געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(פֿון לינקס אויף רעכטס): דער דיכטער הרצל חקק, פֿאָרזיצער פֿון פֿאַרבאַנד פֿון העברעיִשע שרײַבער אין ישׂראל; יגאל ביבי, געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט, פֿאָרזיצער פֿון ציוניסטישן ראַט פֿון ישׂראל; ניר ברקת, בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים; יצחק גנוז און די שרײַבערין שׂימחה סיאַני

יצחק גנוז — "חתן־האור" תשע״ג

שוין 20 יאָר ווי "אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל" — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ "חתן־האור" — אַ "פּרײַזטרעגער פֿון ליכט", איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג.
הײַיאָר איז דער דאָזיקער פּרעסטיזשפֿולער טיטל, פּרעזענטירט געוואָרן דעם באַקאַנטן ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער און דיכטער יצחק גנוז. דאָס איז ניט דער איינציקער פּרײַז, וואָס יצחק גנוז האָט באַקומען במשך די לעצטע פֿאַרגאַנגענע יאָרן פֿאַר זײַן ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, פֿאַר זײַן בײַטראָג צו דער מאָדערנער ליטעראַטור סײַ אין ייִדיש און סײַ אין העברעיִש.
מיט עטלעכע יאָרן צוריק האָט ער באַקומען דעם ליטעראַטור־פּרײַז א״נ פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול ז״ל. דעם דאָזיקן פּרײַז האָט אים פּרעזענטירט אין נאָמען פֿון פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו די מיניסטאָרין פֿאַר קולטור און ספּאָרט לימור ליבֿנת, וועלכע האָט אויך אויסגעדריקט איר אייגענע מיינונג און אָנערקענונג פֿאַר זײַן בײַטראָג צו דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.
אין די מאָטיוון פֿון דער זשורי ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "די שאַפֿונגען פֿון יצחק גנוז שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מצבֿה אויף אַ תּקופֿה פֿון דעם ייִדנטום אין גלות, אויף דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה, אויף דעם חורבן פֿון ייִדיש־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע".
מיט צוויי יאָר צוריק האָט יצחק גנוז באַקומען דעם "רובינליכט־פּרײַז" אין לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ. אין די מאָטיוון פֿון דער זשורי פֿון דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "זײַענדיק אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער טראַדיציע, האָט יצחק גנוז געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן גלײַכגעוויכט צווישן דער ייִדישער טראַדיציע, צווישן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער ירושה און דער ארץ־ישׂראלדיקער קולטור".

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין ווידער מלחמה־שפּאַנונג 
אויף די גרענעצן

די ישׂראל־פּאָליציאַנטן באַקוקן דאָס אָרט לעבן אַ הויז, וווּ ס׳איז געפֿאַלן אַ ראַקעטע פֿון עזה. 
נתּיבֿות, נאָוועמבער 12, 2012
עס זענען שוין ווידער געפֿאַלן, אָן אויפֿהער, "קאַסאַם"־ און "קאַטיושאַ"־ראַקעטן פֿון איבער די גרענעצן, אין דרום־ און צפֿון־לאַנד. די ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס און אויפֿן גולן האָבן זיך געפֿונען זינט עטלעכע וואָכן אין אַ מלחמה־צושטאַנד. עס הערשט דאָרטן ווידער אַ מלחמה־שפּאַנונג, וואָס קען מעגלעך דערפֿירן צו אַ באַנײַטער, פֿולער מלחמה, מצד די ישׂראל־כּוחות און דער אַראַבישער וועלט.
צום גליק, זענען אין ישׂראל ביז איצט ניט געווען קיין ערנסטע מענטשלעכע קרבנות, בלויז אַ צאָל הײַזער זענען שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן. ס׳רובֿ ראַקעטן זענען געפֿאַלן אויף ליידיקע פּלעצער.
אין די שטעט און ייִשובֿים, ווי שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע א״אַנד הערשט אַ גרויסע שפּאַנונג. די שולן זענען געשלאָסן, די קראָמען — פֿאַרמאַכט; מען הערט שוין ווידער, פֿון צײַט צו צײַט, די אַלאַרם־וואָרענונגען "צבֿע אָדום". די באַפֿעלקערונג שטייט טאָג און נאַכט גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן.
צה״ל, די ישׂראל־אַרמיי, האָט געענטפֿערט אויף די דאָזיקע בלוטיקע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. אַ צאָל אַראַבישע טעראָריסטן און ציווילע בירגער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, די מיטגלידער פֿון זײַן קאַבינעט און הויכע מיליטער־לײַט האָבן אָן אויפֿהער זיך באַראַטן און געלאָזט וויסן די אָנפֿאַלער איבער די גרענעצן, די אַראַבישע לענדער און דער וועלט בכלל, אַז "...ישׂראל וועט ניט בלײַבן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט קעגן די דאָזיקע אַטאַקעס פֿון די ראַקעטן אויף אונדזער סוּווערעניטעט".

