- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"דער אויספֿאָרשער". ראָמאַן. מאָסקווע, "אַסטרעל", 2012 פֿון איין זײַט, געהערן די ראָמאַנען פֿון מאַרגאַריטאַ כעמלין צו דעם הײַנטיקן הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אונטערפֿירן די לעצטע סך־הכּלען פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. און איינצײַטיק שטעלט זי פֿאָר די נײַע כוואַליע אין דער רושיס־ייִדישער ליטעראַטור, אין איינעם מיט אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערינס ווי דינה רובינאַ און ליודמילאַ אוליצקאַיאַ. לויט איר סטיל און וועלטבאַנעם איז כעמלין נענטער צו אינאַ לעסאָוואַיאַ, די קיִעווער שרײַבערין, וואָס האַלט אין איין אויסמאָלן אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿונעם אוקראַיִנער ייִדנטום פֿון די צוויי פֿאַרגאַנגענע דורות. כעמלינס נײַער ראָמאַן איז איינער פֿון די וויכטיקסטע און וואָגיקסטע ייִדישע ראָמאַנען פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט ניט נאָר אין דער רוסישער ליטעראַטור. אָנגעשריבן ווי אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ סאָוועטישן פּאָליציי־אויספֿאָרשער, וואָס דאַרף אויספּלאָנטערן דעם מאָרד פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי אין דער אוקראַיִנער שטאָט טשערניגאָוו אין 1952, איז דאָס אַן אויסגעצייכנט רײַכע, געשפּאַנטע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דער גאַנצער תּקופֿה אינעם לעבן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ גלײַך נאָך דער מלחמה און נאָך דעם חורבן. די ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט פֿון דער מחברין זעט מען פֿון די סאַמע ערשטע שורות. כעמלין באַהערשט די סאָוועטישע שפּראַך ווי קיין אַנדער הײַנטיקער רוסישער שרײַבער. זי דערקלערט אין אַן אינטערוויו אין אַ רוסישער צײַטונג׃ "די שפּראַך, וואָס לעבט אין מײַנע ביכער — דאָס איז די שפּראַך פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. איך האָב זי ניט אויסגעטראַכט. מען קאָן ניט אויסטראַכטן דאָס, וואָס לעבט. דאָס איז שוין געשאַפֿן געוואָרן, פֿון דער לופֿט, פֿון גאָרנישט. איך האָב בלויז זיך געסטאַרעט צו פֿאַרהיטן די דאָזיקע שפּראַך, אויסצופֿילן זי מיט פֿלייש, צו פֿאַרחתמענען זי." ווער עס האָט געהאַלטן דעם באַנד אין די הענט ווייסט, אַז די געלע בלעטלעך צעקרישלען זיך אין גאַנצן, און באַלד וועט נישט בלײַבן קיין זכר פֿונעם וויכטיקן ווערק, אַ חוץ אין דער דיגיטאַלישער פֿאָרעם. דער רעדאַקטאָר מ. וואַנווילד, איינער פֿון עטלעכע פּען־נעמען פֿונעם שרײַבער און קריטיקער משה־יוסף דיקשטיין (1889—?194), האָט אין אַ היציקן טאָן פֿאַרטיידיקט אין זײַן אַרײַנפֿיר דעם ייִדישיזם און דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר. למשל, ער שרײַבט: "דאָס ליד 52 פֿון ש. לעהמאַנס זאַמלונג ׳אַרבעט און פרײַהייט׳ האָט געוויס אַ פֿיל גרעסערן ווערט פֿון אַלע אחד־העמס מאמרים צוזאַמענגענומען". צווישן די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין "בײַ אונדז ייִדן", זענען געווען הערשעלע, פּינחס גראַובאַרד, נח פּרילוצקי און יהודה עלזעט. אָבער שמואל לעהמען האָט פֿאַרנומען דאָרט דעם אויבן־אָן. ער האָט אינעם באַנד אָפּגעדרוקט עטלעכע טיילן פֿון זײַנע ריזיקע קאָלעקציעס, און געוויזן דער וועלט, אַז ער זאַמלט אַלץ; אַפֿילו זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט פֿאַררעכנט ווי פֿאָלקלאָר. דערפֿאַר איז טאַקע דער טיטל "בײַ אונדז ייִדן" אַזאַ פּאַסיקער; די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן האָבן געזען שיינקייט און ווערט אינעם ייִדיש־לשון אין אַלע שיכטן פֿונעם פֿאָלק. בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃ "בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃ "דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט." "אויף יענער וועלט האָט מען דײַן שווײַגן ניט באַלוינט, נאָר דאָרט איז דער עולם השקר, דאָ אויפֿן עולם האמת וועסטו דײַן לוין באַקומען! ...נעם דיר וואָס דו ווילסט! אַלץ איז דײַנס! ...אַלץ אין הימל געהערט צו דיר! קלײַב און נעם וואָס דו ווילסט!... נו, אויב אַזוי, — שמייכלט באָנטשע, — וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער! דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט..." עס קומען אויף בײַ מיר פֿיר קשיות: פֿאַר וואָס האָט געשמייכלט באָנטשע? פֿאַר וואָס די דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט? פֿאַר וואָס האָט זיך צעלאַכט דער קטיגור, דער פּראָקוראָר, הייסט עס? לעבן וועמען פֿון זיי שטייט י. ל. פּרץ, צי ער שטייט בײַ אַ זײַט? * * * די דערציילונג "באָנטשע שווײַג" איז געוואָרן באַוווּסט, יעדן פֿאַלס אין דער ייִדישער וועלט, דערפֿאַר וואָס זי האָט גורם געווען אַ פֿראַגע, וועלכע קאָן געגלײַכט ווערן צו האַמלעטס פֿראַגע: "זײַן צי ניט זײַן?", דאָס איז: "שווײַגן צי ניט שווײַגן?" די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען אָנגעזעטיקט מיט סאָציאַלע רעוואָלוציעס, איבערקערענישן, מלחמות... איז די דאָזיקע פֿראַגע געווען זייער אַקטועל! אויב מע בלעטערט איבער די ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט מען אַזוינע אַרטיקלען: "באָנטשע שווײַג רעדט", "באָנטשע שווײַג אָדער באָנטשע שרײַ?", "ווען ׳באָנטשע שווײַג׳ הערט אויף צו שווײַגן", "די טשענסטאָכאָווער קינדער מישפּטן "באָנטשע שווײַג", "דער ייִדישער וויילער אין דער ראָלע פֿון ׳באָנטשע שווײַג׳" אאַ״וו.
