דער דריטער (קולטור)־סדר פֿון "אַרבעטער־רינג" אינעם האָטעל "וואַלדאָרף אַסטאָריאַ", אין וועלכן ס׳האָבן זיך באַטייליקט 1,500 מענטשן, ניו־יאָרק 1950 |
אין די יאָרן פֿון זײַן אַרבעט אין "פֿאָרווערטס" האָט ראָבינס, אַ חוץ פֿילצאָליקע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אַ ראָמאַן און אַ צאָל פּיעסן, אַרײַנגערעכנט די מעלאָדראַמע "אויף דער זיבעטער עוועניו", וואָס מע האָט אין די מיט-1930ער געשפּילט אין טעאַטער אויף דער צווייטער עוועניו. אומגעקומען איז ער צוליב אַן אַוואַריע פֿון אַן עראָפּלאַן, אויפֿן וועג קיין מאַיאַמי. ער איז געווען איינער פֿון די 20 אומגעקומענע פּאַסאַזשירן. די איבעריקע 81 לײַט זײַנען פֿאַרבליבן לעבן.
דעם 18טן אַפּריל 1935, האָט ראָבינס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם "הײַנטיקן פּסח אין אַמעריקע". פֿון דעם דאָזיקן גרויסן אַרטיקל האָב איך אויסגעקליבן דעם פֿראַגמענט, וואָס הייסט "דער ‘אַמעריקאַניזירטער’ סדר". מיר שײַנט, אַז לעאָ ראָבינס האָט געשאַפֿן אַ בילד פֿון די 1930ער יאָרן, מיט אינטערסאַנטע אַנטראָפּאָלאָגישע פּרטים, וועלכע ער האָט געזען מיט די אויגן פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט געדענקט די "אַלטע היים". דערצו האָב איך אין ראָבינס׳ באַשרײַבונג געפֿונען אַ סך פּרטים, וואָס דערמאָנען מיר אָן דעם ווי אַזוי מע האָט געפּראַוועט פּסח אין מײַן אַרום, אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין אוקראַיִנע.
* * *
אַזוי ווי אַנדערע ייִדישע מינהגים און ימים-טובֿים, אַזוי איז דער סדר אויך "אַמעריקאַניזירט" און צוגעפּאַסט געוואָרן צו די אומשטענדן פֿון די ייִדן דאָ אין לאַנד.
מע שײַערט ניט און מע כּשרט ניט כּלים אויף פּסח אין אַמעריקע. דאָ האָט מען אַ "ספּרינג קלינינג" (פֿרילינג-רייניקונג) סײַ-ווי-סײַ, ווײַל עס איז פֿרילינג. אויב אַ באַלעבאָסטע וויל זיך ווירקלעך אויסהיטן פֿון חמץ, גייט זי אין "פֿינף-און-צען" (געשעפֿט פֿון ביליקער סחורה) אָדער אין אַ "דעפּאַרטמענט סטאָר" (אוניווערסאַל-קראָם) און קויפֿט אײַן נײַע געשיר, נײַע טעפּלעך, נײַע לעפֿל. זאָל זײַן נאָך אַ "סעט" אין הויז. מע וועט עס נוצן זומערצײַט. וועגן בודק-חמץ זײַן ווייסט מען אין פֿאַרהעלטנסמעסיק ווייניק היימען — בלויז בײַ די אָרטאָדאָקסיש פֿרומע. אין מערסטע היימען קומט אַרײַן פֿאַר פּסח די "שוואַרצע" און מאַכט אַ "גוטן דזשאָב", כּדי ווען די געסט וועלן קומען צום סדר, זאָל זײַן ריין אין הויז און מע זאָל ניט דאַרפֿן זיך שעמען.
אין אַלגעמיין איז דער סדר בײַ ייִדן אין אַמעריקע מער אַ געזעלשאַפֿטלעכער יום-טובֿ ווי אַ רעליגיעזער. אַ יום-טובֿ. ווען מע גרייט צו אַ גוטן "סאַפּער" (וועטשערע), מע לאַדט אײַן קרובֿים און גוטע פֿרײַנד און מע זעט זיך מיט אייגענע, מיט וועמען מע איז צו "ביזי" (פֿאַרנומען) אַ גאַנץ יאָר צו זען זיך.
עס איז דער יערלעכער משפּחה-יום-טובֿ דאָ, און דער יום-טובֿ באַשטייט פֿון דעם סדר, ווען די פֿאַמיליע קומט זיך צוזאַמען. מע גייט צו די "אָלד פֿאָלקס" (עלטערן) און מע ברענגט די קינדער, מע זיצט בײַם טיש מיט משפּחה. די איבעריקע טעג פֿון פּסח רעכענען זיך ניט.
אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וועלכע האָבן אַ טבֿע צו קלאָגן זיך אויף די "גוייִשע" פֿירונגען פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, גיבן אָן אַלס אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדן, אַז ראָש-השנה און יום-כּיפּור דערמאָנט ער זיך וועגן ייִדישקייט. דאַן קויפֿט ער אַ "טיקעט" (בילעט) אין אַ שיל און פֿאַרמאַכט זײַן געשעפֿט. ער קויפֿט זיך אַ טליתל, וואָס זעט אויס ווי אַ שאַליקל, און גייט אין שיל הערן אַ חזן.
אָבער פּסח איז אַ גרינגערער ייִדישער יום-טובֿ אָפּצוהיטן, ווײַל פּסח, לויט דעם אַמעריקאַנער ייִדנס באַגריף, דאַרף מען ניט גיין אין שיל און האַלטן פֿאַרמאַכט דעם ביזנעס. די הויפּט-ייִדישקייט פֿון דעם יום-טובֿ באַשטייט פֿון זײַן בײַ אַ סדר און עסן מצה. און אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַ באַגריף, אַז ווי באַלד מע עסט איין מאָל מצה, האָט מען שוין געפּראַוועט דעם פּסח, אָן אונטערשייד וואָס מע עסט פֿריִער אָדער שפּעטער נאָך דער מצה — אַפֿילו פֿליישיקס מיט מילכיקס, אַפֿילו טרפֿות. אַ סך אַמעריקאַנער-געבוירענע ייִדן קענען בשום-אופֿן ניט פֿאַרשטיין, אַז מצה קען אויך זײַן חמצדיק. עס איז מצה, און דאָס איז פֿאַר זיי גענוג.
און די מינהגים פֿון פּראַווען דעם סדר זײַנען אויך כאַראַקטעריש צוגעפּאַסט צו די מענטשן און אַמעריקאַניזירט לויט דעם גראַד אַמעריקאַניזאַציע פֿון יעדן הויז, וווּ דער סדר ווערט געפּראַוועט.
אין אַלגעמיין, באַציט זיך דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער ייִד צום סדר ווי צו אַ מין ייִדישן "טהענקסגיווינג-דינער" (דאַנקטאָג-וועטשערע). ער האָט אין זינען, אַז דאָס איז איין מאָל אין יאָר, ווען אַ סך קרובֿים פֿאַרזאַמלען זיך בײַ אַ גרויסן מאָלצײַט אין דעם הויז, וווּ עס געפֿינט זיך דער הויפּט-שטאַם פֿון דער משפּחה. ער ווייסט, אַז צום סדר ווערן אײַנגעלאַדן פֿריִער פֿון אַלעמען די אָרעמע קרובֿים, און אַלע געסט קומען אין גאַנצע פֿאַמיליעס, מיט די קינדער. מיט איין וואָרט, עס איז פּונקט ווי "טהענקסגיווינג".