- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז נישט קיין נאָווינע, אַז עס זײַנען דאָ גענוג בעלנים, קליינע מענטשעלעך, וואָס האָבן ליב אַ שטאָך צו טאָן אַ "גדול", אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, וועלכע גליטשט זיך, צו מאָל, אויס און פֿאַלט, אָדער כאַפּט זיך אַרויס מיט אַ נאַריש וואָרט — מ’איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש... די מיצווה פֿון געדענקען אָט זײַנען מיר אין חודש ניסן און גרייטן זיך צו פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח, דעם זמן־חרותנו. פֿון די זעקס זכירות וואָס די חכמי־הקבלה האָבן באַשטימט וואָס אַ ייִד דאַרף דערמאָנען יעדן טאָג איז "למען תּזכּור את יום צאתך מארץ־מצרים כּל־ימי חייך" — דו זאָלסט דערמאָנען דעם טאָג פֿון דײַן באַפֿרײַונג (אַרויסגאַנג) פֿון מצרים אַלע טעג פֿון דײַן לעבן — די סאַמע ערשטע. אַזוי וויכטיק איז די געשעעניש ביז גאָר, אַז דער "אָנוכי" — דאָס ערשטע וואָרט פֿון די עשׂרת־הדיברות ווען דער אייבערשטער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר דעם פֿאָלק איז: "איך בין דײַן גאָט וואָס האָט דיך אַרויסגעצויגן פֿון מצרים". איז קיין וווּנדער ניט אַז די דראַמע פֿון יציאת־מצרים און דער מעמד הר־סיני זײַנען די הויפּט־עלעמענטן אין דעם פּראָצעס וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שבֿטים אין אַ פֿאָלק. "היום הזה נהיית לעם לד’ אלוהיך" — הײַנטיקן טאָג ביסטו געוואָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו גאָט דײַן האַר (יהואש, דבֿרים כ״ז: 9). מיר לעבן איבער די דראַמע בײַם אָפּריכטן דעם סדר און זײַן מקיים די מיצווה פֿון דור צו דור מיט אַ פֿײַערלעכער שטימונג, גײַסטיקער דערהויבוננג און נאַציאָנאַלן שטאָלץ. די הגדה איז דאָס איינציקע רעליגיעזע בוך, וואָס איז ניט געחתמעט. מיר האַלטן אין איין רעדאַגירן, צוגעבן נײַע קאַפּיטלעך און פּירושים, ווײַל די דראַמע האָט זיך נישט געענדיקט. וועלכער פֿריִערדיקער דור פֿאַר אונדזער האָט דערפֿאַרן, איבערגעלעבט די שואה — דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל? "צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן? אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט, וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן. צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע [בילד] ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן, ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע, און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן. דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן, ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין, אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן. Shalom Auslender. אין די יאָרן פֿון זײַן אַרבעט אין "פֿאָרווערטס" האָט ראָבינס, אַ חוץ פֿילצאָליקע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אַ ראָמאַן און אַ צאָל פּיעסן, אַרײַנגערעכנט די מעלאָדראַמע "אויף דער זיבעטער עוועניו", וואָס מע האָט אין די מיט-1930ער געשפּילט אין טעאַטער אויף דער צווייטער עוועניו. אומגעקומען איז ער צוליב אַן אַוואַריע פֿון אַן עראָפּלאַן, אויפֿן וועג קיין מאַיאַמי. ער איז געווען איינער פֿון די 20 אומגעקומענע פּאַסאַזשירן. די איבעריקע 81 לײַט זײַנען פֿאַרבליבן לעבן. דעם 18טן אַפּריל 1935, האָט ראָבינס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם "הײַנטיקן פּסח אין אַמעריקע". פֿון דעם דאָזיקן גרויסן אַרטיקל האָב איך אויסגעקליבן דעם פֿראַגמענט, וואָס הייסט "דער ‘אַמעריקאַניזירטער’ סדר". מיר שײַנט, אַז לעאָ ראָבינס האָט געשאַפֿן אַ בילד פֿון די 1930ער יאָרן, מיט אינטערסאַנטע אַנטראָפּאָלאָגישע פּרטים, וועלכע ער האָט געזען מיט די אויגן פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט געדענקט די "אַלטע היים". דערצו האָב איך אין ראָבינס׳ באַשרײַבונג געפֿונען אַ סך פּרטים, וואָס דערמאָנען מיר אָן דעם ווי אַזוי מע האָט געפּראַוועט פּסח אין מײַן אַרום, אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין אוקראַיִנע. די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח זענען פֿאַרבונדן מיט קריעת־ים־סוף — דער עיקר־נס פֿון יציאת־מצרים. