|
דער זינגער אַנטאָני ראָסעל טרעט אויף בײַם סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד", דעם 2טן אַפּריל |
|
אָנהייב חודש אַפּריל, בײַם יערלעכן סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַקטיאָרן און פֿרײַנד", האָט דער חזן משה בער פֿאַרבעטן אַרויף צו דער בינע דעם אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגער אַנטאָני ראָסעל, וועלכער האָט פּריטשמעליעט דעם עולם מיט זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון די לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון סידאָר בעלאַרסקי (1898—1975). דער אָפּרוף אויף זײַן אויפֿטריט איז געווען אַ געוואַלדיקער, און דער זינגער אַליין האַלט, אַז "דער סדר איז געווען פֿון די בעסטע איבערלעבונגען אין מײַן לעבן. הלוואַי וואָלט יעדער עולם זיך צוגעהערט צום זינגער ווי דער דאָזיקער עולם".
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן.
אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס. איידער ער איז געקומען קיין ניו־יאָרק האָט ער געזונגען אין פּיליפּ גלאַס׳ אָפּערע "אַפּאָמאַטאָקס".
מיט אַ יאָר צוריק האָט אַנטאָני ראָסעל זיך מגייר געווען, אָבער ער זאָגט, אַז שוין פֿיר יאָר וואָס ער האַלט זיך פֿאַר אַ ייִד; שוין פֿינעף יאָר וואָס ער האָט אַ נאָענטע באַציִונג מיט אַ רבֿ, און זיי זענען אַ פּאָרל. אַן אינטערעס צו ייִדישקייט האָט ער שוין געהאַט זינט יאָרן, און הײַנט לערנט ער זיך ייִדיש אין דער היים, ניצנדיק שבֿע צוקערס לערנבוך. אינטענסיוו שטודירט ער דעם אַרויסרעד פֿון די ייִדישע ווערטער, און די רעזולטאַטן פֿון זײַן התמדה הערט מען אויף זײַנע קאָנצערטן. קיינער אין עולם באַקלאָגט זיך נישט, וואָס מע פֿאַרשטייט נישט די ווערטער.
אין אָקטאָבער 2011 האָט ער עפּעס איבערגעלעבט, וואָס האָט אים אָפּגעשטויסן פֿון דער אָפּערע־וועלט, און אים געפֿירט אויף אַ נײַעם וועג. ער האָט דובלירט אַ ראָלע אין דער אָפּערע "טאָסקאַ", און דער זינגער פֿון דער ראָלע, האָט אים געפֿרעגט צי ער וואָלט נישט געוואָלט איין אָוונט זינגען די ראָלע, און צי ער איז טאַקע גרייט אויף דעם? האָט ער מסכּים געווען, און דער זינגער האָט אָנגעקלונגען צו דער טרופּע, אַז ער איז קראַנק און קען נישט אויפֿטרעטן יענעם אָוונט — זאָל אַנטאָני זינגען די ראָלע אַנשטאָט מיר. דער לײַטער פֿונעם טעאַטער האָט געשטורעמט "אַבסאָלוט נישט! איך וויל נישט ער זאָל זינגען. נאָר אויב דער הויפּט־זינגער ליגט אויף זײַן קראַנקן־בעט וועל איך מסכּים זײַן אויף דעם". ווען ראָסעל האָט געזען אַזאַ שרעקלעכן אויפֿפֿיר פֿונעם באַלעבאָס, האָט ער פֿאַרלאָזט די אָפּערע און געטראַכט צו זיך: ווען האָב איך לעצטנס געזונגען און געהאַט אַ גוט געפֿיל נאָך דעם? האָט ער זיך דערמאָנט אין יום־כּיפּור אין שיל, ווען ער האָט געדאַוונט ונתנה תּוקף בײַם עמוד, און דער אָפּרוף איז געווען אַ רירנדיקער. ראָסעל האָט געפֿילט, אַז ער האָט אָנגעטאַפּט די טיפֿע עמאָציעס פֿונעם מנין און זיי האָבן צוריקגעוויזן זייער דאַנק.
