- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט מען געוואַרט אינעם מיטעלן מיזרח און זיך צוגעהערט צו איר אין אייראָפּע. אייגנטלעך, האָט ער נישט געזאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס ס'האָבן פֿאַר אים נישט געהאַט געזאָגט די פֿאָריקע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, באַזונדערס וואָס שייך די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען; מ'האָט אַפֿילו דערוואַרט, אַז ער וועט אָנרירן די אָנגעווייטיקטע גרענעץ־טעמע פֿון 1967. אָבער ווען ער האָט זי טאַקע אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול, האָבן ס'רובֿ ייִדן איבער דער וועלט און אין ישׂראל בפֿרט, נאָך שאַרפֿער דערפֿילט דעם ווייטיק און דעם אומפֿאַרמײַנדלעכן דראַנג פֿון גורל. דער ישׂראל־פּרעמיער, בנימין נתניהו, וואָס האָט אָבאַמאַס רעדע געהערט אין עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, איז ווי ספּעציעל געקומען אַרויסצוברענגען זײַן ענטפֿער, זײַן "לא מיט אַן אלף!" — זאָגן עס גלײַך אין די אויגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל עס הערן.
A New York Jew in China ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט אָפּשטאַטן זײַן ערשטן וויזיט אין פּוילן דעם פֿרײַטיק, ווי אַ טייל פֿון זײַן אייראָפּעיִשן טור, וועט ער זיך אויך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע בײַם וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל און כאַפּן אַ בליק אויף דעם כּמעט־פֿאַרענדיקטן מאָדערנעם בנין, וווּ עס וועט זיך געפֿינען דער "מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן" — אַן אייגנאַרטיקע אינסטיטוציע, וואָס האָפֿט צו פֿאַראייביקן דעם צושטײַער פֿון די ייִדן אין פּוילן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר. הינטער די קוליסן האָט זיך אָבער צעפֿלאַקערט אַ מחלוקת וועגן דער רעזיגנאַציע פֿונעם לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, יעזשי האַלבערשטאַדט. אין צווישן־צײַט פֿירט אָן מיטן מוזיי זײַן פֿאַרטרעטערין, אַגניעשקאַ רודזינסקאַ. דער 59־יאָריקער האַלבערשטאַדט, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין וואַרשע נאָך דער מלחמה, און איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם מוזיי, האָט פֿריִער געאַרבעט כּמעט 15 יאָר לאַנג בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן ווי זײַן פּוילישער פֿאָרשטייער. קיין מער באַקאַנטער ייִד אין דער וועלט פֿון מוזיק ווי באָב דילאָן איז נישט פֿאַראַן. אַ דאַנק זײַן קאַריערע וואָס דעקט פֿופֿציק יאָר, זענען אויפֿגעוואַקסן עטלעכע דורות מיט זײַנע לידער, וועלכע זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. און, כאָטש דילאָן איז אַ ייִד, ווערט אַ שמועס וועגן זײַן ייִדישקייט זייער קאָמפּליצירט צוליב זײַן האַלב־באַהאַלטענעם, מיסטעריעזן אופֿן פֿון קאָמוניקירן מיט דער דרויסנדיקער וועלט. צי ער האָט עפּעס בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער מוזיק, איז אויך נישט קלאָר. באָב דילאָן איז געבוירן געוואָרן מיטן ייִדישן נאָמען שבתי־זיסל צימערמאַן, אין היבינג, אַ קליין שטעטל אינעם שטאַט מינעסאָטאַ. זײַנע זיידע־באָבע פֿון דער מאַמעס צד, זענען געווען ליטווישע ייִדן און געקומען קיין אַמעריקע אין 1902. דילאָן אַליין האָט געשריבן אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אַז פֿונעם טאַטנס צד, שטאַמט ער פֿון טערקישע ייִדן. די ייִדישע קהילה פֿון היבינג איז געווען אַ גאָר קליינע. צי האָט ער געהאַט אַ בר־מיצווה, ווייסט מען נישט. ער האָט געשפּילט אין עטלעכע ראָק־און־ראָל גרופּעס, אָבער