פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
ספּעציאַליסטן רעקאָנסטרויִרן די געמאָלענע סטעליע און דעם הילצערנעם דאַך פֿון דער גוואָזדעצער שיל, וואָס וועט זײַן אַ הויכפּונקט פֿון דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג
ספּעציאַליסטן רעקאָנסטרויִרן די געמאָלענע סטעליע און דעם הילצערנעם דאַך פֿון דער גוואָזדעצער שיל, וואָס וועט זײַן אַ הויכפּונקט פֿון דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג
Credit: Handshouse Studio

ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט אָפּשטאַטן זײַן ערשטן וויזיט אין פּוילן דעם פֿרײַטיק, ווי אַ טייל פֿון זײַן אייראָפּעיִשן טור, וועט ער זיך אויך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע בײַם וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל און כאַפּן אַ בליק אויף דעם כּמעט־פֿאַרענדיקטן מאָדערנעם בנין, וווּ עס וועט זיך געפֿינען דער "מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן" — אַן אייגנאַרטיקע אינסטיטוציע, וואָס האָפֿט צו פֿאַראייביקן דעם צושטײַער פֿון די ייִדן אין פּוילן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר.

הינטער די קוליסן האָט זיך אָבער צעפֿלאַקערט אַ מחלוקת וועגן דער רעזיגנאַציע פֿונעם לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, יעזשי האַלבערשטאַדט. אין צווישן־צײַט פֿירט אָן מיטן מוזיי זײַן פֿאַרטרעטערין, אַגניעשקאַ רודזינסקאַ.

דער 59־יאָריקער האַלבערשטאַדט, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין וואַרשע נאָך דער מלחמה, און איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם מוזיי, האָט פֿריִער געאַרבעט כּמעט 15 יאָר לאַנג בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן ווי זײַן פּוילישער פֿאָרשטייער.

בײַם אַנאָנסירן וועגן זײַן דעמיסיאָנירן בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ דעם 22סטן אַפּריל, האָט האַלבערשטאַדט געזאָגט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס ער ציט זיך צוריק, איז צוליב זײַן פֿרוסטרירונג וועגן די צו־ווייניקע פֿאָנדן וואָס מע גיט דעם מוזיי אויף אירע טאָג־טעגלעכע אָפּעראַציעס. ער האָט אַפּעלירט צו דעם קולטור־מיניסטעריום צוצוטיילן מער געלט פֿאַר אַלע מוזיי־טעטיקייטן — דער דערציִונג־צענטער, די פּראָגראַמען און קאָמערציעלע ערטער — אָבער האָט שטאַרק געפֿילט, אַז די צוטיילונג וועט נישט קלעקן.

אָבער אין דער אמתן, האָט האַלבערשטאַדט, וואָס אַרבעט שוין אויפֿן מוזיי־פּראָיעקט מער ווי 14 יאָר, דעמיסיאָנירט, ווײַל ער האָט נישט געהאַט קיין ברירה. דער קולטור־מיניסטרעיום האָט דאָס מאָל נישט באַנײַט זײַן פֿינף־יאָריקע קאַדענץ, וואָס האָט זיך געענדיקט אין נאָוועמבער 2010 — אַ שריט וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ הייסע קריטיק בײַ געוויסע מיטאַרבעטער, און אַ פּראָטעסט־בריוו, דאַטירט דעם 6טן אַפּריל, אונטערגעשריבן פֿון 52 באַקאַנטע פּוילישע פּערזענלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם פּרעמיער וולאָדזשימיעזש צימאָסעוויטש; דעם געוועזענעם בירגער־מײַסטער פֿון וואַרשע, מאַרצין סוויענציצקי; דעם פֿילמאָגראַף און "אָסקאַר"־געווינער, אַנדזשיי ווײַדאַ און דער גרעסטער אַמעריקאַנער מנדבֿ פֿאַרן מוזיי, טאָמעק אולאַטאָווסקי.