אַלע אַכט ביכער, וואָס ד״ר אליהו סלע-סאַלדינגער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, נעמען אַרום אַ פֿולן לעבנס-ציקל מיט ס׳רובֿ עטאַפּן און סטאַנציעס אויף זײַן וועג און שאַפֿונגסשטעג, וואָס זענען געקניפּט און געבונדן מיט זײַנע איבערלעבונגען בעתן אומקום; איבערלעבונגען וואָס שלײַכן זיך אַדורך ווי שבת-שטעך פֿון אָנהייב ביז איצט. אויך זײַן דאָקטאָראַט און זײַנע נאָכפֿאָלגן, געדרוקט אין דרײַ בענד, וועגן יעקבֿ פֿרידמאַנס שריפֿטן, איז נישט קיין יוצא-מן-הכּלל הזה, ווײַל אליהו סלע-סאַלדינגער איז אַן איבערבלײַב און אַ געראַטעוועטער פֿון דעם זעלבן בערשאַדער לאַגער, וווּ דער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן האָט געלעבט און געשאַפֿן. ביידע זענען זיי געבליבן לעבן, עולה געווען, און ווײַטער געשאַפֿן אין מדינת-ישׂראל אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש. אליהו סלע-סאַלדינגערס אייגנאַרטיק שרײַבן טיילט זיך אָפּ פֿון די שריפֿטן, געשאַפֿן פֿון די דערמאָנטע שרײַבער (אויך זיי זײַנען מיטגלידער פֿון דער שארית-הפּליטה), מיט דעם וואָס אליהו סלע פֿאַרפֿלעכט זײַנע מלחמה- און ארץ-ישׂראלדיקע איבערלעבונגען אין אַלע זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן: אין זײַן ראָמאַן וועגן תּל-ירוחם, דער ערשטער ייִשובֿ אין נגבֿ; אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט וועגן ייִדישן פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן (אויפֿן גרונט פֿון אליהו סלעס דירעקטער באַקאַנטשאַפֿט מיט די אומשטאַנדן פֿון פּאָעטס לעבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען זיי ביידע זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן אין בערשאַדער געטאָ און לאַגער); ווי אויך אין זײַנע זכרונות און אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז דערשינען לעצטנס אין סעפּטעמבער 2012, Chilufim: Zeitschrift דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל "חילופֿים", וואָס גייט אַרויס אין זאַלצבורג און איז געווידמעט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, באַטראַכט די ירושה פֿון דער גאַליציאַנער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור און, קודם־כּל, פֿון קאַרל עמיל פֿראַנצאָז (1847—1904), נתן סאַמועלי (1846—1921) און דעם פּוילישן מחבר ווילהעלם פֿעלדמאַן (1868—1919). דערצו קומט אויך די טעמע, וווּ עס ווערט אָפּגעשפּיגלט דער גאַליציאַנער ייִדישער עבֿר אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. די מחברינס פֿון די אַרטיקלען געהערן צו דעם נײַעם דור גערמאַניסטישע פֿאָרשער, וואָס באַהאַנדלען די דײַטשישע ליטעראַטור אונטער די קוקווינקלען פֿון פֿילשפּראַכיקייט און מולטי־קולטורעלקייט. הײַיאָר זײַנען אַרויס צוויי ביכער, וואָס באַרײַכערן און פֿאַרפּינקטלעכן דאָס בילד פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וואָס איז געווען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן. די יונגע דײַטשישע היסטאָריקערין אַנע-קריסטין זאַס האָט פֿארטיידיקט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע וואָס אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ווײַמאַרער בערלין, און אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַרבעט איז אַרויס איר וואָגיקע מאָנאָגראַפֿיע, וואָס הייסט Berliner Luftmenschen: Osteuropäisch-jüdische Migranten in der Weimarer Republik (www.wallstein-verlag.de/9783835310841.html). דאָס איז זייער אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט, אָבער געוואָרן באַזונדערס "אָנזעעוודיק" ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַקטיש איז עס קיין איינהײַטלעכע סבֿיבֿה קיין מאָל ניט געווען, ווײַל די געבילדעטע, ווי אויך פֿאַרמעגלעכע (גאָר ניט זעלטן פֿלעגן ביידע זאַכן צונויפֿפֿאַלן) אימיגראַנטן האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון די פּראָסטע ייִדן. זיי פֿלעגן זיך, בדרך-כּלל, באַזעצן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער שטאָט. די געגנט לעבן