ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


גענאַדי קאָסטירטשענקאָ.
די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃
די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע.
מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012.
522 זײַטן.

דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע.
"דער הויפּט־אָביעקט פֿון מײַן פֿאָרשונג איז די סאָוועטישע אינטעליגענץ פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם", דערלקערט קאָסטירטשענקאָ דעם צוועק פֿון זײַן חיבור. ער איז אויסן צו דערווײַזן, אַז דווקא די דאָזיקע, גאַנץ קליינצאָליקע גרופּע, האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם גאַנצן סאָוועטישן לאַנד. דווקא די ייִדישע אינטעליגענץ איז געווען דער אַקטיווסטער כּוח־הפּועל פֿון דער ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט נאָך סטאַלינס טויט. קאָסטירטשענקאָ האַלט, אַז די דאָזיקע גרופּע האָט אין אַ געוויסער מאָס קאָמפּענסירט דאָס פֿעלן פֿון דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס און ליבעראַלע פֿרײַהייטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



אַ קאָלאַזש פֿון דוד טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן
לעצטנס, האָט באַזוכט קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַרימטער ישׂראלדיקער גראַפֿישער דיזײַנער און קינסטלער דוד טאַרטאַקאָווער, אַ געווינער פֿון דעם ישׂראל־פּריז 2002. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט מיטן באַנוצן כּלערליי מיטאָלאָגישע סימבאָלן פֿון דער ישׂראלדיקער און ציוניסטישער געשיכטע. ער שאַפֿט זײַנע קאָלירפֿולע פּלאַקאַטן שוין אַ פֿערציק יאָר מיט אַזעלכע מיטאָלאָגישע סימבאָלן, ווי הערצל, בן-גוריון, די ישׂראלדיקע אַרמיי, דעם סאַברע און דעם קעמל — אַ מין “לאָגאָ-מאַכער" פֿון ציוניזם. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט ער באַטאָנט אין זײַן רעדע אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון זײַנע ווערק: די פּאָליטישע פּלאַקאַטן וואָס ער שאַפֿט.
איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד.
אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג".
אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס.

קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



עס זײַנען שוין דאָ גענוג עקספּערטן וואָס זאָגן, אַז אין דער ניט־צו־ווײַטער צוקונפֿט וועלן אַלע מענטשן אויף דער וועלט רעדן נאָר איין שפּראַך — ענגליש. קיין אַנדערע לשונות וועט מען באמת ניט דאַרפֿן, און וואָס מע דאַרף ניט — גייט פֿאַרלוירן; אין בעסטן פֿאַל היט מען אָפּ אַ ביסל דערפֿון אין אַ מוזיי, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן זיך וווּנדערן פֿון די מאָדנע אַלטע חפֿצים, וואָס האָבן געהערט צו זייערע אָבֿות, ווי די שווערדן און שפּיזן פֿון מיטל־עלטערישע ריטערס. אַפֿילו הײַנט וואָלט מען געקענט (און געדאַרפֿט) שאַפֿן אַזאַ מוזיי פֿאַר די הונדערטער באַקאַנטע שפּראַכן וואָס זײַנען אונטערגעגאַנגען (פֿון די טויזנטער אומבאַקאַנטע וואָלטן ניט געווען קיין עקספּאָנאַטן, ווײַל ס׳איז פֿון זיי ניט געבליבן קיין זכר).
אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו.
אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן?
אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך.

ליטעראַטור

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)