רעליגיע, קהילה־לעבן

מיר זענען שוין אין מיטן פֿון חודש אלול. די הייסע זומערטעג זענען שוין כּמעט פֿאַרבײַ. די קילע ווינטן אין די אָוונטן זאָגן אָן דעם אָנקום פֿון דעם האַרבסט, און די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר נאָך די סליחות אין די פֿרימאָרגנס, זאָגן אָן, אַז אָט, אָט וועלן מיר באַגעגענען ראָש־השנה פֿון דעם אָנקומענדיקן, נײַעם יאָר, תשע״ג.

הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, האָט לויט דעם באַשלוס פֿון דעם חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, דער נײַער שוליאָר זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אויגוסט, מיט 5 טעג פֿריִער, ווי געוויינטלעך, כּדי די תּלמידים זאָלן באַווײַזן באַצײַטנס זיך צוצוגרייטן ווי געהעריק צו די ימים־נוראָים.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאָרשט די אַנטי־ציוניסטישע לאָזונגען אויפֿן "יד־ושם"־מוזיי אין ירושלים, דעם 11טן יוני, 2012
שוין לאַנג ווי מיר האָבן געהערט און געזען אויף די עקראַנען פֿון טעלעוויזיעס דעם אומפֿאַרגעסלעכן און סקאַנדאַליעזן אַקט פֿון חילול־השם און פּחיתות־הכּבֿוד, וואָס עס זענען באַגאַנגען אין "יד־ושם", מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אַחינו־בני־ישׂראל, חרדים פֿון מאה־שערים אין ירושלים.
מיר האָבן ניט געקאָנט גלייבן וואָס אונדזערע אויערן האָבן געהערט אויף דער ראַדיאָ, ווען הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, אַליין אַ געראַטעוועטער פֿון חורבן, איצט פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם"־ראַט האָט מיט אַ ציטערנדיק קול פֿאַרדאַמט דעם דאָזיקן קרימינעלן אַקט.
אונדזערע אויגן האָבן ניט געוואָלט גלייבן, ווען מיר האָבן געזען אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן, און מיט עטלעכע טעג שפּעטער — אויף דעם שער־בלאַט פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס", פֿון יוני 15—21 — דאָס שוידערלעך בילד פֿון גראַפֿיטי־אויפֿשריפֿטן אויף דעם "מויער פֿון געדענקען" און אויף דעם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין "יד־ושם", וואָס זענען געשריבן געוואָרן מיט "פֿרומע" ייִדישע הענט: "אם היטלר לא היה, הציונים היו ממציאים אותו" — ווען ס’וואָלט ניט געווען קיין היטלער, וואָלטן די ציוניסטן אים דערפֿונדן"; ווי אויך אַ צאָל אַנדערע, שמוציקע באַשולדיקונגען קעגן מדינת־ישׂראל, אירע מנהיגים און קעגן צה״ל, דער ישׂראל־אַרמיי.
דערווײַל האָט די ישׂראל־פּאָליציי נאָך אַלץ ניט געכאַפּט און ניט אַרעסטירט די דאָזיקע פֿאַרברעכער. די זיכערהייט־אינסטאַנצן וועלן זיכער דערגיין ווער עס איז געשטאַנען הינטער דעם דאָזיקן אומפֿאַרשעמטן אַקט.

