ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעוו בערינסקי.
אויף די רישטאָוואַניעס פֿון אין־סוף.
דאָנעצק, "טאָטשקאַ אָפּאָרי", 2011.


לעוו בערינסקי איז אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, וואָס לאָזט זיך ניט אַרײַנקוועטשן אינעם סדום־בעטל פֿון דעפֿיניציעס. ער שרײַבט אויף רוסיש און ייִדיש, וווינט אין ישׂראל אָבער באַקאַנט איז ער מערסטנס אין דײַטשלאַנד. אַ דיכטער אין זײַן עצם און מהות, איז ער אויך אַ באַגאַבטער איבערזעצער, זשורנאַליסט און עסיייִסט. זײַנע ווערק זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער כּלערליי פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער סטיליסטיש און אידעיִש זײַנען זיי אַלע טיילן פֿון איין גרויסן טעקסט.

איצט, לסוף, זײַנען אַרויס בערינסקיס געקליבענע ווערק אויף רוסיש. דער פּאָעטישער באַנד איז דערשינען אין 2009, און איצט האָבן מיר באַקומען דעם צווייטן באַנד, דעם פּראָזאַיִשן. אָבער ווי ווײַט וועט די דאָזיקע אויסגאַבע מאַכן בערינסקיס ווערק באַקאַנט בײַ דעם ברייטערן עולם, איז ניט קלאָר. דאָנעצק אויף אוקראַיִנע איז אַ פּראָווינץ־שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט זייער אַ באַשיידן אָרט אויף דער רוסישער ליטעראַרישער מאַפּע.

בערינסקי איז אַ מאַרגינאַלע ליטעראַרישע פֿיגור, און דאָס איז אַ פּאָזיציע, וואָס ער קולטיווירט מיט גרויס התמדה זײַן גאַנץ לעבן. אפֿשר איז ער אַפֿילו דער סאַמע מאַרגינאַלסטער צווישן די רוסישע דיכטער הײַנט־צו־טאָג (דאָס הייסט, צווישן די עכטע דיכטער). אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געצויגן זײַן חיונה פֿון איבערזעצן רומענישע און דײַטשישע ליטעראַטור. דער עיקר, די ווייניק־באַקאַנטע מאָדערניסטישע דיכטער.

אויף דער שוועל פֿון די 1980ער יאָרן, אין דער סאַמע מיט פֿון ברעזשנעווס "סטאַגנאַציע", האָט בערינסקי זיך גענומען שרײַבן ייִדיש. אין יענער צײַט איז דאָס געווען אַ דרייסטער זשעסט, וואָס דערמאָנט אָן יעקבֿ גלאַטשטיינס באַרימט געזעגענונג־ליד "אַ גוטע נאַכט, די וועלט". צו ערשט, האָט בערינסקי אַפֿילו ניט געקענט דעם אלף־בית, און עד־היום — אַזוי איז ער מודה — האָט ער צרות מיטן אות "ץ". אָבער די פּרעכטיקע בעסאַראַבישע ייִדישע שפּראַך פֿון זײַן קינדהייט האָט אין אים געלעבט אַלע יאָרן.

די גאַנצע טראַדיציע פֿון ייִדישן מאָדערניזם האָט באַקומען איר המשך אין בערינסקיס דיכטונג. אים איז ספּעציעל צום האַרצן דער דרומדיקער, פּאָדאָליש־בעסאַראַביש־רומענישער צווײַג; די ליניע, וואָס ציט זיך פֿון די בראָדער זינגער דורך גאָלדפֿאַדען צו יעקבֿ שטערנבערג און איציק מאַנגער, און ווײַטער צו אלכּסנדר שפּיגלבלאַט. אייניקע קריטיקער האָבן אויסגעטײַטשט בערינסקין ווי מאַנגערס אַ יורש, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם "ייִנגערן" דור פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד.

בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אינעם לעצטן יאָר "פֿאַר די סאָוועטן", און זײַנע קינדער־יאָרן זײַנען טאַקע געווען ענלעך צו מאַנגערס. ער געדענקט זיך ווי אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר אַכט, וואָס מאַכט "גראַם־שטראַם" בײַם ליכט פֿון אַ קעראָסין־לאָמפּ ערגעץ אויפֿן ראַנד פֿונעם רויִנירטן קעשענעוו, בעת זײַן טאַטע האָרעוועט אויף דער ניימאַשין. מאַנגערס נאָמען איז צוערשט געקומען צו אים פֿון אַ משפּחה־אַנעקדאָט וועגן דעם, ווי זײַן טאַטע האָט אַ מאָל, נאָך פֿאַר דער מלחמה, דערזען אין אַ בוקאַרעשטער פּאַרק אַ מאַנצביל מיט אַ גלאָז און אַ פֿלעשל ווײַן, וואָס האָט אויסגעזען פּונקט ווי מאַנגער. ווי ס׳האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן, איז עס געווען אַ טעות...