5

אומגעדולדיקע סיגנאַלן פֿון אויטאָס האָבן זיך געהערט הינטער דעם אויטאָ, אין וועלכן בעלאַ איז געפֿאָרן, ריכטיקער, געשטאַנען. זי האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס פֿײַפֿט מען צו איר, ווײַל דאָס ליכט האָט זיך שוין געביטן פֿון “רויט" אויף “גרין", און זי רוקט זיך נאָך אַלץ נישט פֿונעם אָרט. אַ גרויע "סובאַראָ" וואָס איז געפֿאָרן אין דער פֿאַרקערטער זײַט, האָט זיך לעבן איר פֿאַרהאַלטן און אַ טונקל־מאָגער פּנים מיט אַ קליינער שוואַרצער יאַרמלקע אויפֿן שפּיץ־קאָפּ האָט זיך אַרויסגעשטופּט פֿונעם פֿענצטערל און בעלאַ האָט דערהערט: “מיסיס, וואָס וואַרט איר? גרינער וועט שוין נישט זײַן!" זי האָט זיך צעלאַכט: און טאַקע, וואָס וואַרט זי? זי איז שוין זיכער אין באָראָ־פּאַרק. בעלאַ האָט פֿאַרקערעוועט צו דער 13טער עוועני, ווי ס’האָט איר דערקלערט דוד, און גאָר אין גיכן, האָט זיך פֿון דער רעכטער זײַט באַוויזן אַ גרויסע בלויע וויוועסקע, וואָס האָט שיִער נישט אויסגעשריִען — “Stern’s Bakery".
אין דער בעקערײַ האָט בעלאַ זיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן. אַ סימפּאַטישע פֿרוי האָט איר באַלד אַרויסגעטראָגן אַ גרויסע פּושקע, זי אויפֿגעמאַכט, בעלאַ זאָל דעם טאָרט זען. שיין באַפּוצט, איז אין מיטן עפּעס אָנגעשריבן געווען, זעט אויס, אויף העברעיִש. די פֿרוי האָט באַמערקט בעלאַס ווײַליקע צעמישטקייט און איידל דערקלערט אויף ענגליש: “די צוויי אותיות מיינען — 30, און דאָ איז אָנגעשריבן ׳מזל־טובֿ׳" בעלאַ האָט זי באַדאַנקט און געבעטן איר אײַנפּאַקעווען נאָך צוויי “קוקיס", מיט פֿאַרשיידנקאָליריקע שפּרענקלעך פֿאַר די אייניקלעך.
זי האָט פֿאַרלאָזט די בעקערײַ אַ צופֿרידענע — כּשר איז עס, אַבי ס’זאָל זײַן געשמאַק. מאַרק האָט בפֿירוש נישט ליב די אַלע “כּשרע פּאָטראַוועס", ווי ער רופֿט עס. בעלאַ ווייסט אָבער גוט, אַז נישט אין די “פּאָטראַוועס" גייט עס; ער קען נישט שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז “זײַן זון איז געוואָרן אַ פֿרומאַק"; “זיך אַריבערגעטראָגן אין אַ וועלט פֿון הונדערט יאָר צוריק!"; “וואָסער צוקונפֿט וואַרט זײַנע קינדער, מײַנע אייניקלעך?!"... בעלאַ האָט יעדעס מאָל געמוזט אויסהערן די אַלע טענות, אָפּקומען מיט עפּעס אַ פּאַרעוון ענטפֿער — שוין בעסער, אַז מאַרק זאָל אַרויסלאָזן די פּאַרע אויף איר, איידער פֿאַרלירן, חלילה, זייער איינציקן זון. איין מאָל איז עס שוין שיִער נישט געשען — אויף אַן אמתן, ממשותדיק, מיטן גאַנצן אַכזריות...

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּובליקאַציע פֿונעם בוך "לעבן — איז מיטן פֿאָלק: די קליינע ייִדישע שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע" פֿון מאַרק זבאָראָווסקי און עליזאַבעט הערצאָג האָט אָפּגעצייכנט אַ נײַע תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. ביז דעמאָלט האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע דענקער און שרײַבער געפּרוּווט צופּאַסן ייִדישקייט צו די השׂגות פֿון דער אַרומיקער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה. מען האָט גערעדט וועגן אַ "ייִדישער ציוויליזאַציע", וועגן "יודאַיִזם" ווי אַ קולטור־היסטאָרישער פֿענאָמען, אָבער מען האָט אויסגעמיטן צו רעדן וועגן ייִדן ווי אַ פֿאָלק מיט אַן אייגענעם עטנישן מהות.
אַ היפּשע צאָל צווישן די אַמעריקאַנער עטנאָגראַפֿן זײַנען געווען ייִדן, אָבער אַפֿילו (און אפֿשר טאַקע דווקא) זיי האָבן ניט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַן אייגנאַרטיקער עטנישער גרופּע. פֿאַר דעם זײַנען געווען גאַנץ קלאָרע פּאָליטישע סיבות. מען האָט ניט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדן זײַנען אין וואָסער ניט איז זין אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אַזאַ מין השערה וואָלט געגעבן שטאָף פֿאַר אַ צוּוווּקס פֿון ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע.
לויט דער דאָזיקער טעאָריע, וואָס איז געווען קוראַנט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער אונטערשייד צווישן די ייִדן און אַנדערע ווײַסע אַמעריקאַנער געווען בלויז אין דער אמונה. יודאַיִזם איז געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, דער יסוד פֿון אַמעריקע. אַזאַ קוקווינקל האָט דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן דעם דײַטשישן נאַציזם ווי אַ שׂונא פֿון דער גאַנצער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און ניט נאָר פֿון ייִדן. חוץ דעם, וואָלט דער עטנישער באַגריף פֿון ייִדישקייט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגעהעריקייט פֿון ייִדן צו דער ווײַסער ראַסע בפֿרט און צו דער אַמעריקאַנער נאַציע בכּלל.
"לעבן — איז מיטן פֿאָלק" איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער, נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען די אַלטע וועלט פֿונעם שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז געוואָרן אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ברייטן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

