדישע לעבנסזאַפֿטן, האָבן זיי געהיט דעם גײַסט פֿון ייִדישן לעבן. משה העס האָט פֿון זיידן גאַנצע עמערס ייִדיש וויסן געשעפּט. דער פֿרום־האַרציקער ייִד האָט באַאײַנדרוקט דאָס קינד מיט זײַן וויסן, מיט זײַן טיפֿער אמונה אין נצח־ישׂראל — ער האָט אים באַאײַנדרוקט מיט זײַן האַרבן געשטעל לגבי די אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס דערמאָנען דעם זיידן זײַנעם: "אַ גאַנץ יאָר, נאָך זײַנע טעגלעכע געשעפֿטן, פֿלעגט דער זיידע ביז האַלבער נאַכט לערנען תּלמוד מיט מפֿרשים: ער פֿלעגט לייענען פֿאַר זײַנע אייניקלעך אַגדות וועגן חורבן־ירושלים, און די שניי־ווײַסע באָרד פֿון אַלטן מאַן האָט זיך באַנעצט מיט טרערן. יאָ — אויך מיר, קינדער, פֿלעגן נישט קאָנען אײַנהאַלטן זיך פֿון געוויין; באַזונדערס, ווען ער האָט דערציילט ווי די מאַמע רחל איז אויפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר און געקלאָגט אויף אירע אומגליקלעכע קינדער". ווער איז געווען בראָניסלאַוו הובערמאַן? בראָניסלאַוו הובערמאַן, דער געבוירענער אין דער פּוילישער שטאָט טשענסטאָכאָוו, איז געווען אַ זעלטענער פֿאַרטײַטשער פֿון נגינה: ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסנאַמיקע טעכנישע באַגאַבונג, טעמפּעראַמענט און גײַסט. הובערמאַן איז געווען אַ וווּנדערקינד! דער ערשטער מבֿין אויף אים איז געווען זײַן טאַטע דער אַדוואָקאַט, אַ מוזיקער פֿון זעלבסטבילדונג. דער פֿאָטער, ווען ער האָט אים גענומען אין די הענט אַרײַן, איז ער איבערראַשט געוואָרן פֿונעם געוואַלדיקן טאַלאַנט פֿון זײַן קינד. דער קליינער יונג האָט געמאַכט קאָלאָסאַלע פֿאָרשריטן. עפּעס דערציילט מען מופֿתים פֿון קליינעם בראָנעק! צו פֿינף יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ פּוילישן אַריסטאָקראַטישן סאַלאָן און פֿון זכּרון איבערגעחזרט די פֿידל־שאַפֿונג, וועלכע דער אָפֿיציעלער גאַסט־פֿידלער האָט אויסגעפֿירט! דער עולם איז געווען דערשטוינט — אַ קינד זאָל אַזעלכס באַווײַזן! ער וואַקסט אַ גאָון, דער קליינער יונג! הכּלל, די געסט האָבן זיך שוין אַוועקגעשטעלט אין דער ריי אויסצוקושן דאָס אויסנאַמיקע קינד. אין אַ האַרבסטיקן טאָג אין יאָר 1951 איז ער אין צפֿון־אַמעריקע אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 57 יאָר. ער איז געווען אַ מיניאַטוריסט און אַ קאַריקאַטוריסט פֿון די גאָר בײַסיקסטע. שיק געהערט צו דער פּלעיאַדע ייִדישע קינסטלער וואָס זענען מיט אימפּעט אַרײַן אין דער וועלטקונסט און מרעיש־עולם געווען. אין זײַן בוך בשם "אַרטור שיק" זאָגט דער ייִדישער שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן: "שיק איז געווען דער ערשטער ייִדישער קינסטלער וואָס האָט דאָס בילד צוריקגעבראַכט צום וואָרט, און די פּלאַסטישע קונסט האַרמאָניש צונויפֿגעוועבט מיטן ספֿר". דער ייִדישער היסטאָריקער באַלאַבאַן זאָגט: "שיק האָט משדך געווען דאָס וואָרט מיטן בילד — ער האָט פֿון וואָרט געמאַכט אַ בילד און פֿון בילד געשאַפֿן אַ וואָרט". איצטער זענען די שיק־קאַריקאַטורן אַ קוואַל פֿון בײַסיקער סאַטירע און חוזק — זיי טרעפֿן אַלע אין פּינטל אַרײַן. אַרטור שיק איז געבוירן אין לאָדזש (פּוילן) בײַ רײַכע און קולטורעלע עלטערן: זײַן היים האָט געטובֿלט אין ייִדישער און אייראָפּעיִשער קולטור. מען דערציילט, אַז צו זעקס יאָר האָט