דער קולטור־מיניסטעריום, וואָס באַצאָלט פֿאַרן בנין און די אָפּעריר־הוצאָות פֿונעם מוזיי, איז איינער פֿון דרײַ אינסטיטוציעס, וואָס שטיצן דעם פּראָיעקט. די צוויי אַנדערע זענען די וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט, וואָס האָט באַזאָרגט דעם גרונט־אייגנס, און דער "פֿאַרבאַנד פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט", וואָס טראָגט דאָס אַחריות צו זאַמלען דאָס געלט פֿאַר דער אויסשטעלונג און זי דורכפֿירן.

הגם מע האָט נישט אָנגעגעבן קיין סיבה פֿאַר וואָס מע האָט אים אָפּגעזאָגט האָט האַלבערשטאַדט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", געזאָגט, אַז דער "ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט" האָט אים תּמיד געשטיצט, אָבער דער קולטור־מיניסטעריום און די וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט זענען צוגעשטאַנען, אַז מע זאָל אים נישט ווידער דערוויילן צוליב זייער חילוקי־דעות מיט אים איבער די פֿאָנדן. "דער ׳ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט׳ האָט נישט געהאַט קיין ברירה, און געמוזט מסכּים זײַן," האָט ער געזאָגט.

יעזשי האַלבערשטאַדט
יעזשי האַלבערשטאַדט
www.jewishmuseum.org.pl

הגם דער קולטור־מיניסטעריום האָט נישט באַנײַט האַלבערשטאַדטס קאָנטראַקט אין נאָוועמבער, איז ער ווײַטער פֿאַרבליבן ווי דער דערווײַליקער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. מיט דער צײַט האָט ער אָבער דערפֿילט, אַז די סיטואַציע איז אוממעגלעך, און האָט דעמיסיאָנירט פֿון זײַן פּאָזיציע. "איך האָף, אַז די וויכטיקע אַרבעט וואָס מיר האָבן ביז איצט געטאָן וועט נישט גיין לאיבוד," האָט האַלבערשטאַדט געזאָגט.

האַלבערשטאַדטס שטיצער זענען געווען שטאַרק אויפֿגעבראַכט, וואָס מע האָט נישט באַנײַט זײַן קאָנטראַקט. "במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאַר האָט יעזשי אויפֿגעטאָן אַ זאַך, וואָס קיינער האָט נישט געמיינט, אַז ס׳איז מעגלעך," האָט דערקלערט ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די אָנפֿירערין פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער מאַנשאַפֿט וואָס שטעלט צונויף די אויסשטעלונג. "ער האָט געשאַפֿן זייער אַ געראָטענע מאַנשאַפֿט, וואָס איז זייער פֿעיִק און מאָטיווירט צו עפֿענען דעם מוזיי אין אַפּריל 2013. ער אַרבעט בײַ דעם פּראָיעקט לענגער ווי אַלע אַנדערע, און איך שטיץ מיטן גאַנצן האַרצן זײַן וויזיע — צו פּרעזענטירן די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן, און עס צו טאָן טאַקע אויפֿן אָרט, וווּ די ייִדן האָבן געוווינט."

"מיר זענען געווען זייער אַנטוישט, אַז מע האָט אים נישט נאָמינירט. ער האָט אַ סך אויפֿגעטאָן," האָט באַמערקט סוויענציצקי, דער געוועזענער בירגער־מײַסטער, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּוילישן קאָמיטעט וואָס שטיצט דעם מוזיי. "ס׳וועט זײַן זייער שווער צו געפֿינען אַ צווייטן צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט אין אַזאַ שפּעטער סטאַדיע."

