אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט מען געוואַרט אינעם מיטעלן מיזרח און זיך צוגעהערט צו איר אין אייראָפּע. אייגנטלעך, האָט ער נישט געזאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס ס'האָבן פֿאַר אים נישט געהאַט געזאָגט די פֿאָריקע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, באַזונדערס וואָס שייך די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען; מ'האָט אַפֿילו דערוואַרט, אַז ער וועט אָנרירן די אָנגעווייטיקטע גרענעץ־טעמע פֿון 1967. אָבער ווען ער האָט זי טאַקע אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול, האָבן ס'רובֿ ייִדן איבער דער וועלט און אין ישׂראל בפֿרט, נאָך שאַרפֿער דערפֿילט דעם ווייטיק און דעם אומפֿאַרמײַנדלעכן דראַנג פֿון גורל.
דער ישׂראל־פּרעמיער, בנימין נתניהו, וואָס האָט אָבאַמאַס רעדע געהערט אין עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, איז ווי ספּעציעל געקומען אַרויסצוברענגען זײַן ענטפֿער, זײַן "לא מיט אַן אלף!" — זאָגן עס גלײַך אין די אויגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל עס הערן.
כּמעט מיט צוויי יאָר צוריק, ווען ביידע פֿירער האָבן געהאַלטן ערשט בײַם אָנהייב פֿון זייער קאַדענץ, האָט סײַ באַראַק אָבאַמאַ און סײַ בנימין נתניהו זיך אויסגעטוישט מיט מיינונגען אין שײַכות מיט זייער קוקווינקל אויף דער פּראָבלעם. מיט אַ סקריפּ זײַנען זיי ביידע געקומען צו דער פֿאָרמול — "צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער". די דאָזיקע ווערטער טראָגן זיך נאָך ביז הײַנט אַרום אין דער לופֿטן; אָבער אַ וואָרט איז נישט קיין פֿויגל, וואָס מע קאָן אים כאַפּן. אַז מע זאָגט "אַלף", מוז מען זאָגן "בית". אָבאַמאַ האָט אין זײַן רעדע געזאָגט דעם "בית", און נתניהו איז נאָך אַלץ געבליבן בײַ זײַן "אַלף".
דערבײַ זײַנען במשך פֿון די צוויי יאָר פֿאָרגעקומען ריזיקע ענדערונגען סײַ אין מיטעלן מיזרח און סײַ אין אַמעריקע גופֿא. די אַראַבישע לענדער אין מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע זײַנען אַרומגעכאַפּט מיט אַ שׂרפֿה פֿון איבערקערענישן, וואָס זייער סוף איז זייער פֿאַרנעפּלט. אַמעריקע זינקט אין אַ פֿינאַנציעלן און עקאָנאָמישן קריזיס, און אַלץ מער פֿאַרלירט זי איר השפּעה איבער דער וועלט בכלל און אין מיטעלן מיזרח בפֿרט.
נו, און דער דריטער צד, די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע? מע מוז דאָ אָנערקענען, אַז די פּאַלעסטינער דיפּלאָמאַטיע האָט אין די לעצטע צוויי יאָר דערגרייכט צו גוואַלדיקע רעזולטאַטן. זי איז אַרויס מיט איר אייגענעם פּלאַן צו פּראָקלאַמירן אַ פּאַלעסטינער מלוכישקייט אין סעפּטעמבער בעת דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. זי האַלט אין איין פֿאַרזיכערן דעם דאָזיקן פּלאַן מיט שטיצונגען פֿון אַנדערע לענדער. און ס'איז שוין קיין ספֿק נישטאָ, אַז זיי וועלן עס דורכפֿירן.
און נאָך אַן אויפֿטו: די מעסיקע ראַמאַלאַ־אַדמיניסטראַציע, אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס, האָט געשלאָסן מיט די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס" אַן אָפּמאַך, און דערמיט פֿאָרמעל געמאַכט אַ סוף צו דער "צעשפּאָלטנקייט" צווישן די פּאַלעסטינער. אמת, דער "בונד" האָט געגעבן נתניהו דעם תּירוץ זיך אָפּצוזאָגן צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט ראַמאַלאַ, אויב דאָרט וועלן זיצן אויך פֿאָרשטייער פֿון "כאַמאַס". דער תּירוץ איז גוט פֿאַר נתניהו און זײַן קאָאַליציע, אָבער נישט פֿאַר דער וועלט, וואָס איז שוין גרייט אין דעם "בונד" צו זען אַ פּאָזיטיוון שריט פֿאָרויס.
מע קאָן הײַנט הערן, ווי אייניקע חכמים וויצלען זיך, אַז ישׂראל וואָלט געדאַרפֿט נישט רייצן די גענדז, און בפֿירוש מסכּים זײַן מיטן אַמעריקאַנער פֿאָרשלאָג זיך אומצוקערן צו די גרענעצן פֿון 1967. דערבײַ שמייכלען זיי צו: ערשט דעמאָלט וועלן די פּאַלעסטינער זיך קעגנשטעלן און פֿאָדערן, אַז ישׂראל זאָל זיך אומקערן צו די גרענעצן פֿון 1948.
יאָ, אַמעריקאַנער פּרעזידענטן און ישׂראל־פּרעמיערן קומען און גייען אַוועק, אָבער דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט גייט אָן ווײַטער.