פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איז דען פֿאַראַן אַזאַ מין זאַך ווי אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד? מיט וואָס מעסט מען עס? וווּ און בײַ וועמען שטייט עס אײַן? אין וועלכן ספֿר־פּראַלניק האָט מען עס פֿאַרעפֿנטלעכט? ווען מ׳גריבלט זיך אין דעם אורשפּרונג, גלוסט זיך מיר נישט, אָבער איך וועל עס דערמאָנען סײַ־ווי־סײַ. להבֿדיל, היטלער ימח־שמו־וזכרו האָט אויך זיך פֿאַרפֿירט אין דער זעלבער פֿראַגע. ווער איז אַ גאַנצער ייִד? אַ האַלבער ייִד? אַ פֿערטל ייִד? אַ דריטל ייִד? אַ צענטל ייִד? און איר ווייסט דאָך אַליין וואָס ס׳איז אַרויסגעקומען דערפֿון.
נעמט מען זיך הײַנט, נאָכן חורבן, אָן צו מאַכן אַן אינספּעקציע ווער איז אַ ייִד? אַ האַלבער ייִד? אַ פֿערטל ייִד? וכּדומה. וואָסער שרעקלעכע פֿראַגע צו ברענגען אויף די ליפּן נאָך אַזאַ חורבן. און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָבן מיר אַ "בית־שמש" און אַ "קרית־יואל," וואָס זיי האָבן זיך פּראָקלאַמירט ווי די אמתדיקע, סאַמאָראָדנע, עכטע, באַרג סיני, משה רבינוס וואָרט־זאָגנדיקע ייִדן. "מאה־שערים" האַלט, אַז בלויז זיי האָבן אָנגעכאַפּט גאָט בײַ דער באָרד. ליבע ייִדן, מיר האָבן קוים אויסגעשעפּט דעם ברונעם פֿון דער פֿראַזע "מי יהודי?" — ווער איז אַ ייִד?
ערשטנס, לאָמיר אָנכאַפּן די גערער מיט די באָבאָווער, די בעלזער מיט די פּשעוואָרסקער, די סאַטמאַרער מיט די בראַצלאַווער, די וויזשניצער מיט די, לאָמיר זאָגן, ליובאַוויטשער, צווישן אַ שאָק מיט אַנדערע עדות ייִדן. די אַלע סעקטעס און אַ שלל מער פֿון זיי, האַלטן, אַז בלויז זיי זײַנען ס׳אייבערשטע פֿון שטייסל ווען עס קומט צו די עכטע, באַרג סיני־ייִדן וואָס זײַנען געשטאַנען בײַם שפּיץ פֿון גאָטס־באַרג און באַקומען די לוחות מיט די ברכות, מיט גאָטס תּורה, מיט די אַלע הייליקע ספֿרים גלײַך פֿון משה רבינוס מויל און גאָטס אויערן. אָמן־סלה.
אַמאָל האָבן די מתנגדים געקעמפֿט קעגן די חסידים, זיי חושד געווען אין עצם ענין, אין תּוכיקער אמונה. די ייִדישע היעראַרכיע־למדנים — אַנטקעגן די עם־הארצים מיט די תּורה־איגנאָראַנטן. הײַנט האַלט אַ יעדע עדה ייִדן, אַ יעדע סעקטע, אַ יעדע רבנישע דינאַסטיע, אַז בלויז בײַ זיי שטייט אײַן דער רבונו־של־עולם. די וואָס היטן אָפּ אַלע מיצוות און דינים פֿון דער הלכה, בלויז בײַ זיי רוט די שכינה, און בלויז זיי קומט דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל ווען עס קומט צו ייִדישקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַפּיקורסים, די אַטעיִסטן, די אַגנאָסטיקער, די אויסגעשפּיגענע, די ייִדישע "גויים," די אַסימילאַנטן, די פֿאַרלייקענער בײַ וועלכע די ייִדישקייט איז געמישט מיט גוייִשקייט, די רשעים; זיי קומט דער גיהנום, און זייער ייִדישקייט שמעקט מיט פּוסטקייט. וועגן דעם לעצטן זאַץ וועל איך זיך נישט שפּאַרן. איז ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? ווען וועט מען אויפֿהערן צו וועגן און מעסטן אונדזער ייִדישקייט לויט דער סקאַלע פֿון עכט ביז פֿאַלש. אָסור צי איך ווייס מיט וואָס מ׳עסט עס.
