|
ייִדן טאַנצן בײַ ר׳ שמעון בר־יוחאיס קבֿר, לכּבֿוד ל״ג־בעומר, אין מירון |
Credit: Getty Images |
הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה...
אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן...
וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן.
אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער. עס קען ניט צושטאַנד קומען, ווײַל אויף צו מאָרגנס אין דעם דאָזיקן מאָנטיק דאַרפֿן פֿאָרקומען אין די מיטלשולעס אין לאַנד די בגרות (מאַטריקולאַציע)־עקזאַמענס אין מאַטעמאַטיק און די תּלמידים וועלן נעבעך זײַן גוט מיד און פֿאַרשלאָפֿן, ניט גענוג וואַך, נאָך אַ גאַנצער שלאָפֿלאָזער נאַכט אַרום די שײַטער־הויפֿנס־פֿאַרווײַלונגען. צוליב דעם וועט מען מוזן אויך אָפּלייגן די אַנדערע עקזאַמען־טעג פֿון דעם חודש...
וואָס דער חשובֿער מיניסטער האָט יאָ באַוויליקט צו טאָן, איז אַרויסצושיקן צירקולאַרן צו די שול־דירעקטאָרן, אַז זיי זאָלן באַווירקן זייערע תּלמידים, אַז זיי זאָלן חס־ושלום ניט מחלל־שבת זײַן און וואַרטן ביז נאָך דער הבֿדלה, און דאַן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס.
אויך דער נײַער פּאָליציי־אינספּעקטאָר פֿון לאַנד האָט מסכּים געווען צו לאָזן וויסן הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, וועלכער איז דער ממונה איבערן כּותל־המערבֿי און אַלע אַנדערע הייליקע פּלעצער, אַז ער האָט פֿאַראָרדנט די פּאָליציי־איינהייטן אין מירון און אַרום דעם קבֿר פֿון ר׳ שמעון בר־יוחאי (רשב״י) און אין לאַנד בכלל, אָנהייבן די הילולא־פֿײַערונגען און אָנצינדן די שײַטער־הויפֿנס ערשט נאָך האַלבער נאַכט, ניט פֿריִער ווי 12:30 אין דער פֿרי.
דעם דאָזיקן פּסק האָט אויך אונטערגעשריבן ניט קיין אַנדערער ווי דער מורן הרבֿ עובֿדיה יוסף, דער געוועזענער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ און איצט דער אָנערקענטער בעל־סמכא, דער גײַסטיקער מנהיג פֿון דער ש״ס־פּאַרטיי און דער ספֿרדישער עדה בכלל.
די הילולא־פֿײַערונגען בײַם קבֿר פֿון רשב״י
קרובֿ צו 400 טויזנט מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין מירון, אָנטייל צונעמען אין דער הילולא־פֿײַערונג לזכר פֿון רשב״י, רבי שמעון בר־יוחאי.
דאָס איז דער הייליקסטער פּלאַץ, נאָך דעם כּותל־המערבֿי אין ירושלים, וווּ עס קומען זיך צונויף אין ל״ג־בעומר און במשך דעם גאַנצן יאָר טויזנטער באַזוכער.
צוליב דעם שבת פֿאַר ל״ג־בעומר זענען שוין דאָנערשטיק און פֿרײַטיק אָנגעקומען קיין מירון און אין דער סבֿיבֿה גאַנצע משפּחות מיט זייערע קינדער. זיי האָבן זיך באַזעצט פֿאַר די דאָזיקע טעג אין צימערן פֿון די קיבוצים און מושבֿים, ווי אויך אין געצעלטן אין די אַרומיקע וועלדער.
צענדליקער אויטאָבוסן זענען געשטאַנען גרייט צו טראַנספּאָרטירן זיי קיין מירון צום קבֿר פֿון רשב״י. טויזנטער פּאָליציי־לײַט האָבן אָפּגעהיט די אָרדענונג אַרום. פֿײַער־לעשער פֿון דער גאַנצער געגנט און מד״א — איינהייטן פֿון רויטן מגן־דוד מיט זייערע אַמבולאַנסן און פּאַראַמעדיקער, דער שפּיטאָל א״נ פֿון זיו, און זײַן פּערסאָנאַל אין דער דערבײַיִקער שטאָט צפֿת, זענען געווען גרייט אויפֿצונעמען מעגלעכע מעדיצינישע נויטפֿאַלן.
טאַטעס האָבן געבראַכט זייערע קליינע קינדערלעך צו דער צערעמאָניע פֿון "חלקה" (כאַלאַקאַ — וועסט זיך אָפּגאָלן, אַראַביש), בעת וועלכער מען האָט צום ערשטן מאָל אָפּגעשניטן די לאָקנס פֿון זייערע קליינער קעפּעלעך, באַגלייט פֿון טענץ און געזאַנג.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז מען האָט צונויפֿגעקליבן די אָפּגעשוירענע האָר ווי אַ סגולה, כּדי צו מאַכן פֿון זיי קאָפּ־פּאַרוקן פֿאַר ראַק־קראַנקע קינדער אין לאַנד.
צו וועלכער עדה געהערט דער קבֿר פֿון רשב״י?