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאַצי־מלחמה־פֿאַרברעכער אַדאָלף אײַכמאַן בײַם פּראָצעס אין ירושלים, יוני 22, 1961
מיט צוויי וואָכן צוריק, דעם 31סטן מײַ 2012 איז פֿאָרגעקומען אין בערלין אין "וואַנזעע־הויז" אַן אויסנעמלעכע צערעמאָניע פֿון אַ היסטאָרישן כאַראַקטער.
אין דעם דאָזיקן הויז איז מיט 70 יאָר צוריק פֿאָרגעקומען די שענדלעכע קאָנפֿערענץ, ווען די נאַצי־פֿירער בראָש מיט אַדאָלף היטלערן, האָבן דאַן באַשלאָסן "ענדגילטיק צו לייזן די ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע".
אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן די הײַנטיקע דײַטשישע פֿירער אָפּגעמערקט 50 יאָר נאָך דעם, ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַן.
איינער פֿון די געסט פֿון ישׂראל צו דער דאָזיקער צערעמאָניע, איז געווען מיקי גאָלדמאַן, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען בעת דעם פּראָצעס אין ירושלים, און אַ לעבעדיקער עדות בעת זײַן עקזעקוציע, מיט 50 יאָר צוריק, בעת מען האָט אײַכמאַנען געהאָנגען און זײַן קערפּער פֿאַרברענט.
איצט, בײַ דער צערעמאָניע אין "וואַנזעע־הויז" אין בערלין, האָט מיקי געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ, אין דער דײַטשישער שפּראַך, זײַנע זכרונות פֿון יענער היסטאָרישער נאַכט "וואָס איז שווער צו פֿאַרגעסן".
מיקי גאָלדמאַן דערציילט:

"...מיר זענען אַרויף אויף אַ שיף אין מיטן ים, איבער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל, מיר האָבן איבערגעקערט דעם קרוג מיטן אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן מאַסן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן, און עס צעשאָטן איבער די כוואַליעס פֿון דעם רוישיקן ים.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָג פֿון ירושלים 2012
ווען דער דאָזיקער נומער פֿון דער צײַטונג וועט דערגרייכן אונדזערע לייענער, וועט שוין זײַן נאָך כ״ח אייר — נאָך די פֿײַערונגען פֿון "יום־ירושלים" (טאָג פֿון ירושלים) — דער טאָג פֿון באַפֿרײַען די אַלטשטאָט פֿון דער יאָרדאַנישער הערשאַפֿט, און איר פֿאַראייניקונג מיט דעם מערבֿ־טייל פֿון אונדזער הויפּטשטאָט, בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה מיט 45 יאָר צוריק!
אין אונדזער קאָלעקטיוון, ווי אויך אין אונדזער פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון דעם געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך דעם יאָר.
זכרונות און עמאָציעס זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן. זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע, וואָס טאָג־טעגלעך באַווירקט אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, אונדזער בענקשאַפֿט, אונדזער געמיט־צושטאַנד. עס לעבן צווישן אונדז די העלדישע קעמפֿער און אָנטיילנעמער אין דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אַלט־ירושלים.
אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער זענען אויסגעוואַקסן און זיך דערצויגן אין ליכט פֿון זייער אָנוועזנהייט און זייער גײַסט, פֿון יענע היסטאָרישע טעג, ווען די אַלטשטאָט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דעם אַראַבישן שׂונא און דער הר־הבית מיטן כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די חרובֿע בית־המיקדשן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט מיט העכער 2,500 יאָר צוריק — זענען נאָך בלוטיקע קאַמפֿן צוריק דעראָבערט געוואָרן דורך אונדזערע העלדישע זעלנער.
דורות־לאַנג האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט אויפֿגעגעבן די שבֿועה:
"אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט...