"מע וויל אַז דער עולם זאָל פֿילן עפּעס, און איך האָב געפֿילט אַ נאָענטקייט מיט ייִדישער מוזיק און מיטן ייִדישן עולם" — זאָגט ראָסעל. בײַם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרשן ייִדישע לידער האָט ער געמיינט, אַז די ייִדישע לידער פֿונעם באַקאַנטן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן — אויך אַ זינגער מיט אַ באַס־שטים ווי ראָסעל און בעלאַרסקי — וועלן זײַן פּאַסיק. אָבער ער איז נישט געווען צופֿרידן. ווען ער האָט געהערט "מילנערס טרערן" אינעם האָליוווּדער פֿילם "אַן ערנסטער מאַן" פֿון די ברידער כּהן, האָט דאָס אויף אים געמאַכט אַ גרויסן רושם. ער האָט געטראַכט, אַז דאָס זינגט פּאָל ראָבסאָן. אָבער ס‘האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז דער זינגער איז סידאָר בעלאַרסקי. האָט ער ווײַטער אויפֿגעזוכט די מוזיק פֿון סידאָר בעלאַרסקי און געפֿונען אַן אוצר. אויף דער וועבזײַט פֿונעם "יודאַיִקאַ קלאַנג־אַרכיוו" בײַם פֿלאָרידער אַטלאַנטיק־אוניווערסיטעט, האָט ער געפֿונען צענדליקער אַלבאָמען פֿון בעלאַרסקי, וועלכע ער האָט געקענט הערן אומזיסט. "די לידער זענען געווען ווי צוגעמאָסטן פֿאַר מיר; סײַ דראַמאַטיש, סײַ האַרציק, און עכט ייִדישלעך" — דערציילט ראָסעל.
אָנהייבנדיק אין אָקטאָבער האָט ער זיך געשטעלט פֿאַר אַ ציל זיך אויסצולערנען בעלאַרסקיס אַ ליד יעדן טאָג. הײַנט באַשטייט זײַן בעלאַרסקי־פּראָגראַם פֿון 16 לידער. ראָסעל האָט אויך אויסגעזוכט אַנדערע מענטשן אין ניו־יאָרק וואָס האָבן געזונגען דעם רעפּערטואַר פֿון סידאָר בעלאַרסקי, ווי דער חזן דניאל זינגער אין מאַנהעטן. מיט איסאַבעל בעלאַרסקי, די טאָכטער פֿון סידאָר בעלאַרסקי, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט אַ חודש צוריק, און נאָך דעם ווי ער האָט געזונגען פֿאַר איר, האָט זי אים געפֿרעגט "זענט איר זיכער, אַז איר זענט נישט קיין ייִד?" "נישט קיין געבוירענער" — האָט ער געענפֿטערט.
וואָס אָפֿטער אַנטאָני ראָסעל טרעט אויף, אַלץ מער האַלט ער, אַז די פֿאַרבינדונג צו די ייִדישע לידער איז שטאַרקער פֿאַר אים ווי צו די אָפּערע־ווערק, און אַז דאָס איז נאַטירלעך — "איך בין אַ ייִד, און אין יעדן ליד איז אַ ייִד דער הויפּט־כאַראַקטער". ראָסעל איז אויך גאַנץ באַוווּסטזיניק פֿון דעם חידוש וואָס אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער טרעט אויף מיט ייִדישע לידער, אָבער ער באַטאָנט נישט די אַנדערשקייט, נאָר די ענלעכקייט פֿון די צוויי קולטורן — "אַזוי ווי איך פֿאַרמאָג אַן אָפּערע באַס־שטים, ווי סידאָר בעלאַרסקי, און בין געבוירן אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און באַשלאָסן צו ווערן אַ ייִד, גיט מיר דער רעפּערטואַר פֿון בעלאַרסקי אַ זעלטענעם פּאָטענציאַל ווי אַ קינסטלער צו פֿאַרקערפּערן די האָפֿענונגען, צילן און ראַנגלענישן פֿון איין גלות־קולטור, באַרײַכערט מיטן קאָליר און איבערלעבונג פֿון אַן אַנדער גלות־קולטור".
איך דאַרף דאָ צוגעבן, אַז אַנטאָני ראָסעל האָט מיט מיר און אַ גרופּע אַנדערע פֿאַרברענגט פּורים אין באָראָ־פּאַרק צווישן די חסידים ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. איך האָב נישט געוווּסט ווי מע וועט אים אויפֿנעמען, און למען־האמת, כ‘האָב זיך אַ ביסל געזאָרגט. אָבער בײַ יעדער געלעגנהייט, אין יעדן חסידישן שטיבל, האָט מען אים וואַרעם אויפֿגענומען און אים אַרײַנגעשלעפּט אין קאָן ווען מע האָט געטאַנצט. איין רבי האָט אים אַפֿילו געבענטשט.
אַוודאי טראַכטן מיר, ייִדן — נישט גענוג איין גלות אויפֿן קאָפּ, דאַרף מען האָבן צוויי? אָבער מיט ייִדישן געזאַנג, אינספּירירט פֿון סידאָר בעלאַרסקי, האָט אַנטאָני ראָסעל געפֿונען זײַן קינסטלערישן וועג.