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט פּרעה באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג". במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן. אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס. "הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול־התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון דער טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום: יהואש). די מאָלערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים", וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג. הײַיאָר איז בײַ אונדז טאַקע געווען דער וועטער, ווי עס ווערט געשילדערט אין "שיר־השירים". דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז בײַ אונדז געווען אַ שטאַרק רעגנדיקער. די בערג פֿון גולן און חרמון זענען געווען באַדעקט מיט אַ הויכן שניי. דער וואַסער־פֿלאַך פֿון כּנרת האָט זיך באַטײַטיק געהויבן, צו דער צופֿרידנקייט פֿון דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, באַזונדערס פֿון די אַגריקולטור־לאַנדווירטן, וועלכע זענען געווען אין די לעצטע יאָרן באַזאָרגט פֿון דער לאַנגער טריקעניש. די שווערע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָט פֿאַר פּסח אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט באַדויער און שווערן געמיט. הירשביין איז ניפֿטר געוואָרן דעם 31סטן דעצעמבער 2011, צו 77 יאָר, נאָך אַ לאַנגן קאַמף מיט אַלצהײַמערס. פֿון די 1960ער ביז די 1990ער איז ער געווען אַ באַקאַנטער דירעקטאָר פֿון קאָנצערט־סעריעס אין דער שטאָט ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט 20 יאָר ווי דער פּראָגראַם־דירעקטאָר בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אויף דער 92סטער גאַס. זײַן כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, ליבע צו קלאַסישער מוזיק און גרייטקייט צו העלפֿן מוזיקער אין זייער קאַריערע, האָט צוגעצויגן מענטשן פֿון אומעטום. הירשביין, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער, פּרץ הירשביין, און דער פּאָעטעסע, אסתּר שומיאַטשער, איז געבוירן געוואָרן אין מאַנהעטן, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין האָליוווּד, וווּ דער באַרימטער אַקטיאָר, עדוואַרד דזשי ראָבינסאָן, פֿלעג זיי פֿאַרבעטן צו זיך אין שטוב. איינער פֿון עמוס׳ גוטע פֿרײַנד איז געווען דער לעגענדאַרער אַקטיאָר, דזשיימס דין, וועלכער האָט אינספּירירט עמוסן צו אויטאָ־געיעגן. נאָך דעם ווי דין איז דערהרגעט געוואָרן אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע אין 1955, האָט עמוס, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, אויפֿגעהערט זיך צו באַטייליקן אין די אויטאָ־פֿאַרמעסטן. די פּראָגראַם לכּבֿוד הירשביין האָט אַרײַנגענומען באַכס "קאָנצערט אין D major"; שענבערגס "אַ לעבן געבליבענער פֿון וואַרשע"; בלאָכס "ניגון פֿונעם בעל־שם־טובֿ" נאַטאַשאַ הירשהאָרנס "התבוננות דורך צוויי תּפֿילות" (אַ וועלט־פּרעמיערע); דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשס "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע, ווערק 79", און נעמי שמרס "ירושלים פֿון גאָלד". איז דען פֿאַראַן אַזאַ מין זאַך ווי אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד? מיט וואָס מעסט מען עס? וווּ און בײַ וועמען שטייט עס אײַן? אין וועלכן ספֿר־פּראַלניק האָט מען עס פֿאַרעפֿנטלעכט? ווען מ׳גריבלט זיך אין דעם אורשפּרונג, גלוסט זיך מיר נישט, אָבער איך וועל עס דערמאָנען סײַ־ווי־סײַ. להבֿדיל, היטלער ימח־שמו־וזכרו האָט אויך זיך פֿאַרפֿירט אין דער זעלבער פֿראַגע. ווער איז אַ גאַנצער ייִד? אַ האַלבער ייִד? אַ פֿערטל ייִד? אַ דריטל ייִד? אַ צענטל ייִד? און איר ווייסט דאָך אַליין וואָס ס׳איז אַרויסגעקומען דערפֿון. די ייִדישע באַטייליקונג אין "מערצישאָר" דער ערשטער וועסנע־חודש אין מאָלדאָווע טיילט זיך, געוויינטלעך אויס, מיט זײַן קאַפּריזנעם וועטער. דער ווינטער וויל נאָך נישט אַוועקגיין, און ווײַזט בייז אַרויס זײַן כאַראַקטער: אָט ווערט ער ווייכער, וואַרעמער און אָט שיקט ער אָן אַ קאַלטן רעגן מיט אַ ווינט. דערצו נאָך, האָט דער קעשענעווער מייאָר, דאָרין קירטאָאַקע, פֿאַראָרדנט אָפּצושטעלן דעם באַהייצונג־סעזאָן אין מיטן מאַרץ, ווײַל צוליב די ווילד־הויכע פּרײַזן אויף גאַז, זײַנען די אײַנוווינער שולדיק געבליבן דער שטאָט אַ ריזיקע סומע געלט. זיץ איך איצט בײַם שרײַבטיש, אײַנגעקוטעט אין אַלע וואַרעמע חפֿצים מײַנע און באַמי זיך צו דערוואַרעמען מיט די גײַסטיקע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן געמאַכט דאָ אונדזער ייִדיש לעבן אָנגעזעטיקט און לעבעדיק. |