שלמה קליין בײַם פֿאַרריכטן די תּפילין |
ווי קען איך אײַך אָפּשילדערן קראַון־הײַטס ווי געהעריק, די חב״דסקע מדינה מיטן פֿאַרהייליקטן אַדרעס: 770 איסטערן פּאַרקוויי? אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין מאָלערין. די גאַסן באַלעבאַטעווען אין שוואַרצן: שוואַרצע קאַפּאָטעס, שוואַרצע בערד, שוואַרצע קאַפּעליושן, שטרײַמלעך. בײַ אַ צאָל פֿון זיי פֿינקלען אַראָפּ ווײַסע, זילבערנע הרודעס בערד. דאָ אײַלן זיך ערגעץ טאַטעס מיט זייער קליינוואַרג. ס׳איז, הערט, ערבֿ־פּסח. אָט האָט איר דאָ אַן אַלטן זקן אַ דעמב און אָט באַווײַזט זיך אַ דריבנע ייִדעלע. ערנסט און ברוגזלעך. אַ פּנים, ער גרייט זיך צום מה־נשתּנה פֿון זײַנע אייניקלעך און אוראייניקלעך און ווייסט נישט וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך. ס׳איז אַ געיעג נאָך שמורה־מצה, ליכט, זילבער־געשטעק. די חבֿרה קליינוואַרג גייען נאָך די טאַטעס אַזוי סטאַטעטשנע טריט בײַ טריט. זיי טראָגן זיכער אַלע תּנ״כישע נעמען פֿון פֿאַרצײַטיקע אָבֿות און אמהות; נבֿיאים און מלכים, ווי שלמהלע און איציקל, רבֿקהלע און שׂרהלע.
די זעלבע קינדערלעך זײַנען נישט אַרומגערינגלט מיט קיין קינאָס און טעאַטערס, גערטנער, ביכער, פֿוסבאָל, טומל, טעלעוויזאָרן. די ענגלישע און, צו מאָל, די ייִדישע צײַטונגען וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו זייער אויסטײַטש פֿון ייִדישקייט און אַרט לעבן — זיי ווערן אָפּגעשטויסן ווי חמץ. שווימט בײַ מיר אויף די קשיא. נישט שוין זשע אַזוי זעט אויס אונדזער ייִדישלאַנד? ווײַל איך זוך עס נאָך אַלץ אַרום ווי מיט ליכט. איז עס אפֿשר אין וויליאַמסבורג, צווישן די סאַטמאַרער מיט זייער נאָכוווּקס וואָס רעדט ייִדיש? איז עס אין באָראָ־פּאַרק? אין קראַון־הײַטס בײַ די ליובאַוויטשער, אפֿשר? אין מאַנסי? אין ניו־סקווער? אין קרית־יואל, בײַ די סאַטמאַרער, וואָס אין רעטראָספּעקט טײַטשן זיי אַלץ לויט זייער הר־סיני, און די מענגע עדות, רבנישע און רבייִשע הייף, ספֿרדים און תּימנישע, איראַנער און בוכאַרישע. זיי אַלע פּראַווען גאָר אַן אַנדער שולחן־ערוך. אָבער, ווען עס קומט צום המשך ווייסט איר דאָך ווי מען זאָגט בײַ אונדז: ווער איז אַ ייִד? יענער וועמענס אייניקלעך רעדן ייִדיש.
