אַ ריי פֿון אָרעמע־לײַט צו באַקומען אַ שפּײַז־שטיצע, ישׂראַל |
"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול־התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון דער טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום: יהואש).
די מאָלערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים", וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג.
הײַיאָר איז בײַ אונדז טאַקע געווען דער וועטער, ווי עס ווערט געשילדערט אין "שיר־השירים". דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז בײַ אונדז געווען אַ שטאַרק רעגנדיקער. די בערג פֿון גולן און חרמון זענען געווען באַדעקט מיט אַ הויכן שניי. דער וואַסער־פֿלאַך פֿון כּנרת האָט זיך באַטײַטיק געהויבן, צו דער צופֿרידנקייט פֿון דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, באַזונדערס פֿון די אַגריקולטור־לאַנדווירטן, וועלכע זענען געווען אין די לעצטע יאָרן באַזאָרגט פֿון דער לאַנגער טריקעניש.
די שווערע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָט פֿאַר פּסח אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט באַדויער און שווערן געמיט.
די זיכערהייט־לאַגע אין לאַנד בשײַכות מיט די דראָונגען פֿון איראַן, און פֿון די טעראָריסטן פֿון עזה־פּאַס, זענען געווען גענוג סיבות פֿון זאָרג צוליב די ספּאָראַדישע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן, כאָטש לעצטנס זענען די דאָזיקע ראַקעטן־אַטאַקע געוואָרן זעלטענער, נאָך דעם ווי דער ישׂראל־פֿלאָט האָט זיי געהעריק באַשטראָפֿט מיט רעוואַנש־באָמבאַרדירונגען, אין וועלכע עס זענען אומגעקומען אַ צאָל פֿון זיי צוזאַמען מיט עטלעכע פֿון זייערע אָנפֿירער.
ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָבן אַחינו־בני־ישׂראל צעפּראַלט זייערע פֿענצטער און טירן פֿאַרן אָנקומענדיקן פֿרילינג־וועטער, און זיי האָבן ווי שטענדיק מכין געווען דעם יום־טובֿ־סדר צוזאַמען מיט זייערע משפּחות און פֿרײַנד, אַזוי ווי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן.
* * *
אין דער וואָך פֿאַר פּסח, איז באַקאַנט געוואָרן אין דער פּרעסע און אין די אַנדערע מעדיאַ, אַז אין ישׂראל לעבן הײַנט צו טאָג קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַ האַלב אײַנוווינער אין דער עלטער פֿון 65 יאָר און העכער, אַז אַ דריטל פֿון זיי געפֿינט זיך אונטער דער אײַנגעשטעלטער אָרעמקייט־ליניע, וואָס מיינט, אַז זיי לעבן אין דחקות, און אַז זיי זענען קראַנק און עלנט. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי זענען געראַטעוועטע פֿונעם חורבן און אַז זיי האָבן ניט די נייטיקע געלט־מיטלען זיך אײַנצושאַפֿן די אַלע שפּײַז־פּראָדוקטן כּדי צו פּראַווען דעם סדר, ווי אײַנצוקויפֿן מצות און די שאר־ירקות, ווי זיי וואָלטן וועלן.
אין די וואָכעדיקע טעג, עסן די מערסטע פֿון זיי אַ וואַרעמען מאָלצײַט אין די פֿאַרשיידענע גאָרקיכן וואָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע שטעט אין לאַנד. אָבער אין די ימים־טובֿים, זענען די גאָרקיכן פֿאַרמאַכט, און אַ סך פֿון זיי זענען עלנט, אָן קרובֿים און אָן משפּחות. זיי זענען אויסגעשטעלט צו הונגער, זיי פֿאַלן צו דעם חסד פֿון זייערע שכנים, אָדער צו געוויסע וווילטעטיקע אינסטיטוציעס.
אין די וואָכן פֿאַר פּסח, האָבן מיר טאַקע געזען אויף טעלעוויזיע־עקראַנען לאַנגע רייען פֿון טויזנטער אַזעלכע נויט־באַדערפֿטיקע, וועלכע שטייען מיט אויסגעשטרעקטע הענט, שטופּן זיך פֿאָרויס כּדי צו כאַפּן אַ שפּײַז־פּאַקעט.
די דאָזיקע האַרץ־רײַסנדיקע סצענעס, האָבן געמאַכט אַ גוואַלדיקן און פּײַנלעכן רושם אויף די צושויער אין לאַנד, וועלכע זיצן אין זייערע סאַלאָנען און דאַרפֿן ניט אָנקומען צו דער דאָזיקער וווילטעטיקער שטיצע.
* * *
באַשרײַבנדיק דעם דאָזיקן מצבֿ, איז מיר געקומען אויפֿן זכּרון דער מינהג פֿון "קימחא דפּיסחא" — שטיצע פֿאַר אָרעמע משפּחות ערבֿ־פּסח, זיי זאָלן קענען אײַנקויפֿן מצה און אַלע אַנדערע פּראָדוקטן אויף פּסח, אין מײַן קליין געבורט־שטעטל זשעטל, וואָס אַמאָל האָט עס געהערט צו פּוילן און איצט געהערט עס צו ווײַסרוסלאַנד.