אָבער די דיכטונג פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם — בפֿרט מאַנגער, קולבאַק, האַלפּערן, מאַרקיש — איז בלויז איינער פֿון די קוואַלן פֿון בערינסקיס שעפֿערישקייט. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן אַוואַנגאַרדיסט, ציט ער זײַן פּאָעטישע יניקה פֿון פֿאַרשידענע טראַדיציעס. ווען עס קומט צו אויסקלײַבן זײַן דיכטערישן ייִחוס, איז בערינסקי אַן אמתדיקער פֿײַנשמעקער. ער האָט אַנטפּלעקט פֿאַרן רוסישן לייענער די טשערנאָוויצער שיטה פֿון דײַטשיש־ייִדישער דיכטונג און די רומענישע פּאָעטן, וועלכע האָבן אָפּגעהיט זייער אינערלעכע אומאָפּהענגיקייט בעת דער טשאַושעסקו־תּקופֿה.

צו זײַנע ווייניק־באַקאַנטע פֿאַרדינסטן פֿון דער מאָדערנער רוסישער ליטעראַטור איז כּדאַי צו דערמאָנען די סאַמע ערשטע פּובליקאַציע פֿון אַלעקסיי פּאַרשטשיקאָוו, דעם קלאַסיקער פֿון דעם מאָדערנעם אַוואַנגאַרד. פּאַרשטשיקאָווס לידער זײַנען אַרויס אין דער ייִדישער איבערזעצונג אין "סאָוועטיש היימלאַנד" אין דער צײַט, ווען קיין רוסישע צײַטשריפֿט וואָלט זיי ניט אָנגערירט.

ווי אַן איבערזעצער, קלײַבט בערינסקי אויס נאָר אַזעלכע ווערק, וועלכע רופֿן זיך איבער מיט זײַן אייגענעם דיכטערישן קול. זײַן סטיל, געהויבן און איראָניש, ביטער און סענטימענטאַל, דערקענט מען פֿון די סאַמע ערשטע שורות. און וועגן וואָס ער זאָל ניט שרײַבן, קומט ער אַזוי אָדער אַנדערש צוריק צו זײַן הויפּט־טעמע׃ גלות, גירוש, עמיגראַציע, עליה — "די סאַמע אָנגעווייטיקטע און בלוטנדיקע" טעמע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן אויער דערקענט אָפּקלאַנגען פֿון די דאָזיקע מאָטיוון ניט נאָר בײַ זײַנע מיטצײַטלער אָדער נאָענטע פֿאָרגייער, נאָר אַפֿילו אינעם ווײַטן אַלטערטום, בײַם באַרימטן "אַלרוימישן גוי" פּובלי אָווידי נאַזאָן, וואָס איז געשטאָרבן אין גלות בײַם שוואַרצן ים און געוואָרן דער אורזיידע פֿון דער רומענישער ייִדישער דיכטונג.

בערינסקי איז ווײַט ניט דער איינציקער רוסיש־ייִדישער מחבר, וואָס האָט געמאַכט גלות פֿאַר זײַן הויפּט־טעמע. יעדער איינער באַהאַנדלט די דאָזיקע טעמע אויף זײַן אייגענעם אופֿן׃ אַלכּסנדר גאָלדשטיין האָט זיך אויסגעשטאַלטיקט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַלטער מיטללענדיש־לעוואַנטינישער ציוויליזאַציע, נחום ווײַמאַן האַלט אין איין שרײַבן אַ כראָניק פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער באָהעמישער סבֿיבֿה, בעת בערינסקיס גײַסטלעכע היים איז אייראָפּע. די נעמען פֿון די דאָזיקע גלות־שרײַבער זײַנען בדרך־כּלל ניט גוט באַקאַנט אין דער הויפּט־שטראָמיקער ליטעראַטור, ניט אין דער רוסישער און ניט אין דער ישׂראלדיקער.

עס איז איראָניש — אָבער גאַנץ אין הסכּם מיט זײַן ליטעראַרישער פּערזענלעכקייט — אַז בערינסקיס נאָמען איז בעסער באַקאַנט אין דײַטשלאַנד איידער אין ישׂראל אָדער רוסלאַנד. דאָס האָט צו טאָן ניט נאָר מיט דעם, וואָס ער קען זייער גוט דײַטש און איז אַ בקי אין דער דײַטשישער ליטעראַטור, נאָר אויך מיט זײַן אינערלעכער קרובֿהשאַפֿט מיט דער דײַטשישער שיטה פֿון בונטאַרישן מאָדערניזם.

עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס איינע פֿון בערינסקיס העלדן איז די דײַטשישע שרײַבערין הערטאַ מיולער, וועלכע האָט פֿאַרבראַכט אַ היפּשן טייל פֿון איר לעבן אין דער סאָציאַליסטישער רומעניע. ווען זי האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע אין 2009, איז איר נאָמען געווען קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די קענער פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַר בערינסקי איז זי לאַנג געווען אַן אייגענע, אַ מיטגליט פֿון דער אַלוועלטלעכער גלות־חבֿרה פֿון אויסגעוואָרצלטע ליטעראַטן.