אין מײַן דערפֿל ריווערדייל, וווּ איך וווין, ווען עס קומט אַ שבת אָדער יום־טובֿ, גייען די באַלעבאַטישע ייִדן אין שיל אַרײַן. פּאָרלעך בײַ וועמען פֿון פּנים שײַנט אַראָפּ דאָס פֿאַמיליע־גליק, ייִדענעס — אויסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק, מיט גאָר עלעגאַנטע שײַטלען און מינק־מאַנטלען. די מענער ווידער, אַ סך פֿון זיי מיט איבערגעוואָרפֿענע טליתים איבער די אַקסלען. זאָל די גאַנצע וועלט זען אַז דאָ גייען גאָטס פֿאַרטרעטער גרייט צו באַגעגענען גאָטס קדושה וואָס טריפֿט אַראָפּ פֿון הימל. אַ סך טראָגן אונטערן אָרעם דאָס טלית־זעקל מיט אויסגענייטע מגן־דודלעך, דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס. שטעלט אײַך פֿאָר, די גאַנצע ייִדישקייט ליגט באַהאַלטן אינעם שבת־יום־טובֿדיקן טלית־זעקל.
מען זעט אויס ווי אַ גאָטספֿאָרכטיק און ערנסט פֿאָלק. נאָך אַלעמען, אָט באַלד וועט מען אָנקלאַפּן אין גאָטס ד׳ אַמותן און באַווײַזן אים אויף וויפֿל מיר זײַנען ערנסט; מיט וויפֿל השתּדלות און התחײַבֿות מיר דינען אים. אָט באַלד וועט מען זיך אַוועקשטעלן, און נעמען שעפּטשען פֿונעם מחזור די לויבגעזאַנגען, די שבֿחים צום אייבערשטן. מיט דעם דינען זיי אָפּ זייער חלק געטלעכקייט אין אַ שיינעם שבתדיקן אינדערפֿרי.
נאָך דעם גייט מען אַהיים צופֿרידענע און אויפֿגערוימטע. ערשט זיך פֿאַרבונדן מיט דער געטלעכקייט. איצט קען מען רויִק זיך צוזעצן צום שבתדיקן טיש, זינגען זמירות און לעבן נאָך אַ וואָך בשלום מיט זייער ייִדישקייט.
און לאָמיר זיך נישט נאַרן. צו זײַן אַ ייִד איז באמת אַן אָנשטרענגונג, אַ טירחה, אַ באַמיִונג. מען מוז כּסדר עס פּילנעווען, אַרבעטן איבער זיך, און בלויז די פֿרומע זײַנען דאָס גרייט צו טאָן. ווי קומט עס? ערשטנס, ווערן זיי אויפֿגעכאָוועט פֿון קינדווײַז אָן אין חדר און אין די ישיבֿות; די היים, אַרומגערינגלט מיט זייערס גלײַכן, מיט דער סבֿיבֿה, די שכנים, די קרובֿים, די מחותּנים, די אייגענע. אַ כּלה־מיידל שדכנט מען אַ פּאַסיקן שידוך, אַבי, חלילה, נישט איבערטרעטן די שוועל פֿון דער דרויסנדיקער, טריפֿהנער וועלט.
מען מוז דאָך נאָך אַלעמען יאָ אָנקומען צו דער דרויסנדיקער, טריפֿהנער וועלט אויף צו פֿאַרדינען אויף חיונה, מאַכן פּרנסה; עס הייסט, פֿאַרזאָרגן פֿרוי און קינדער מיט אַ שיינער היים, מיט אַ שיינעם הילוך, מיט צוויי אויטאָס, מיט די ניאַנקעס און די ישיבֿות. מען מוז צאַפּן פֿון דער פֿרײַער וועלט אויף וויפֿל עס לאָזט זיך. אויף חינוך און רחבֿותדיקע חתונות אויף לוקסוריעזע בר־מיצוות, וואָס מ׳שטעכט אויס גאָט די אויגן דערמיט, בײַ וועלכע מ׳גיט אויס מאַיאָנטקעס אויף לוקסוס. דאָס איז דען אַ קלייניקייט?