איך האָב זיך דערמאָנט ווי גלײַך נאָך פּורים, ווען אין דרויסן האָבן נאָך געבלאָזן בייזע ווינטן און פֿרעסט, פֿלעגט "חײַקע די בעליקיער" (אַזוי האָט מען זי גערופֿן, ווײַל זי האָט געשטאַמט פֿון דאָרף בעליקי) אָנהייבן איר אייגענע, יערלעכע געלט־זאַמלונג בײַ די ייִדן אין שטעטל פֿאַר "קימחא דפּיסחא".
זי האָט געפֿירט אין געהיים אַ רשימה פֿון די אָרעמע משפּחות אין שטעטל, וואָס האָבן ניט געהאַט די געלט־מיטלען אײַנצוקויפֿן די אַלע נייטיקע פּראָדוקטן און אַנדערע באַדערפֿענישן פֿאַר פּסח.
קיינער האָט ניט געוואַגט זי צו פֿרעגן, פֿאַר וועמען זי קלײַבט די דאָזיקע צדקה — ווי געניצטע מלבושים, שיך און אַנדערע זאַכן.
"מתּן־בסתר" — דאָס געבן הילף און צדקה, אַז קיינער זאָל ניט וויסן ווער עס באַקומט עס און פֿון וועמען עס שטאַמט, האָט חײַקע געהאַלטן ווי אַ הייליקער סוד, זי האָט עס קיין מאָל ניט אַרויסגעגעבן.
פּונקט אַזוי, האָט קיינער ניט געוווּסט פֿאַר וועמען זי קלײַבט אין די פֿרײַטיקס פֿון אַ גאַנץ יאָר, חלות אויף שבת.
אַ גרויסע צאָל משפּחות אין שטעטל האָט געליטן אָרעמקייט און הונגער, זייער "בידנע דאָליע" האָבן ווייניק מענטשן געוווּסט.
מען פֿלעגט טאַקע זאָגן אין שטעטל, אַז "אָרעמקייט איז ניט קיין שאַנדע".
* * *
אין דעם זעלבן גײַסט איז אין די לעצטע טעג פֿאַר דעם הײַנטיקן פּסח אַרויס דער שׂר־הרווחה — מיניסטער פֿאַר סאָציאַלן ווויל — משה כּחלון, מיט אַ דערקלערונג, אַז ער גרייט זיך אָפּשאַפֿן און ענדערן די פּראָצעדור פֿון פֿאַרטיילן די שפּײַז־פּאַקעטן און שפּײַז־קאַרטאָנען צו די אָרעמע, נויט־באַדערפֿטיקע עפֿנטלעך, אָפֿן פֿאַר אַלעמען, פֿאַר די קומענדיקע ימים־טובֿים.
ער איז בײַ דער מיינונג, אַז דאָס שטיין אין די לאַנגע רייען צו באַקומען דעם שפּײַז־פּאַקעט איז אַ מענטשלעכע דערנידערונג און אַ באַליידיקונג צו זייער ווירדע און מאָראַל. די פֿאָטאָגראַפֿיר־אַפּאַראַטן פֿון דער טעלעוויזיע פֿאָטאָגראַפֿירן זיי און מען זעט שפּעטער אויף די עקראַנען, ווי אַזוי זיי שטופּן זיך און באַמיִען זיך צו כאַפּן זייערע פּאַקעטן, אָדער אַ קאַרטאָן מיט דער שפּײַז. ער זעט אין דעם אַן אַקט פֿון חילול־הקודש — אַ פֿאַרשווערונג פֿון דער הייליקער מיצווה פֿון "מתּן־בסתר", צו אָרעמע און נויט־באַדערפֿטיקע, אַ מיצווה וואָס ייִדן פֿלעגן דורות־לאַנג מקיים זײַן אין די שטעט און שטעטלעך אין די תּפֿוצות. טאַקע אַזוי ווי "חײַקע די בעליקיער" פֿלעגט דאָס טאָן אין מײַן געבורט־שטעטל זשעטל.
דער מיניסטער כּחלון קלײַבט זיך צו פֿאַרטיילן די שפּײַז־פּאַקעטן צו די קראַנקע, אָרעמע, נויט־באַדערפֿטיקע און געראַטעוועטע פֿון חורבן אין אַ מער דיסקרעטן אופֿן, דורך באַקומען טאַלאָנען אָדער פּלאַסטיק־קאַרטלעך, און זיי וועלן מער ניט דאַרפֿן שטיין אין די לאַנגע רייען און ווערן פֿאָטאָגראַפֿירט פֿאַר די טעלעוויזיע־עקראַנען.
אויך הרבֿ יחיאל עקשטיין, דער הויפּט פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט־פֿאָנד פֿאַר ישׂראל, האָט דערקלערט, אַז די נײַע סיסטעם ווערט שוין לאַנג, לאַנג פּראַקטיצירט אין אַמעריקע, אין פֿאַרטיילן שפּײַז־קאַרטלעך צו זייערע נויט־באַדערפֿטיקע.
הכּלל, מיר אין ישׂראל, גלייבן דאָך אַז וואָס עס איז גוט פֿאַר גרויס אַמעריקע, וועט אם־ירצה־השם זײַן אויך גוט פֿאַר אונדזער קליין לענדעלע ישׂראל...