האָט ראַבײַ יונה בלום פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וועלכער פֿירט דאָס חב״ד־הויז בײַ אונדז אויפֿן קאַמפּוס, גענומען מײַנע ייִדישע קלאַסן קיין קראַון־הײַטס און מיר האָבן זיך טאַקע אָנגעזען אַ וועלט. ערשטנס, די שמורה־מצה־פֿאַרבריק. געוויזן אונדז ווי מ׳אַרבעט זיי אויס, מיט שנעלקייט פֿון מינוטן. ער האָט אונדז געפֿירט צום יונגן סופֿר שלמה קליין, וועלכער האָט אונדז מסביר געווען מיט גרויס התמדה יעדע פּיטשעווקע פֿון פֿאַרריכטן תּפֿילין, דעם של־יד און של־ראָש, און דאָס זעלביקע האָט אונדז אויפֿגעקלערט דער סימפּאַטישער שלמה קליין. ווען עס קומט צום פֿאַרריכטן אַ מזוזה, וועלכע קען, חלילה, טריף ווערן בעת אַ סופֿר האָט זיך אַ קאַפּיטשקע פֿאַרטאָן אין דער אַרבעט און נישט באַמערקט ווי ער מאַכט פֿון אַ דלד אַ ריש, האָב איך געפֿרעגט:
"די אַלע נישט־כּשרע מזוזות וואָס איר פֿאַרריכט, האָט עפּעס פּאַסירט אין די היימען פֿון די באַשעדיקטע מזוזות וואָס מ׳האָט זיי געמוזט ברענגען צום פֿאַרריכטן?"
יענער האָט געשמייכלט:
"ניין! אָבער יעדע זיבן יאָר מוז מען אַדורכקוקן סײַ די מזוזות און סײַ די תּפֿילין, צי ס׳האָט זיך, חלילה, נישט אַרײַנגעכאַפּט אַהין אַ גרײַז אָדער אַ פֿלעק."
מיר האָבן אַלע געשטוינט פֿון זײַן בעל־מלאָכישן ענטוזיאַזם.
אַזוי שפּאַצירנדיק איבער די גאַסן, האָבן מיר געמאַכט אַן אָפּשטעל אין יודאַיִקאַ־קראָם, פֿול מיט ספֿרים און צערעמאָניאַלע אַרטיקלען אויף פּסח, אַרײַנגערעכנט קאָלירטע ביכעלעך פֿאַר קינדער אויף ענגליש.
אומעטום האָט מען געדאַרפֿט קלעטערן אויף טרעפּ, האָט מען זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער ביבליאָטעק, וווּ דער יונגער ביבליאָטעקער, זלמן, האָט אונדז אויפֿגעקלערט ווי אַזוי ייִדן באַשטעלן ביכער און ספֿרים. ווען ער האָט געהערט, אַז די סטודענטן פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש־לשון אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט ער אונדז מכבד געווען מיט אַן אַלטן ייִדישן זשורנאַל וואָס האָט געהייסן "עליכם־שלום," פֿונעם יאָר 1974. דאָס קעפּל האָט זיך געלייענט:
"באַאַמטע פֿון דער פֿלעטבוש־ישיבֿה צעשלאָגן פּראָ־ייִדיש־דעמאָנסטראַנטן."
מיר האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רבינס הויפּט־קוואַרטיר, אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי, אין ברוקלין. דער רבי איז טאַקע ניפֿטר געוואָרן מיט יאָרן צוריק, אָבער זײַן גײַסט לעבט, זײַן השפּעה לעבט, זײַן חלום פֿון פֿאַרשפּרייטן זײַן אַרט ייִדישקייט לעבט. כ׳וויל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אינעם שפּאַלט צווישן יענע ליובאַוויטשער וואָס גלייבן, אַז דער רבי איז משיח און יענע וואָס וואַרפֿן דאָס אָפּ ווי געצנדינערײַ. מ׳רעדט וועגן דעם רבין ווי מען רעדט פֿון אַ הייליקן, אַ וויזיאָנער, אַ משולח־של־מעלה. די ליבשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט שטעקט אין יעדן ריר און קער. דער יונגער־מאַן אין רבינס הויפּט־קוואַרטיר, האָט אונדז געוויזן פֿולע פּאָליצעס מיטן רבינס שריפֿטן, מאַנוסקריפּטן, כּתבֿ־ידן. אַלץ איז פּרעזערווירט געוואָרן, ווי להבֿדיל, אין אַ מוזיי.
אַ ייִד וועגט די שמורה-מצה |
און ווײַטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין דער "מיטשניק"־קונסט־גאַלעריע. כּמעט אַלע בילדער זײַנען דאָ געווען געבויט אויף ביבלישע טעמעס. די לאָנקעס, די דערפֿלעך, די פֿיגורן פֿון חוהן און דער מוטער רחל, די ירושלימער קרומלעכע געסלעך, שילן אין צפֿת. דער קינסטלער האָט אונדז נישט פֿאַרפֿעלט צו דערציילן, אַז ער אַליין שטאַמט גאָר אָפּ פֿון וועלטלעכע ייִדן, אָבער בײַ אים האָט זיך דערוועקט אַ פֿרומער פֿונק, איז ער געוואָרן אַ ליובאַוויטשער חסיד און קינסטלער.