און אַז מ׳קען זיך נישט פֿאַרגינען אײַנצוצאָלן אַ היפּשע סומע אין שיל אויף די יום־טובֿים? גייט מען נישט אין שיל; און אַז מ׳קען זיך נישט פֿאַרגינען צו עסן אין די כּשרע רעסטאָראַנען, ליגט מען אײַנגעלייגט אין דער היים; און אַז מ׳טרעפֿט זיך אָן אין אַ היעראַרכיע פֿון פֿרומע סנאָבן אין שיל? איז מהיכא־תּיתי, זאָל זײַן.
דאָ רעדט זיך וועגן דינען גאָט, נישט געלט. דאָ רעדט זיך וועגן אַ ייִדישקייט וואָס איז פֿאַרבונדן מיט מענטשלעכקייט. דאָ רעדט זיך שוין מער נישט וועגן אַ שוסטער־שיל אָדער אַ שנײַדער־שיל — דאָרט וווּ די בעל־מלאָכות האָבן זיך געפֿילט אין דער היים. אין שיל דאַרף מען זיך פֿילן אין דער היים, נישט אויף אַן אויסשטעלונג פֿון שײַטלען און מאַנטלען. און אויב שוין יאָ אין דער היים, קוקט מען זיך אַרום און מ׳דערזעט חסרונות. ווי אין יעדער משפּחה, אַזוי איז מיט ייִדישקייט. מ׳טאָר נישט פֿאַריאָגן, דערווײַטערן, אָפּפֿרעגן זיך פֿון דער עדה ייִדן. נאָך אַלעמען, וווּ איז אַהבֿת־ישׂראל?
עס קומט דער יום־טובֿ פּסח בײַ אונדז ייִדן. די וועלט האָט זיך נאָך נישט באַרויִקט. נישט גענוג געווען דער חורבן. הײַנט האָבן מיר "טולוז" און נאָך אַלץ שׂונא־ישׂראל. מ׳הרגעט שוין ווידער ייִדן. ווער קען פֿאַרגעסן דעם אויפֿרײַס אין בוענאָס־אײַרעס וווּ עס האָט זיך אויך געפֿונען דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט (ייִוואָ), אַ ייִדישער צענטער. פֿאַר די טעראָריסטן זײַנען מיר אַלע געווען גלײַך, אַזוי ווי בײַ היטלערן, פֿרום צי פֿרײַ. פֿאָרט ייִדן וואָס זײַנען אַמאָל אויך גרייט צו גיין אויף קידוש־השם פֿאַר אַן אַנדער ייִד, פֿרום צי פֿרײַ.
מיר קלינגען זיך און ווינטשן זיך אַ גוטן־יום־טובֿ. מיר פֿרעגן זיך נישט צי יענער איז געשטיגן אין רוחניות אָדער געפֿאַלן אין הלכה. מיר גרייטן אַ פּסחדיקן טיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, הגדות און מצות, מרור און הסב־בעט. ס׳טײַטש, מיר זײַנען דאָך אַלע אַרויס פֿון מצרים גלײַך אויף גלײַך. פֿרײַע מענטשן, און משה רבינו האָט זיך גענומען אַ מידיענער טאָכטער פֿון אַ פּריסטער פֿאַר אַ ווײַב, און קיינער האָט אים נישט געטאַדלט דערפֿאַר. ס׳טײַטש, זי איז אַפֿילו נישט קיין גרטע.
און אַזוי דורך אונדזער לאַנגן גלות־מאַרשרוט; איינער מער ייִד אַ צווייטער — ווייניקער. ווער האָט געציילט? דער עיקר זײַנען מיר אַלע מאָל גרייט געווען אײַנצושטעלן דאָס לעבן פֿאַר אַ צווייטן, פֿאַר דער תּורה, פֿאַר די הייליקע ספֿרים. מיר זײַנען נישט אַזוי צעשפּליטערט ווי עס דאַכט זיך. דאָס פּינטעלע ייִד לעבט און פּראַוועט יום־טובֿ.
איז האָט מיר טאַקע אַ טײַערן, פֿריילעכן, געזונטן, שלווהדיקן יום־טובֿ פּסח און לאָמיר דערלעבן בעסערע צײַטן, אָמן!