זיך אינטערעסירט מער אין פֿאָלקמוזיק, ווען ער האָט זיך אַריבערגעצויגן צו דער גרעסערער שטאָט מינעאַפּאָליס צו שטודירן אינעם אוניווערסיטעט אין 1959. ווי קען איך אײַך אָפּשילדערן קראַון־הײַטס ווי געהעריק, די חב״דסקע מדינה מיטן פֿאַרהייליקטן אַדרעס: 770 איסטערן פּאַרקוויי? אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין מאָלערין. די גאַסן באַלעבאַטעווען אין שוואַרצן: שוואַרצע קאַפּאָטעס, שוואַרצע בערד, שוואַרצע קאַפּעליושן, שטרײַמלעך. בײַ אַ צאָל פֿון זיי פֿינקלען אַראָפּ ווײַסע, זילבערנע הרודעס בערד. דאָ אײַלן זיך ערגעץ טאַטעס מיט זייער קליינוואַרג. ס׳איז, הערט, ערבֿ־פּסח. אָט האָט איר דאָ אַן אַלטן זקן אַ דעמב און אָט באַווײַזט זיך אַ דריבנע ייִדעלע. ערנסט און ברוגזלעך. אַ פּנים, ער גרייט זיך צום מה־נשתּנה פֿון זײַנע אייניקלעך און אוראייניקלעך און ווייסט נישט וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך. ס׳איז אַ געיעג נאָך שמורה־מצה, ליכט, זילבער־געשטעק. די חבֿרה קליינוואַרג גייען נאָך די טאַטעס אַזוי סטאַטעטשנע טריט בײַ טריט. זיי טראָגן זיכער אַלע תּנ״כישע נעמען פֿון פֿאַרצײַטיקע אָבֿות און אמהות; נבֿיאים און מלכים, ווי שלמהלע און איציקל, רבֿקהלע און שׂרהלע. די זעלבע קינדערלעך זײַנען נישט אַרומגערינגלט מיט קיין קינאָס און טעאַטערס, גערטנער, ביכער, פֿוסבאָל, טומל, טעלעוויזאָרן. די ענגלישע און, צו מאָל, די ייִדישע צײַטונגען וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו זייער אויסטײַטש פֿון ייִדישקייט און אַרט לעבן — זיי ווערן אָפּגעשטויסן ווי חמץ. שווימט בײַ מיר אויף די קשיא. נישט שוין זשע אַזוי זעט אויס אונדזער ייִדישלאַנד? הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה... אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן... וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן. אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר הײַיאָר כּסדר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿון די ערשטע דרײַ חומשים, אין שײַכות מיט זייערע נעמען. ווי ס׳איז באַקאַנט, גייט אינעם חומש "בראשית" אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף, וועגן דעם אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע און וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות. אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה שטייט אָבער דער מענטש. די תּורה ווײַזט אַ וועג, ווי אַזוי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט. ס׳איז אַ ג־טלעכער וועגווײַזער, אָנגעשריבן אויף אַ מענטשלעכער שפּראַך דווקא פֿאַר מענטשן. די עיקר־טעמע פֿונעם חומש "בראשית" איז די אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער ציוויליאַזאַציע. דער חומש "שמות" דערציילט אונדז וועגן יציאת־מצרים, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס פֿון אַ גײַסטיקן קוקווינקל. צוליב זייער מסירת־נפֿש, האָבן די ייִדן זיך באַפֿרײַט, על־פּי־נס, פֿון שקלאַפֿערײַ. שפּעטער האָבן זיי באַקומען פֿאַרשיידענע מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט יושרדיקע מענטשלעכע באַציִונגען, און געוויזן אַ מוסטער פֿון אַחדות לשם־שמים בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן. לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון ייִדישן מוזיק־גאָון מאַהלער קומט פֿאָר אין פּאַריזער מוזיי "אָרס" אַ גרויסע אויסשטעלונג אים געווידמעט. מיט דער הילף פֿון מאָלערײַ און צייכענונג, סקולפּטור און פֿאָטאָ, פֿון מאַנוסקריפּטן — ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע — אַלץ באַגלייט מיט קאָנצערטן פֿון