בעת דעם אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט האַלבערשטאַדט דערקלערט, אַז איינע פֿון זײַנע גרעסטע פֿרוסטרירונגען ווי דער דירעקטאָר, איז געווען איבערצוצײַגן די וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט אײַנצושטעלן אַ פֿאַרלאָזלעכע לעש־סיסטעם. "די סיסטעם וואָס מע האָט אינסטאַלירט איז מאָדערן, אָבער איז נישט פּאַסיק פֿאַר אַ מוזיי, ווײַל זי ניצט וואַסער אויסצולעשן אַ שׂריפֿה, און דאָס וואָלט אויטאָמאַטיש פֿאַרפֿלייצט אַלע ערטער, אין גאַנצן חרובֿ געמאַכט די עקספּאָנאַטן און קאָמפּיוטערס."

ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט
ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט
Credit: Marek Łoś

האַלבערשטאַדט האָט געעצהט, אַז דער מוזיי זאָל ניצן אַן אַוואַנסירטע סיסטעם, Hifog, וואָס לאָזט אַרויס אַ נעפּל און ניצט בלויז 1% וואַסער, און וואָלט דערפֿאַר נישט צעשטערט די חפֿצים. אָבער די וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט האָט דעם פֿאָרלייג אָפּגעוואָרפֿן. הגם די נעפּל־סיסטעם וואָלט געקאָסט $400,000 צו אינסטאַלירן, האַלט האַלבערשטאַדט, אַז געלט איז נישט געווען די סיבה, פֿאַר וואָס מע האָט עס אָפּגעוואָרפֿן. "ס׳האָט מער צו טאָן מיט אַ געוויסן ביוראָקראַטישן צוגאַנג קעגן טאָן עפּעס נײַס," האָט ער געזאָגט. "אָבער מײַן פֿאָדערונג ווערט אויך געשטיצט פֿון אַנדערע מוזיי־עקספּערטן, אַרײַנגערעכנט דעם פֿינלענדישן אַרכיטעקט פֿונעם מוזיי, ריינער מאַכלאַמאַקי. זיי האָבן געמיינט, אַז איך וועל זיי נאָכגעבן, אָבער איך האָב עס נישט געטאָן ווײַל איך האָב זיך געזאָרגט, אַז די געוויינטלעכע לעש־סיסטעם קאָן שטאַרק באַשעדיקן דעם מוזיי."

אַנדערע קוואַלן האָבן אָבער געטענהט, אַז די סיבות פֿאַר וואָס מע האָט האַלבערשטאַדט אָפּגעזאָגט, האָט ווייניק צו טאָן מיט דער לעש־סיסטעם. איין קאָנסולטאַנט, וואָס האָט געבעטן נישט אָנצוגעבן זײַן נאָמען, האָט געזאָגט, אַז אַ גוטער מוזיי דאַרף טאַקע האָבן אַ פּאַסיקע לעש־סיסטעם, אָבער דער ענין איז געווען אַ סימפּטאָם פֿון דער מחלוקת, נישט די סיבה דערפֿאַר. "אין אַ מוזיי, איז דאָס נישט קיין זאַך וואָס מע זשאַלעוועט. די צדדים זענען שוין אַ לענגערע צײַט געווען אויף מעסערשטעך, און עפּעס האָט מען געמוזט טאָן וועגן דעם.

"ס׳איז זייער טרויעריק ווען דער מענטש, וואָס האָט אַנטוויקלט דעם פּראָיעקט אַזוי ווײַט, וועט עס נישט פֿאַרענדיקן," האָט דער עקספּערט באַמערקט.

די הוצאָות פֿונעם מוזיי ביז איצט — 40 מיליאָן דאָלאַר בלויז פֿאַר דער אויסשטעלונג — זעט אויס זייער הויך, בפֿרט פֿאַר פּוילן, האָט דער קוואַל געזאָגט. אַ ייִדישער מוזיי אין סקאָקי, אילינוי, למשל, וואָס באַשטייט פֿון 72,000 קוואַדראַט־פֿוס, האָט מען געבויט פֿאַר 35 מיליאָן דאָלאַר, וואָס רעכנט אַרײַן די הוצאָות סײַ פֿונעם בנין, סײַ פֿון דער אויסשטעלונג.