יעדעס יאָר, ווען עס קומט אָן ל״ג־בעומר, שווימט שטענדיק אַרויף אין דער עפֿנטלעכקייט די פֿראַגע צו וועמען אייגנטלעך געהערט דער שטח און די סבֿיבֿה פֿון דעם קבֿר פֿון רבי שמעון בר־יוחאי? צי געהערט עס צו דער ספֿרדישער עדה, צו דער אַשכּנזישער עדה אָדער צו דער מדינה בכלל? יאָרן־לאַנג גייט אָן דער דאָזיקער וויכּוח מיט אַלע זײַנע פּאָליטישע ניואַנסן.
דער היסטאָריקער פּראָפֿ׳ אלחנן רײַנער האָט לעצטנס דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע, אַז די דאָזיקע מחלוקת גייט שוין אָן קרובֿ צו 200 יאָר.
לויט ווי ער האָט דערציילט, איז דער קבֿר פֿון רשב״י דער צווייטער נאָך דעם כּותל־המערבֿי, דער הייליקסטער פּלאַץ, וואָס ציט צו און ווערט באַזוכט פֿון איבער אַ מיליאָן ייִדן יעדעס יאָר.
אָנהייב יעדן חודש קומען צום קבֿר פֿון רשב״י צענדליקער עולי־רגל פֿון לאַנד און פֿון די תּפֿוצות. בלויז אין די טעג פֿון ל״ג־בעומר קומען אַהין קרובֿ צו אַ מיליאָן ייִדן צו די הילולא־פֿײַערונגען לזכר ר׳ שמעון בר־יוחאי.
מלוכה־אינסטאַנצן גיבן איבער, אַז די מחלוקת, צו וועמען עס געהערט דער דאָזיקער פּלאַץ, דרינגט אַרויס ניט בלויז פֿון רעליגיעזע מאָטיוון, נאָר באַזונדערס צוליב ריין עקאָנאָמישע סיבות. אין די לעצטע יאָרן איז אַרײַן אין דער קאַסע פֿון צדקה און פֿאַרקויף פֿון ליכט וואָס ווערט באַנוצט בעת די פֿאַרשיידענע ריטואַלן, קרובֿ צו דער סומע פֿון 3 מיליאָן ש״ח. די דאָזיקע גרויסע סומע ווערט פֿאַרוואַלטעט דורך פֿונקציאָנערן פֿון דער ספֿרדישער עדה, און זיי טוען עס לויט זייער ריין פּאָליטישן אײַנזען, לטובֿת זייער אויסוואַל פֿון אינסטיטוציעס און פּערזאָנען.
אויף דעם פֿאַרלאַנג פֿון דעם קרײַז־געריכט, וואָס זוכט שוין אַ לאַנגע צײַט צו געפֿינען אַ לייזונג צו דער מחלוקת צווישן די ספֿרדישע און אַשכּנזישע עדות, האָט פּראָפֿ׳ רײַנער דערלאַנגט דעם געריכט אַ גענויערן, אינטערעסאַנטן היסטאָרישן איבערזיכט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם הייליקן פּלאַץ, וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר׳ שמעון בר־יוחאי אין מירון.
אין דעם דאָזיקן איבערזיכט שטעלט פּראָפֿ׳ רײַנער פֿעסט, אַז במשך די יאָרן איז קיין מאָל ניט געווען אַן "אויסשליסלעכער" בעל־הבית איבער דעם קבֿר און עס האָט ניט געהערט צו וועלכער עס איז ספּעציפֿישער עדה. עס האָט זיך געווענדט ווער עס איז געקומען אַהין אָפֿט, און ווער האָט זיך מתעסק געווען מיט די טאָג־טעגלעכע, רוטינע הצטרכותן פֿון דעם הייליקן פּלאַץ.
ער ווײַזט אָן, אַז פֿון 15טן יאָרהונדערט, נאָך דעם ווי די ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע, האָט אַ באַטײַטיקע צאָל פֿון זיי זיך באַזעצט אין דער דערבײַיִקער שטאָט צפֿת. צווישן אַנדערע האָבן זיי זיך אויך מתעסק געווען מיט דעם קבֿר פֿון רשב״י אין מירון, און זיי האָבן דאָרטן עטאַבלירט אַ "הקדש" פֿאַר די עולה־רגל, וועלכע פֿלעגן קומען פֿון צײַט צו צײַט אַהין. אויטאָמאַטיש, אין לויף פֿון די יאָרן האָבן זיי איבערגענומען דעם פּאַטראָנאַט און אויפֿזיכט איבערן קבֿר, און אַזוי ציט זיך עס און ליגט אין די הענט פֿון דער ספֿרדישער עדה.
יורידיש אָבער געהערט עס צו כּלל־ישׂראל און די מלוכישע אינסטאַנץ וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די אַלע אַנדערע הייליקע פּלעצער אין לאַנד, איז פֿאַראַנטוואָרטלעך אויך פֿאַר דעם פּלאַץ און דער אַדמיניסטראַציע אַרום דעם קבֿר פֿון ר’ שמעון בר־יוחאי אין מירון.