דער קליינער אַרטור גענומען צייכענען. צו נײַן יאָר האָט ער שוין גענומען לערנען תּורת־קונסט, און ווען די עלטערן האָבן אײַנגעזען, אַז אַרטורס טאַלאַנט נעמט רעדן רייד, האָבן זיי אים צו 16 יאָר געשיקט קיין פּאַריז לערנען קונסט. בשעת אַרטור שיק איז אין 1910 געקומען קיין פֿראַנקרײַך, איז פּאַריז, די מעטראָפּאָליע פֿון קונסט, אַ פֿאַרזאַמל פֿון יונגע טאַלאַנטן מאַרבע־פּינות־העולם. אײַ! האָט זיך אין דעם דעמאָלטיקן פּאַריז של־מעלה אַ ביסל גערודערט! די יונגע קינסטלערישע חבֿרה האָט רעוואָלטירט קעגן די דינים פֿון רעאַליסטישן באַנעם — זיי האָבן געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער קונסט. דער יונגער שיק האָט זיך צוגעהערט צו די פֿײַערדיקע דיסקוסיעס אין די קאַפֿעען פֿון פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס, געוואָרן טיילווײַז מיטגעריסן מיטן שטראָם, אָבער נישט אויף לאַנג. "קאַרמען", די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָפּערע־ווערק אין דער געשיכטע פֿון מוזיק (און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע). אַזוי איז די סיטואַציע הײַנט־צו־טאָג. אַ קאַפּיטשקע אַנדערש האָט די געשיכטע אויסגעזען אין יאַנואַר 1875, ווען נאָך דער פּרעמיערע האָט דער שאָקירטער באַלעבאַטישער עולם "אָפּגעדאַנקט" דעם ספּעקטאַקל מיט קנאַפּע אַפּלאָדיסמענטן. צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, האָבן אַ טייל מוזיק־מבֿינים שאַרף קריטיקירט די אָפּערע. די "שאַרפֿע קעפּ" פֿון דער באַלעבאַטישער קריטיק האָבן די אָפּערע "קאַרמען" געפּסלט!... וואָס איז געווען די סיבה פֿון דער נעגאַטיווער אָפּשאַצונג פֿונעם מוזיקאַלישן ווערק פֿון ביזע? שאָקירט האָט די באַזוכער קודם־כּל די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי קאַרמען, וואָס זינגט די הויפּטראָלע. די קריטיק, וואָס האָט געפֿורעמט דעם בירגערלעכן געשמאַק, האָט געפּסקנט — "קאַרמען" טראָגט נישט קיין מאָראַלישן כאַראַקטער... די רייד פֿון דער קריטיק האָבן נישט געשטערט, אַז די אָפּערע "קאַרמען" איז אין די ערשטע דרײַ חדשים געגאַנגען אַריבער דרײַסיק מאָל, און גלײַך אַריבער אויף אַ בינע אין ווין און אין דער וועלט. זשאַן באַומגאַרטן, דער פֿראַנצויזישער ייִד, איז אַ פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש און פֿון אַלט־אַלטער ליטעראַטור אויף ייִדיש. זײַן בוך "דער אַרײַנפֿיר אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור" (אין פֿראַנצויזיש, פּאַריז, 1993) האָט געמאַכט אַ רושם: דער מחבר איז געוואָרן באַלוינט מיט אַ פּרײַז — זײַן פֿאָרשונג איז אַ טיפֿער אַרײַנבליק אינעם אויסוויקל פֿון אונדזער אַלט־ייִדיש. זשאַן באַומגאַרטן טוט באַמערקן, אַז אין די סופֿיקע יאָרן פֿון מיטלעלטער און אינעם אָנהייב פֿון דער נײַער צײַט ווערט אַ לשון־קודש־טעקסט פֿון אַ רעליגיעזן כאַראַקטער שוין בלויז צוגענגלעך פֿאַר אַ באַגרענעצטן עולם, ווײַל דאָס רובֿ עמך־מענטשן באַקומען שוין אַ קנאַפּע בילדונג. בכדי דער פֿאָלקס־עולם זאָל זיך באַקענען מיט די ייִדיש־טראַדיציאָנעלע יסודות מוזן אַשכּנזישע ייִדן אָנקומען צו אַ "טײַטש"־כּתבֿ. * * * מען דאַרף זאָגן, אַז די צײַט פֿון רענעסאַנס איז אַ קוואַל פֿון שאַרפֿע אינטעלעקטועלע קעפּ: שרײַבער, פּאָעטן און פֿילאָלאָגן, פֿאָרשער פֿון