איין בײַשפּיל פֿון פּטרן געלט, האָט דער קוואַל געזאָגט, איז דער זאַל פֿון 450 ערטער. דער אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן האָט איין זאַל פֿאַר 175 מענטשן, און אַ צווייטער פֿאַר 425. דער ניו־יאָרקער מוזיי פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה האָט 375 ערטער. "אָבער אויב מע האָט בלויז איין זאַל פֿון 450 ערטער, וועט אַ קולטור־אונטערנעמונג וואָס ציט צו 250 מענטשן — אין פּוילן הייסט דאָס אַ שיינער עולם — אויסזען ווי אַ דורכפֿאַל.

קירשנבלאַט־גימבלאַט האָט געענטפֿערט, אַז דערפֿאַר וועלן אויך זײַן צוויי קלענערע זאַלן: איינער פֿאַר 100 מענטשן, און אַ צווייטער — פֿאַר 63.

"אַ סך פֿון אונדז חלומען וועגן אַ ׳ראָלס־רויס׳, אָבער מיר באַנוגענען זיך מיט אַ שעווראָליי,' האָט ער געזאָגט. "מע קען האָבן אַן ערשט־קלאַסיקן מוזיי און פֿאָרט נישט פֿאַרכאַפּן די מאָס."

די פֿאַרטרעטערין, אַגניעשקאַ רודזינסקאַ, האָט אָבער געטענהט, אַז דער זאַל וועט זייער צו ניץ קומען: "ס׳איז נישטאָ קיין אַנדער אָרט אין וואַרשע, וווּ אַזאַ גרויסער עולם קען זיך פֿאַרזאַמלען צו הערן אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנצערט, אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל אָדער אַ טעאַטראַלישע פֿאָרשטעלונג. מיר האָבן אַ בינע, גאַרדעראָבן פֿאַר די אויפֿטרעטער, עלעקטראָנישע הער־אַפּאַראַטן, און אַ גרויסן עקראַן אויף צו ווײַזן פֿילמען." מע פּלאַנירט אויך צו שאַפֿן אַ האַרטן פֿאָרהאַנג, וואָס מע וועט קענען ניצן צו צעטיילן דאָס אָרט אויף קלענערע זאַלן, טאָמער ריכט מען זיך אויף אַ קלענערן עולם.

נישט געקוקט אויף די טענות וועגן געלט, האַלט סוויענציצקי, אַז ס׳איז געווען אַ גרויסער טעות אָפּצוזאָגן האַלבערשטאַדט. "יעזשי איז אפֿשר אַ שווערער מענטש, אָבער זיי האָבן נישט קיין בעסערן קאַנדידאַט, און ס׳וועט זײַן זייער שווער צו געפֿינען אַ צווייטן, וואָס האָט אַזוי פֿיל מוזיי־דערפֿאַרונג און וואָס פֿאַרשטייט די באַציִונגען צווישן די ייִדן און פּאָלאַקן אַזוי גוט ווי ער."

"דער מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן", וואָס איז פּראָיעקטירט געוואָרן פֿונעם פֿינלענדישן אַרכיטעקט ריינער מאַכלאַמאַקי, שטייט אַנטקעגן דעם באַרימטן וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל.
"דער מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן", וואָס איז פּראָיעקטירט געוואָרן פֿונעם פֿינלענדישן אַרכיטעקט ריינער מאַכלאַמאַקי, שטייט אַנטקעגן דעם באַרימטן וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל.
Credit: Marek Łoś