מאַהלערס שאַפֿונגען, ווערט דעם באַזוכער דערלאַנגט אַ בילד פֿון לעבן און שאַפֿן פֿון דעם דאָזיקן גרויסן מוזיק־שאַפֿער. 100 יאָר נאָך מאַהלערס טויט, ווען די מוזיק־פֿאָרשונג טוט אין אים אײַנזען אַ זעלטענעם גאָון פֿון אַ סימפֿאָניסט, האָט מען אין גאַנצן פֿאַרגעסן זײַן רײַך מוזיקאַליש לעבן: מען האָט פֿאַרגעסן, אַז מאַהלער איז געווען אַ וווּנדערלעכער דיריגענט און געשטאַנען אין שפּיץ פֿון די סאַמע באַרימטסטע אָרקעסטערס פֿון זײַן צײַט. מען האָט אויך פֿאַרגעסן, אַז פּאַראַלעל צו דער־אָ טעטיקייט האָט מאַהלער, אַ לעבן־לאַנג אָנגעפֿירט מיט אָפּעראַ־טעאַטערס און אײַנגעפֿירט דאָרט אַן איבערקערעניש בײַם שטעלן אַן אָפּעראַ־ווערק. גוסטאַוו מאַהלער, געבוירן אין אַ דאָרף אין דער טשעכישער פּראָווינץ באָהעמיע, קערט זיך אָן דער ייִדיש־טשעכישער מינדערהייט וואָס האָט זיך אויסגעלעבט אין דער דײַטשישער שפּראַך און קולטור (טשעכיע איז נאָך דאַן אונטער דער עסטרײַך־אונגאַרישער ממשלה). מאַהלערס טאַטע, הגם אַ זון פֿון אַ דאָרפֿישן פּעדלער, ווײַט נישט קיין עושר, האָט חתונה געהאַט מיט אַ טאָכטער פֿון אַ רײַכן זייף־פֿאַבריקאַנט, און מיט דער הילף פֿון שווער געוואָרן אַ סוחר.
לעוו בערינסקי. לעוו בערינסקי איז אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, וואָס לאָזט זיך ניט אַרײַנקוועטשן אינעם סדום־בעטל פֿון דעפֿיניציעס. ער שרײַבט אויף רוסיש און ייִדיש, וווינט אין ישׂראל אָבער באַקאַנט איז ער מערסטנס אין דײַטשלאַנד. אַ דיכטער אין זײַן עצם און מהות, איז ער אויך אַ באַגאַבטער איבערזעצער, זשורנאַליסט און עסיייִסט. זײַנע ווערק זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער כּלערליי פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער סטיליסטיש און אידעיִש זײַנען זיי אַלע טיילן פֿון איין גרויסן טעקסט. איצט, לסוף, זײַנען אַרויס בערינסקיס געקליבענע ווערק אויף רוסיש. דער פּאָעטישער באַנד איז דערשינען אין 2009, און איצט האָבן מיר באַקומען דעם צווייטן באַנד, דעם פּראָזאַיִשן. אָבער ווי ווײַט וועט די דאָזיקע אויסגאַבע מאַכן בערינסקיס ווערק באַקאַנט בײַ דעם ברייטערן עולם, איז ניט קלאָר. דאָנעצק אויף אוקראַיִנע איז אַ פּראָווינץ־שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט זייער אַ באַשיידן אָרט אויף דער רוסישער ליטעראַרישער מאַפּע. בערינסקי איז אַ מאַרגינאַלע ליטעראַרישע פֿיגור, און דאָס איז אַ פּאָזיציע, וואָס ער קולטיווירט מיט גרויס התמדה זײַן גאַנץ לעבן. אפֿשר איז ער אַפֿילו דער סאַמע מאַרגינאַלסטער צווישן די רוסישע דיכטער הײַנט־צו־טאָג (דאָס הייסט, צווישן די עכטע דיכטער). אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געצויגן זײַן חיונה פֿון איבערזעצן רומענישע און דײַטשישע ליטעראַטור. דער עיקר, די ווייניק־באַקאַנטע מאָדערניסטישע דיכטער. איצט איז אַ גוטער מאָמענט פֿאַר אומקערן זיך צו די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווײַל די אַלטע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע האָבן דערלעבט ביז אונדזערע צײַטן, קענען קלײַבן נחת פֿון זיך אַליין: זיי האָבן דאָך יאָרנלאַנג געטענהט, אַז דער אַראַביש-ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט מוז געלייזט ווערן לויטן פּרינציפּ פֿון אומקערן זיך צו די גרענעצן, וואָס זײַנען געווען פֿאַר דער זעקס-טאָגיקער מלחמה. איצט זאָגט עס שוין, דאַכט זיך, די גאַנצע (אָפֿיציעלע) וועלט, אַ חוץ דער ישׂראלדיקער רעגירונג. איך בין ניט קיין פּאָליטיקער און רוף זיך ניט אַרויס צו זאָגן מבֿינות וועגן דעם אָדער יענעם צוגאַנג, כאָטש עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז שלום איז וויכטיקער פֿון טעריטאָריעס, בפֿרט נאָך אַז פֿאַר אונדזערע אויגן בײַט זיך די גאַנצע דינאַמיק פֿון געשעענישן אין דער וועלט בכלל, און אין די אַראַבישע לענדער בפֿרט. כ׳בין אויך זיכער, אַז איך בין גאָר ניט דער איינציקער חכם אַזאַ, וואָס פֿירט דורך פּאַראַלעלן צווישן דער אַמאָליקער סאָוועטישער רעטאָריק און דער הײַנטיקער פּאָליטיק פֿון אַמעריקע און אייראָפּע. אַזוי, אַז קיין גרויסע סימפּאַטיעס וועט עס בײַ אַ סך ייִדן, בפֿרט אין ישׂראל, ניט אַרויסרופֿן. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע סיבות און תּירוצים פֿאַר רעטראָספּעקטיוו אין די צײַטן פֿון סוף 20סטן יאָרהונדערט. איך בין, זיכער, ניט דער איינציקער, וואָס האָט געלייענט די אינטערסאַנטע פֿאָרשונג פֿון אַרטור-אַריה גאָרען Sacred and Secular: The Place of Public Funerals in the Immigrant Life of American Jews, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1994 אין דעם זשורנאַל Jewish History, אָדער זײַן בוך The Politics and Public Culture of American Jews (1999). דער פּראָפֿעסאָר גאָרען האָט באַשריבן די קולטור פֿון לוויות בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, בפֿרט די לוויה פֿון שלום-עליכמען. דער ייִדישער שרײַבער, וואָס ווערט הײַנט ווייניק געלייענט און בלײַבט, דער עיקר, באַקאַנט צוליב דעם "פֿידלער אויפֿן דאַך", איז געווען דער סאַמע פּאָפּולערער ייִדישער שרײַבער; כאָטש אין אַמעריקע האָט ער ניט געפֿונען קיין פֿעסט אָרט אין דעם היגן ייִדישן לעבן. אַ סימן האָט איר — דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך מיט אים זייער ווייניק אינטערעסירט. פֿאַר וואָס? קיין קלאָרן ענטפֿער האָבן ליטעראַטור-היסטאָריקער, דאַכט זיך, דערווײַל ניט געגעבן. אפֿשר איז עס געווען אַ טייל פֿון דער סקעפּטישער באַציִונג, וואָס ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן בכלל געהאַט צו דעם שרײַבער. ער האָט דאָך אין ערגעץ ניט גערופֿן, ניט אויפֿגעהויבן די רויטע פֿאָן איבער די קעפּ פֿון זײַנע מנחם-מענדלס און טובֿיהס. אָבער אַ לוויה — דאָס איז אַן אַנדער זאַך. אַ לוויה ציט צו אויך מענטשן, וועלכע האָבן קיין מאָל ניט געלייענט קיין שורה פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם שרײַבער. אַ לוויה פֿאָדערט אויך פֿון אַנדערע ליטעראַטן זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דעם עזבֿון, וואָס דער ניפֿטר האָב איבערגעלאָזט אי אין זײַנע ווערק אי אין דער געזעלשאַפֿט. אַזוי איז עס געווען אויך מיט שלום-עליכמס לוויה. טײַערע חזנטע, מײַן "ייִנגל" באַציט זיך גוט צו מיר. מיר זענען אַ פּאָרל שוין פֿיר חדשים און ער איז אַן עכטער "דזשענטלמאַן". ער זאָגט מיר, ווי שיין איך בין. ער האַלט די טיר אָפֿן פֿאַר מיר, שענקט מיר בלומען, און איז איידל מיט מײַנע טאַטע־מאַמע. ער רופֿט מיך "פּרינצעסין" און באַהאַנדלט מיך ווי איך וואָלט געווען איינע אַזאַ אין דער וועלט. אָבער ער באַציט זיך נישט צו יעדן אַזוי גוט. ער רעדט ווי אַ גראָבער־יונג צו די קעלנערס אין רעסטאָראַנען, צו די סטרוזשן און צו די מענטשן וואָס פּאַרקירן די אויטאָס. ער פֿאַרגעסט אין גאַנצן אין זײַנע גוטע מאַנירן. ער קוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף זיי, און דווקא דאָס אַרט מיך. ער האַלט, אַז אויב עמעצער אַרבעט פֿאַר אײַך, דאַרפֿן זיי האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַך, אָבער נישט פֿאַרקערט! מיר דאַכט, אַז דאָס איז אַ וואָרענונג לגבי אונדזער בלײַבן אַ פּאָרל אין דער צוקונפֿט — אָבער ער איז דאָך אַזוי גוט צו מיר, אַ טשיריק צוצולייגן! ער טראַכט שוין וועגן חתונה האָבן מיט מיר. וואָס זאָל איך טאָן? |