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון די זשעטל־קדושים
מאָנטיק, דעם 14טן מײַ, וועלן די רעשטלעך פֿון מײַן היימשטעטל זשעטל אָפּמערקן דעם 70סטן יאָרצײַט נאָכן חורבן. די הזכּרה וועט פֿאָרקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, אין "בית־ציונה אַמריקה". יעדעס יאָר מערקן מיר אָפּ די יאָרצײַטן און די דאַטעס פֿון די שחיטות און אומקום פֿון אונדזערע משפּחות; דעם חורבן פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק!
אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש.
דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ברענגט אַ קראַנץ בלומען צום חורבן־דענקמאָל לכּבֿוד יום־השואה, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין "יד־ושם", ירושלים
בלויז עטלעכע טעג טיילן אָפּ די פֿריילעכע טעג פֿון פּסח פֿון כ״ז ניסן "יום־השואה־והגבֿורה" — דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה, וואָס די כּנסת־ישׂראל האָט מיט יאָרן צוריק פּראָקלאַמירט ווי אַ טאָג געווידמעט דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום — דעם אומקום פֿון די 6 מיליאָן קדושים — אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער.
אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום.
אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ ריי פֿון אָרעמע־לײַט צו באַקומען אַ שפּײַז־שטיצע, ישׂראַל
מײַן "בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין די חול־המועד־טעג פֿון פּסח, נאָך דעם, ווי מיר האָבן שוין געהאַט געפּראַוועט דעם טראַדיציאָנעלן סדר, יעדע משפּחה אויף איר שטייגער, לויט אירע מינהגים, לויט דער טראַדיציע.
"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול־התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון דער טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום: יהואש).
די מאָלערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים", וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג.
הײַיאָר איז בײַ אונדז טאַקע געווען דער וועטער, ווי עס ווערט געשילדערט אין "שיר־השירים". דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז בײַ אונדז געווען אַ שטאַרק רעגנדיקער. די בערג פֿון גולן און חרמון זענען געווען באַדעקט מיט אַ הויכן שניי. דער וואַסער־פֿלאַך פֿון כּנרת האָט זיך באַטײַטיק געהויבן, צו דער צופֿרידנקייט פֿון דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, באַזונדערס פֿון די אַגריקולטור־לאַנדווירטן, וועלכע זענען געווען אין די לעצטע יאָרן באַזאָרגט פֿון דער לאַנגער טריקעניש.
די שווערע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָט פֿאַר פּסח אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט באַדויער און שווערן געמיט.

פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ש״י עגנון
אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אָדר, איז אין "בית־עגנון" אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, וואָס אַזוינס איז נאָך ניט געווען אין דער געשיכטע פֿון אָפּמערקן אַ יאָרצײַט פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, נעמלעך: אַ "פֿײַערלעכער טיש", אַזוי ווי מען פּראַוועט געוויינטלעך בײַ חסידים און אין ישיבֿות, מיט דער באַטייליקונג פֿון רביים און רבנים.
אין אונדזערע קרײַזן איז עס באמת אַ "נאָווינע". עפּעס אַ נײַע דערשײַנונג און אַ נײַע פֿאָרעם אָפּצומערקן אַ יאָרצײַט אין אונדזער קולטור־לעבן. עס איז אַראַנזשירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער סעקולערער ישיבֿה אין ירושלים (יאָ, אַזעלכע עקזיסטירן שוין איבערן לאַנד אַ צאָל יאָרן). די אײַנלאַדונג צו דעם אָוונט, געווידמעט דעם 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון (י״א אָדר א׳ תּש״ל — 17.02.1970) האָט טאַקע געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ "טיש־פּראָגראַם", אין וועלכער מען האָט צוגעזאָגט די אָנטייל־נעמער, ניט מער און ניט ווייניקער די טעמע: "שׂימחה־ושׂשׂון אצל עגנון. על רגעים של חגיגות, חתונות, ביקורי־קרובֿים התענגות פּשוטה" — שׂימחה־ושׂשון. פֿײַערלעכקייטן, חתונות, באַזוכן בײַ קרובֿים און פּשוטע פֿאַרגעניגנס אין די שאַפֿונגען פֿון ש״י עגנון.
אין דער פּראָגראַם פֿון דעם דאָזיקן "טיש" זענען אויפֿגעטראָטן מיט אָפּשאַצונגען וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון ש״י עגנון אַ צאָל שרײַבער און געלערנטע. מען האָט אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם מיט לידער און מוזיק, צוגעפּאַסט צו דער צײַט אין וועלכער ש״י עגנון האָט געלעבט און געשאַפֿן, וואָס איז ליידער אַוועק בעת דעם חורבן, און איז מער ניטאָ.
דער עולם אין זאַל האָט מיט גרויס אינטערעס אויפֿגענומען די דאָזיקע אויסנעמלעכע פּראָגראַם פֿון דעם "יאָרצײַט־טיש" צום 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּאָליציי אין אַשדוד קוקן איבער דעם היזק נאָכן אַטאַק פֿון אַ ראַקעט פֿון עזה, מאָנטיק
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן מיר געהאָפֿט, אַז הײַיאָר וועלן מיר קענען פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּורים אין אַ מער געמיטלעכער און רויִקער שטימונג, לויט דעם טראַדיציאָנעלן שטייגער און אָנזאָג "משניכנס אָדר מרבין בשׂימחה", אַז מיטן אָנקום פֿון חודש אָדר, וועלן מיר אָנהייבן צו מאַכן די הכנות צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ, וואָס פֿאַלט אויס דעם 14טן טאָג פֿון חודש, און פֿון פּורים צו פּסח, דעם יום־טובֿ פֿון פֿרילינג און באַפֿרײַונג, איז שוין ניט ווײַט...
הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן.
דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן.
די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר האָבן דערלעבט אַ צײַט, אַז עס איז שוין ניט נייטיק צו קומען פּערזענלעך צום כּותל־המערבֿי, כּדי דאָרטן צו דאַווענען אַ "שחרית", אַ מינחה" אָדער אַ "מעריבֿ", זיך אויסוויינען דאָס האַרץ צום רבונו־של־עולם, אַרײַנצולייגן אַ קוויטל מיט בקשות צווישן די שפּאַלטן און אַ קוש טאָן די אַלטע שטיינער פֿאַרן אַוועקגיין אַהיים...
מען קען שוין איצט אײַנקויפֿן אַ שטיין פֿון דער הייליקער וואַנט, אָדער אַ ביסל ערד פֿון דעם הייליקן פּלאַץ אַרום אים, אויף דעם "ליציטאַציע־וועבזײַטל" פֿון דער ווײַטנס, זיצנדיק אין דער היים אויף דער באַקוועמער סאָפֿע אין סאַלאָן, ניט נאָר אין ירושלים, נאָר טאַקע אויך אויף דער אינטערנעץ אין דער גאָרער וועלט.
דער רבֿ, וועלכער איז ממונה אויף דעם כּותל־המערבֿי, הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, האָט מודיע געווען, אַז ער האָט לעצטנס אַרויסגעשיקט אַ פּראָטעסט־בריוו צו די באַלעבאַטים פֿון דעם דאָזיקן קאָמערציעלן וועבזײַטל, אַז זיי זאָלן אומבאַדינגט אָפּשטעלן דעם שווינדל פֿון פֿאַרקויפֿן אַ שטיין, אָדער אַ ביסל ערד פֿון דעם הייליקן פּלאַץ אַרום אים.
דער "פּראָדוקט" אין פֿאָרעם פֿון אַ לאַמינירט פּלאַסטיק־קאַרטל, טראָגט דעם נאָמען "אַ שטיקל שטיין פֿון כּותל־המערבֿי — ישו־הנוצרי אין ירושלים". דער פּרײַז פֿון דעם דאָזיקן "הייליקן קאַרטל" איז 24.99$. דער אינהאַלט פֿון דעם קאַרטל שטעלט מיט זיך פֿאָר, ניט נאָר די ייִדישע און קריסטלעכע רעליגיעס, נאָר אויך רעליגיעס פֿון אַנדערע פֿעלקער. עס ווערט דאָרטן דערמאָנט די געשיכטע פֿון ישו־הנוצרי און זײַן שליחות צו דער מענטשהייט, ווי אויך די נעמען פֿון דוד המלך, שלמה המלך, רבנים, באַרימטע פּויפּסטן און הייליקע פֿון דער קריסטלעכער ביבל.
אין דעם בריוו צו די מענטשן פֿון דעם דאָזיקן וועבזײַטל, באַטאָנט הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן דאָס קאַרטל מיט זײַן אינהאַלט, איז אַ פֿאַרשוועכונג פֿון גאָטס נאָמען. עס איז אויך אַן איסור (פֿאַרבאָט) פֿון דער תּורה און אויך קעגן דעם געזעץ פֿון דער ישׂראל־מדינה, וואָס פֿאַרבאָט צו האַנדלען מיט אַלטערטימלעכע אָביעקטן ווי עס זענען די שטיינער פֿון דעם כּותל־המערבֿי.