אַלטערטימלעכע קולטורן און שפּראַכן, דאַרונטער פֿון אונדזער לשון־קודש. היות דער רענעסאַנס האָט באַאײַנפֿלוסט די ייִדישע סבֿיבֿה אין איטאַליע האָבן זיך אויך בײַ ייִדן דאָרט באַוויזן הומאַניסטן — שאַרפֿע קעפּ. איינער אַזאַ שאַרפֿער ייִדישער קאָפּ איז געווען אליהו בחור, דער מחבר פֿון באַרימטן "בבֿא"־בוך, וואָס איז אַרויס אין דרוק אין 1541. דאָס ווערק, אין פֿערזן און אין גײַסט פֿון איטאַליענישן הומאַניזם, איז דאָס ערשטע נישט־רעליגיעזע ווערק אין אַלטן לשון־ייִדיש. לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון ייִדישן מוזיק־גאָון מאַהלער קומט פֿאָר אין פּאַריזער מוזיי "אָרס" אַ גרויסע אויסשטעלונג אים געווידמעט. מיט דער הילף פֿון מאָלערײַ און צייכענונג, סקולפּטור און פֿאָטאָ, פֿון מאַנוסקריפּטן — ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע — אַלץ באַגלייט מיט קאָנצערטן פֿון מאַהלערס שאַפֿונגען, ווערט דעם באַזוכער דערלאַנגט אַ בילד פֿון לעבן און שאַפֿן פֿון דעם דאָזיקן גרויסן מוזיק־שאַפֿער. 100 יאָר נאָך מאַהלערס טויט, ווען די מוזיק־פֿאָרשונג טוט אין אים אײַנזען אַ זעלטענעם גאָון פֿון אַ סימפֿאָניסט, האָט מען אין גאַנצן פֿאַרגעסן זײַן רײַך מוזיקאַליש לעבן: מען האָט פֿאַרגעסן, אַז מאַהלער איז געווען אַ וווּנדערלעכער דיריגענט און געשטאַנען אין שפּיץ פֿון די סאַמע באַרימטסטע אָרקעסטערס פֿון זײַן צײַט. מען האָט אויך פֿאַרגעסן, אַז פּאַראַלעל צו דער־אָ טעטיקייט האָט מאַהלער, אַ לעבן־לאַנג אָנגעפֿירט מיט אָפּעראַ־טעאַטערס און אײַנגעפֿירט דאָרט אַן איבערקערעניש בײַם שטעלן אַן אָפּעראַ־ווערק. גוסטאַוו מאַהלער, געבוירן אין אַ דאָרף אין דער טשעכישער פּראָווינץ באָהעמיע, קערט זיך אָן דער ייִדיש־טשעכישער מינדערהייט וואָס האָט זיך אויסגעלעבט אין דער דײַטשישער שפּראַך און קולטור (טשעכיע איז נאָך דאַן אונטער דער עסטרײַך־אונגאַרישער ממשלה). מאַהלערס טאַטע, הגם אַ זון פֿון אַ דאָרפֿישן פּעדלער, ווײַט נישט קיין עושר, האָט חתונה געהאַט מיט אַ טאָכטער פֿון אַ רײַכן זייף־פֿאַבריקאַנט, און מיט דער הילף פֿון שווער געוואָרן אַ סוחר. רעננה, אין מדינת־ישׂראל, איז אַ שטאָט פֿון אַ מיטלמעסיקער גרייס; און דאָך איז פֿאַראַן דאָרט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער. אין די לעצטע וואָכן איז דער רעננה־אָרקעסטער געוואָרן אײַנגעלאַדן צו געבן אַ קאָנצערט פֿאַרן עולם פֿון אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. דער־אָ קאָנצערט איז מצד דער אייראָפּעיִשער איינהייט אַ זשעסט — אייראָפּע טוט זיך פֿאַרנייגן פֿאַר אַלמאַ ראָזע, דער גרויסער ייִדישער פֿידלערין און דיריגענטין וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט אין אוישוויץ. די שליחות צו באַערן דאָס קינסטלערישע לעבן פֿון אַלמאַ ראָזע, די לייטערין פֿון אַ פֿרויען־אָרקעסטער, דעם־אָ קדיש־בציבור איז דערלאַנגט געוואָרן דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון רעננה. שוידערלעך עפּעס קלינגט דער פֿאַקט, אַז אויף דער אוישוויץ־פּלאַנעטע, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע "לעבן" איז געווען טויט, זענען געווען לאַגערניקעס וואָס זייער אויפֿלאַגע פֿלעגט זײַן שפּילן מוזיק. אָט, אַלמאַ ראָזע, זי האָט אין אוישוויץ אָנגעפֿירט מיט אַן אָרקעסטער פֿון פֿערציק פֿרויען... וועגן