מיר האָבן אויך נישט פֿאַרפֿעלט זיך צו באַקענען מיטן הויפּט־אַדמיניסטראַטאָר פֿון חב״ד, משה קאָטלאַרסקי; אַ בײַכיקער ייִד, קיין עין־הרע, מיט סטאַזש. ער פֿירט זײַן ליובאַוויטשער היעראַרכיע ווי אַ קאַפּיטאַן פֿון אַ שיף. ער סטאַרעט זיך צו רעדן ייִדיש, צוגעזאַלצן און צוגעפֿעפֿערט מיט ענגלישע ווערטער. אין מיצקע דרינען וואַרפֿט ער אַרײַן אַ טראָפּעלע פֿראַנצויזיש אָדער שפּאַניש. שטייען מיר אַלע אַזוי פּנים־אל־פּנים על־רגל־אַחת, אויף איין פֿוס, הייסט עס, און כאַפּן אָפּ אַ שמועס. ער שטאָלצירט דערמיט וואָס ער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער טירחה פֿון צוטיילן יונגע רבילעך מיט זייערע משפּחות די חב״דסקע צענטערס איבער דער גאָרער וועלט: פֿון אַפֿריקע ביז אַזיע, פֿון אייראָפּע ביז כינע. ער איז אַ ייִד אין די זעכציקער. ער דערציילט אונדז, אַז אין איין מעת־לעת קען ער אויספֿאָרן פֿון קאַלקוטאַ ביז ביראָבידזשאַן, פֿון מאָסקווע ביז פּאַריז און פֿון טאַדזשיקיסטאַן ביז וואַרשע. די חב״ד־הײַזער וואַקסן אין אַלע עקן וועלט, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן.
פֿון דער פֿרי ביז שפּעט נאָך מיטאָג האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין קראַון־הײַטס. געהערט אַ ביסל מאַמע־לשון, געזען ייִדישע שריפֿטן, געהערט די דינע שטימעלעך פֿון די חב״דסקע קינדערלעך, און פֿאַרזוכט אַ פּיצאַ אין אַ כּשרן רעסטאָראַן.
צו זאָגן אײַך דעם אמת, האָב איך זיך געפֿילט ווי איך וואָלט געווען אויף גאָר אַן אַנדערן פּלאַנעט; דווקא אַ ייִדישן פּלאַנעט, ווײַל עס האָט מיך נישט דערמאָנט אין אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל. און כאָטש איך בין נישט אויסגעוואַקסן אין קיין שום ייִדישן שטעטל, האָב איך גענוג משפּחה, פֿרײַנד און באַקאַנטע וואָס זאָגן עדות, אַז אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל איז נישט געווען אַזוי איזאָלירט. און כאָטש מיר האָבן דאָ געפֿונען אַ כּשרע יאַטקע מיט אַ כּשרן קצבֿ, אַ כּשר פֿישגעשעפֿט מיט פּסחדיקע פּאָטראַוועס, ווייסן מיר אַז אין אַמאָליקן ייִדישן שטעטל האָבן געהויזט בשלום סײַ די פֿרומע ייִדן, סײַ יענע וואָס האָבן געהאַט אַ פֿרײַען ווילן אויסצוקלײַבן. דאָס אַמאָליקע ייִדישע שטעטל איז געווען דאָס וויגעלע פֿון ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער; דאָרט האָבן זיך אויסגעבריט פּאַרטיייִשע און אומפּאַרטיייִשע ריכטונגען; אַ ביבליאָטעק מיט וועלט־באַרימטע קלאַסיקער אויף אַלערליי לשונות, און כּמעט אַלץ איבערגעזעצט אויף ייִדיש. פֿון די ייִדישע ביכער האָט מען זיך געלערנט כעמיע און מאַטעמאַטיק, וויסנשאַפֿט און ליטעראַטור; אַ קאָמפּלעטע ייִדישע וועלט, אָן דער איזאָלאַציע פֿון לויטער שוואַרצע קאַפּאָטעס און שטרײַמלעך. די ביכער קען מען הײַנט געפֿינען אין "ייִוואָ" — ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — אויף דער זעכצנטער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו אין מאַנהעטן.