קירשנבלאַט־גימבלעט האַלט אויך אַזוי. "יעזשי איז געווען אַ וויזיאָנער. יעדעס מאָל וואָס איך דערצייל מענטשן אין אַמעריקע וועגן דעם מוזיי פֿרעגן זיי: ׳אָבער פֿאַר וואָס אין פּוילן? עס זענען נישטאָ קיין ייִדן דאָרט.׳ איז קודם־כּל, זענען יאָ הײַנט דאָ ייִדן אין פּוילן. אמת, אַ קליינער ייִשובֿ, אָבער פֿאָרט אַ ממשותדיקער. צווייטנס, איז זייער וויכטיק צו פֿאַרבינדן די ייִדן פֿון דער וועלט מיטן אָרט, וווּ די ייִדן האָבן אַזוי פֿיל יאָרן געוווינט. די ייִדישע געשיכטע אין פּוילן האָט זיך נישט אָנגעהויבן אָדער געענדיקט מיטן חורבן, און דערפֿאַר דאַרף מען זי דערציילן ווי אַ מעשׂה וואָס האָט זיך נישט געענדיקט, וואָס אַנטוויקלט זיך ווײַטער, נישט בלויז פֿאַר די ייִדן, נאָר אויך פֿאַר די פּאָלאַקן. פֿאַרן חורבן איז פּוילן געווען אַ פֿיל־פֿאַרביקע געזעלשאַפֿט: פֿאַרשידענע רעליגיעס, שפּראַכן און עטנישע גרופּעס. הײַנט באַשטייט עס פֿון בלויז איין רעליגיע, איין שפּראַך, איין נאַציאָנאַליטעט.

"ווייניק מענטשן ווייסן, אַז הונדערטער יאָרן איז פּוילן געווען אַ סך מער טאָלעראַנט צו די ייִדן ווי די מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער. דערפֿאַר האָט זיך געקענט אַנטוויקלען אַזאַ גרויסער ייִדישער ייִשובֿ און אַזאַ פּרעכטיקע ציוויליזאַציע. דער מוזיי וועט קאָנען בויען אַ בריק צווישן צײַטן, ערטער און מענטשן — דאָס איז אַלץ אַ טייל פֿון יעזשיס וויזיע."

ד״ר מײַקל בערנבוים, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם אַמעריקאַנער ייִדישן מוזיי אין לאָס־אַנדזשעלעס, האַלט, אַז דער מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן וועט ווערן אַ וויכטיקער סימבאָל סײַ פֿאַר די ייִדן, סײַ פֿאַר די פּאָלאַקן. "די פּוילישע געזעלשאַפֿט פֿאַרשטייט, אַז זי דאַרף זיך אַן עצה געבן מיט דעם וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק געפֿינט זיך דאָרט מער נישט.

"ווען מע פֿאָרט קיין פּוילן, זעט מען אינעם בײַשטידל פֿון די היימען אַ ליידיק אָרט, וווּ ס׳איז אַ מאָל געהאָנגען אַ מזוזה," האָט ער געזאָגט. "ווען איך גיי אַרײַן, קוש איך תּמיד די ׳פֿאַרשוווּנדענע׳ מזוזה."

אין דײַטשלאַנד, געפֿינען זיך שילדן אויף דער גאַס, וואָס דערקלערן די פֿאַרבײַגייער וועגן די ייִדישע אײַנוווינער פֿון יענעם אָרט פֿאַרן חורבן. אויף איין טראָטואַר, למשל, ליגט אַ ציגל מיט די ווערטער: "רחל שטײַנהייגען האָט דאָ געוווינט," אַרײַנגערעכנט אינפֿאָרמאַציע וועגן ווער און וואָס זי איז געווען.

"דאָס גיט דיר אַ געפֿיל פֿון דעם וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרלוירן, אַן אַקט פֿון קולטורעלער אָרנטלעכקייט," האָט בערנבוים דערקלערט. "אָט די זעלבע אויספֿאָרשונג הייבט זיך ערשט אָן אין די פּוילישע שטעט און שטעטלעך, וווּ 70־80 פּראָצענט ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט. די פּאָלאַקן זוכן איצט דאָס וואָס מע האָט באַהאַלטן פֿון זיי, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין זייער אייגענע געשיכטע."