שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן "ייִנגל" באַציט זיך גוט צו מיר. מיר זענען אַ פּאָרל שוין פֿיר חדשים און ער איז אַן עכטער "דזשענטלמאַן". ער זאָגט מיר, ווי שיין איך בין. ער האַלט די טיר אָפֿן פֿאַר מיר, שענקט מיר בלומען, און איז איידל מיט מײַנע טאַטע־מאַמע. ער רופֿט מיך "פּרינצעסין" און באַהאַנדלט מיך ווי איך וואָלט געווען איינע אַזאַ אין דער וועלט.

אָבער ער באַציט זיך נישט צו יעדן אַזוי גוט. ער רעדט ווי אַ גראָבער־יונג צו די קעלנערס אין רעסטאָראַנען, צו די סטרוזשן און צו די מענטשן וואָס פּאַרקירן די אויטאָס. ער פֿאַרגעסט אין גאַנצן אין זײַנע גוטע מאַנירן. ער קוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף זיי, און דווקא דאָס אַרט מיך. ער האַלט, אַז אויב עמעצער אַרבעט פֿאַר אײַך, דאַרפֿן זיי האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַך, אָבער נישט פֿאַרקערט! מיר דאַכט, אַז דאָס איז אַ וואָרענונג לגבי אונדזער בלײַבן אַ פּאָרל אין דער צוקונפֿט — אָבער ער איז דאָך אַזוי גוט צו מיר, אַ טשיריק צוצולייגן! ער טראַכט שוין וועגן חתונה האָבן מיט מיר. וואָס זאָל איך טאָן?

בת־מלכּה


טײַערע בת־מלכּה,

אײַערע אינסטינקטן זענען גוטע. אײַער חבֿר ווײַזט נישט אַרויס קיין דרך־ארץ פֿאַר די מענטשן, וואָס ער האַלט, אַז זיי זענען אויף אַ נידעריקערער מדרגה פֿון אים. איצט וויל ער מאַכן אַ גוטן רושם אויף אײַך, אָבער ווען איר וועט בלײַבן צוזאַמען לענגער, וועט ער זיכער וועלן דאָמינירן איבער אײַך, און אײַערע גוטע באַציִונגען וועלן זיך צעפאַלן.

ווען מע האָט חתונה, שפּיגלט זיך אָפּ אַלץ וואָס איינער טוט דעם אַנדערן מענטש. איר האָט, יעדער באַזונדער, אײַערע אייגענע פּערזענלעכקייטן, אָבער זײַן שלעכטער אויפֿפֿיר און מעשׂים שפּיגלען זיך אָפּ אויף אײַך. דער עצם פֿאַקט, וואָס איר האָט מיט אים גערעדט וועגן דעם, און ער וויל זיך נישט בײַטן, אַנטפּלעקט גאָר אַ סך וועגן אים. טאָ פֿאָלגט זשע אײַערע אינעווייניקסטע געפֿילן — שטעלט אָפּ די פֿרײַנדשאַפֿט.


טײַערע חזנטע,

איך האַלט זיך פֿאַר אַ גאָר פּריוואַטן מענטש. איך בין צוגעשטאַנען צו "פֿייסבוק", בלויז ווײַל איך וויל בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מײַנע קינדער און אייניקלעך. זיי האָבן הנאה פֿון "שרײַבן אויף מײַן וואַנט" און רעדן דורך דעם קאָמפּיוטער מיט מיר. נו, באַלד נאָך דעם ווי איך בין געוואָרן אַ טייל פֿון "פֿייסבוק", האָב איך אָנגעהויבן באַקומען בקשות פֿון מענטשן, איך זאָל אויך ווערן זייער פֿרײַנד; באַקאַנטע, וועלכע איך האָב שוין יאָרן לאַנג נישט געזען, און אַפֿילו וועגן זיי נישט געטראַכט. זיי זענען לחלוטין נישט מײַנע פֿרײַנד. צי מוז איך ענטפֿערן "יאָ" אויף זייער בקשה? אָדער קען איך זיך מאַכן נישט וויסנדיק און מאַכן אַ שוײַג? וואָס טוט מען אין "פֿייסבוק" אין אַזאַ פֿאַל?

אַ נײַע "פֿייסבוקניק"


טײַערע נײַע "פֿייסבוקניק",

קיין אויסגעאַבעטער, אָנגענומענער עטיקעט פֿאַר "פֿייסבוק" איז נישט פֿאַראַן. מע קען באַשליסן אָנצונעמען אָדער איגנאָרירן אַזוינע בקשות אויפֿן סמך פֿון ווי מע פֿילט זיך באַקוועם. איך קען אײַך אָבער נישט פֿאַרזיכערן, אַז די אַמאָליקע באַקאַנטע וועלן זיך נישט פֿילן באַליידיקט. דער באַשלוס איז אײַער רשות.


טײַערע חזנטע,

איך גיי אין שיל יעדן שבת, ווײַל איך וויל האָבן צײַט צו דאַוונען און טראַכטן — און נישט הערן די נײַסטע לשון־הרע אין דער געגנט. די מענטשן וואָס זיצן הינטער מיר פּלאַפּלען די גאַנצע צײַט. עס שטערט מיר זייער, אָבער איך האָב נישט ליב צו זאָגן אַנדערע וואָס זיי זאָלן טאָן. פֿון דעסטוועגן, האַלט איך, אַז איך בין באַרעכטיקט זיי צו זאָגן, אַז איך וויל אַ ביסל רו און שטילקייט, איך זאָל קענען זיך קאָנצענטרירן. ווי מיינט איר?

דאַווענער


טײַערער דאַווענער,

איר זענט אַבסאָלוט באַרעכטיקט צו בעטן בײַ אײַערע שיל־שכנים, זיי זאָלן מאַכן אַ שווײַג. מע קען זיי אַוודאי בעטן מיט גוטן. אפֿשר שטערן זיי אויך אַנדערע. אויב זיי רעדן ווײַטער, נאָך דעם ווי איר האָט זיי געבעטן, לייג איך אײַך פֿאָר, איר זאָלט געפֿינען אַ נײַ זיצאָרט אין שיל.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024