אויף צו וווינען אין קראַון־הײַטס, אָדער אין אַנדערע פֿרומע ייִדישע פּינטעלעך אויף דער ייִדישער מאַפּע, וואָלט איך זיך געמוזט אַרײַנפּאַסן סײַ מיטן אוביאָר (dress code), ס׳הייסט קליידער און קופּקעס אויפֿן קאָפּ; סײַ שײַטלעך און טיכלעך; אַנדערש וואָלט איך דאָ אויסגעוואָרצלט געוואָרן פֿון דער קאָמונע. און נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, בין איך זיי, אין אַ געוויסן זין, מקנא.
מיט אַ פּאָר גאַסן ווײַטער, עקזיסטירט שוין אַ גוייִשע וועלט און ווער ווייסט וויפֿל שאינו־יודע־לשאול־ייִדן. קראַון־הײַטס איז פֿאָרט אַ ייִדישע געגנט: ייִדישע געשעפֿטן, אַ ייִדישע סבֿיבֿה; כאָטש נישט מײַן ייִדישע סבֿיבֿה, דאָך בין איך זיי מקנא. און אַלץ צוליב דעם וואָס איך בין געבוירן געוואָרן מיט אַן אייגענעם פֿרײַען ווילן, מיט אייגענע אינטערפּרעטאַציעס פֿון אונדזער קולטור און מײַן ייִדישקייט. נאָך אַלעמען, רעליגיע פֿאַלט דאָך פֿאָרט אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע פֿון קולטור. אַמאָל, העט פֿאַרן חורבן, איז געווען אַ בריק, אַ ייִדישע בריק. אויב אַ יונגער־מאַן, אָדער מיידל, האָבן באַשלאָסן, אַז זיי קענען זיך נישט אונטערוואַרפֿן דעם ווילן פֿון טאַטנס הויז, אָדער דעם רבינס הויף, איז אַלץ וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט טאָן איז אַריבערשפּרײַזן די בריק וווּ עס האָט זיך געקאָכט מיט ייִדיש לעבן, ייִדישער שפּראַך, ייִדישן טעאַטער און קונסט, ייִדישע ביבליאָטעקן, ייִדישע שולן; אַ ייִדישע גאַס, וואָס האָט געשוויבלט און געגריבלט מיט ייִדיש לעבן, לויטן אײַנשטעל פֿון אַ יחיד. דאָס איז געווען פֿאַרן חורבן.
הײַנט האָבן מיר וויליאַמסבורג און סאַטמאַר, באָראָ־פּאַרק און באָבאָוו, ניו סקווער, מאַנסי און קרית־יואל. אַלץ אין זעלבן נוסח, די זעלבע קאַפּאָטעס און שטרײַמלעך; ייִדענעס אָנגעטאָן אין גרוי און שוואַרץ, וווּזיקעס מיט קינדערלעך, כּן־ירבו. זיי לעבן אַלע אונטער באַריקאַדעס פֿון פֿרומקייט, מיט אַ שרעק פֿאַר אַ פֿרעמדן, כאָטש יענער קען אויך זײַן אַ ייִד. און לאָמיר זיך נישט נאַרן — אַ וועלטלעכער ייִד איז דאָך אויך אַ ייִד.
איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דער חורבן האָט אונדז צעשפּאָלטן, צעקרישלט און אומגליקלעך געמאַכט. מיר האָבן געזען אויף וואָס די דרויסנדיקע וועלט איז פֿעיִק, האָבן מיר זיך באַהאַלטן אונטער פֿאַרשיידענע תּליתים. "מיר איז גוט איך בין אַ יתום." איך געהער נאָר צו זיך, און דער זיך איז אײַנגעפֿונדעוועט אין ייִדישקייט; אָבער — נישט לויט מײַן נוסח.