דעם־אָ מאָדנעם ענין דערשײַנען די לעצטע יאָרן ביכער, גבֿית־עדות, פֿילמען און אַפֿילו אַן אָפּערע. אַ רײַכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע איז די פֿאַרנעמיקע אַרבעט פֿונעם מוזיקאָלאָג ריטשאַרד ניומאַן — "אַלמאַ ראָזע, ווין 1906 — אוישוויץ 1944", 500 ז׳ באָן (דײַטשלאַנד), 2003. ריטשאַרד ניומאַן שילדערט די יאָרן פֿון מוזיקאַלישן לעבן אין ווין בסוף 19טן יאָרהונדערט. ער באַקענט אונדז מיט דער משפּחה פֿון אַלמאַ ראָזע, איר קינדהייט, אירע ערשטע מוזיק־דערפֿאָלגן ביז דעם אַרײַנמאַרש פֿון די נאַציס קיין עסטרײַך; מיר באַקענען די יאָרן פֿון גלות... און מען דערפֿילט דעם שוידער פֿון אוישוויץ־לאַגער... ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט. ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק. פֿאַראַן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ גאַסן, וואָס טראָגן דעם נאָמען "קרעמיע". דעם כּבֿוד האָט דער ייִד, דער "שׂר־הגדול ליהודים", ווי ייִדן האָבן אים באַקרוינט, כּשר פֿאַרדינט: אַ לעבן לאַנג האָט ער פֿאַרטיידיקט דעם ייִדישן כּבֿוד אין פֿראַנקרײַך און מחוץ פֿראַנקרײַך. קרעמיע איז אויך געווען אַ גרויסער מלוכה־מאַן — ער האָט אומדערמידלעך געאַרבעט פֿאַר אַ ליבעראַל פֿראַנקרײַך. הקיצור, צו די 130 יאָר פֿון זײַן טויט איז כּדאַי וועגן אים צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. לאָמיר גיין מיט אַ סדר און אָנווײַזן אייניקע וויכטיקע מעשׂים פֿון דעם גרויסן ייִדישן מענטש. פֿראַנצויזישע מחברין בעאַטריס פֿיליפּ מאַכט אַן אינטערעסאַנטן שפּאַציר איבער דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן פּאַריז זינט 1789 (500 ייִדן דאַן אין פּאַריז), ביז די טרויעריקע יאָרן פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס (פֿאַראַן דעמאָלט אין פּאַריז 70 טויזנט ייִדן) לאָמיר זאָגן דעם אמת — ייִדן האָבן נישט קיין פֿויגלדיקע היסטאָרישע זכרונות פֿון דער שטאָט פּאַריז. בזמן־המיטלעלטער, ווען פּאַריז איז געווען אַ רײַכע שטאָט, געלאָקט פֿרעמדע פֿון מרחקים, האָבן ייִדן געגעסן דאָ ברויט מיט פּוטער. די שיינע ייִדישע קהילה האָט געהאַט אַ ישיבֿה און גרויסע ייִדישע למדנים — אָבער וואָס איז די פּעולה? אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי! איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום. קורץ פֿאַרן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט דערשײַנט רחל, די טאָכטער פֿון ייִדישן עושר, אין צענטער פֿון גײַסטיקן בערלין. ווער איז געווען רחל לעווין? אָט שרײַבט זי: אַ "ייִדישקע אָן פֿיזישן רייץ, אַ פֿרוי מיט גײַסטיקע צרות"; מיט ליידן, מחמת איר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגלײַכהייט און שׂינאה. מענטשן פֿון איר צײַט האָבן זי באַוווּנדערט; זי באַטראַכט, פֿאַר אַ פֿרויען־זשעני. הײַנריך הײַנע האָט פּראָקלאַמירט, אַז זי איז "די גײַסטרײַכסטע פֿרוי פֿון אוניווערס!" רחל האָט געקעמפֿט פֿאַר עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי, פֿאַר פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון מענטשן אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם, "אָן טוישן דעם רעליגיעזן שילד, אָן זיך צו ‘לעגיטימירן’ און ‘צופּאַסן’ זיך צום כּלל" (אירע רייד). |