אַלעקסאַנדער-פּלאַץ, וווּ די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָט ניט געפּאַסט פֿאר "לײַטישע" ייִדן. David Roskies and Naomi Diamant. דוד ראָסקעס מיט נעמי דיאַמאַנט, די מחברים פֿונעם נײַעם וואָגיקן בוך וועגן דער חורבן־ליטעראַטור, האָבן געשטעלט פֿאַר זיך אַ דרײַיִקע אויפֿגעבע׃ צו געבן דעם ברייטערן אינטעליגענטן עולם אַ זאַכלעכן קיצור פֿון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור פֿון 1938 ביזן הײַנטיקן טאָג; צונויפֿצושטעלטן אַ קאַנאָנישע רשימה פֿון איין הונדערט וויכטיקסטע ביכער־מוסטערווערק, וואָס זײַנען פֿאַראַן אויף ענגליש, און צו באַזאָרגן די לערער וועגן חורבן און זייערע תּלמידים מיט אַ פּעדאַגאָגישן וועגווײַזער. דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין גיכן, און דער לערנפּלאַן איז שוין צוטריטלעך אויפֿן וועב־זײַטל "מוזיי פֿון רעוואָלוציע". מאָסקווע׃ 2012 דער נײַער ראָמאַן פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער, זשורנאַליסט און היסטאָריקער אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין דער רוסישער פּרעסע. דערבײַ גייט אָבער ניט אינעם בוך גופֿא, נאָר אין דעם אופֿן פֿון זײַן פּובליקאַציע. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אָנגעקומען אין פֿאַרקויף, צו ערשט, אינעם אינטערנעץ־נוסח, און ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן געדרוקטע ביכער. אויף דער דריטער שטופֿע פֿונעם עקספּערימענט האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאַרקירצטן אינטערנעץ־נוסח בחינם, און סוף־כּל־סוף, וועט מען קאָנען איבערלייענען דעם גאַנצן ראָמאַן אומזיסט (אָבער ניט אַראָפּלאָדן אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער). דאָך, ניט געקוקט אויף די לעבעדיקע וויכּוחים אַרום דער צוקונפֿט פֿונעם בוכהאַנדל, האָט מען קוים באַרירט דעם אינהאַלט פֿונעם בוך, וואָס איז גאַנץ אינטערעסאַנט און באַלערנדיק פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן. אַרכאַנגעלסקי איז זייער אַ געניטער שרײַבער, מיט אַ פֿײַנעם חוש סײַ פֿאַר דער געשיכטע און סײַ פֿאַרן אַקטועלן איצטיקן מאָמענט און מיט אַן אייגענעם קוקווינקל אויף דער רוסישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. זײַנע ראָמאַנען לייענען זיך ווי לויפֿיקע קאָמענטאַרן צו די אַקטועלע געשעענישן אינעם רוסישן לעבן. דער העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן איז אַ פּעטערבורגער היסטאָריקער, וואָס פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שאַפֿן כּלערליי מוזייען פֿאַר רײַכע פּריוואַטע קליענטן. דער מעטאַפֿאָרישער באַגריף פֿונעם מוזיי דינט ווי דער שליסל צו דעם גאַנצן ראָמאַן. אַ מוזיי איז דאָ ניט סתּם אַ קאָלעקציע פֿון ווערטפֿולע אַלטע זאַכן אָדער קונסטווערק, נאָר אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער קאָנצעפּציע, אַ מין כּמו־געשיכטע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווירטועל דורך מאָדערנע עלעקטראָנישע און טעכנישע מכשירים. הײַנט־צוטאָג קאָן יעדער איינער באַשטעלן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער געשיכטע, אַבי געלט איז פֿאַראַן. קום איך אײַך דערציילן וועגן דער לעצטער פּיעסע וואָס איך האָב בײַגעוווינט, וואָס הייסט "דער לעצטער סדר," און איך האָף, אַז זי וועט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל אויב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, וועל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס. זעענדיק "דער לעצטער סדר" האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון יעזוסעס "די לעצטע וועטשערע," וואָס לעאָנאַרדאָ דע־ווינטשי האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן מאָלערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַרשפּאָרט צו לײַדן כּמעט צוויי שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס די דראַמאַטורגין דזשעניפֿער מייזעל האָט פֿאַרפֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט. Annie Polland and Daniel Soyer,
|