אינעם פֿילם "דער פֿריסקאָ קיד" [דער בחור פֿון פֿריסקאָ] שפּילט דער קאָמיקער דזשין ווײַלדער די ראָלע פֿון אַ פּוילישן רבֿ, אַבֿרהם בעלינסקי, וועלכער פֿאָרט פֿון ניו־יאָרק קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ אינעם 19טן יאָרהונדערט. אויפֿן וועג פֿאַרלירט ער זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן און וועקט זיך אויף אין מיטן פּענסילווייניע צווישן די אַמישע פֿאַרמער. ער גיט אַ קוק אויף זייערע בערד און היטן, און גיט אַ שרײַ אויס אויף ייִדיש מיט פֿרייד — "לאַנדסלײַט!"
ער איז זיכער נישט דער איינציקער אין דער וועלט וואָס פֿאַרמישט די ייִדישע מיט אַמישע בערד. אָבער וואָס האָבן די צוויי פֿעלקער בשותּפֿות אין זייער קולטור און פֿאָלקלאָר? די אַמישע זענען אויך באַקאַנט ווי די פּענסילווייניער דײַטשן (אויף ענגליש זאָגט מען "דאָטש", וואָס קלינגט ווי עס מיינט "האָלענדיש", אָבער דאָס איז פּשוט אַ פֿאַרדרייעניש פֿונעם וואָרט "דײַטש"). וואָס שייך רעליגיע האָבן די פּענסילווייניער דײַטשן ווייניק בשותּפֿות מיט די ייִדן: זייער רעליגיע באַשטייט פֿון אַ טיף מענאָניטיש־קריסטלעכן גלויבן; אַ פֿונדאַמענטאַלע גרופּע. צום סוף פֿונעם 17טן יאַרהונדערט, נאָך דעם ווי אַנדערע קריסטן האָבן זיי שטאַרק גערודפֿט, האָט זייער פֿירער אין דער שווייץ, לעבן דײַטשלאַנד, דזשעיקאָב (יעקבֿ) אַמאַן, זיך אָפּגעטיילט פֿון די גרעסערע קריסטלעכע גרופּעס, און אימיגרירט קיין אַמעריקע בײַם אָנהייב 19טן יאָרהונדערט.
פּענסילווייניע איז געוואָרן זייער נײַע היים. אָבער הײַנט האָבן זיי זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאנץ אַמעריקע, קאַנאַדע און צענטראַל־אַמעריקע. זיי רעדן אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון דײַטש, וואָס מע רופֿט "פּענסילווייניער דײַטש"; און ווען מע רעדט וועגן די פּענסילווייניער דײַטשן, נעמט מען אויך אַרײַן ווייניקער עקסטרעמע, אָבער ענלעכע מענאָניטישע גרופּעס, און נישט בלויז די אַמישע פֿאַרמער, וועלכע רופֿן זיך אויך "די אַלטע גרופּע". די אַמישע זענען באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זייער אויסמײַדן די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע — זיי פֿאָרן מיט פֿערד און וואָגן און ניצן נישט קיין עלעקטריע, אָבער אַנדערע פּענסילווייניער דײַטשן ניצן יאָ עלעקטרישע אַפּאַראַטן און ליכט.

קולטור
פֿון יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די 22,000 שוועדישע ייִדן, אָדער ייִדישע שוועדן הײַנט-צו-טאָג, האָבן אַ ייִדישע געזעלשאַפֿט, אַ קולטור־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, און שוין 12 יאָר אַז זיי קלײַבן זיך צונויף זומער אויף אַ סעמינאַר וואָס איז געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַ סעמינאַר פֿון 3 טעג, סוף-וואָך — אַ פֿרײַטיק, אַ שבת און אַ זונטיק — אין אַ ספּעציעלן אָרט וואָס הייסט אַראָנסבאָרג, אַ קאַצנשפּרונג פֿון שטאָקהאָלם, די הויפּטשטאָט פֿון שוועדן. אַהין לאַדן זיי אײַן רעפֿערענטן, פּראָפֿעסאָרן, אַרטיסטן, מוזיקער פֿון דער גאַנצער ייִדישער וועלט, און האַלטן אָפּ אַן אינטענסיווע פּראָגראַם פֿון דרײַ טעג — פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. אין אָט דעם אָרט וואָס הייסט אַראָנסבאָרג, אין אַ וואַלד, אַ פֿופֿציק מינוט פֿון שטאָקהאָלם, איז אַן אָזערע, מיט אַ האָטעל וואָס איז ספּעציעל געבויט געוואָרן פֿאַר אַזוינע סעמינאַרן. אין דער פֿאַרגאַנגענהײַט איז דאָס אָרט געווען אַ שאָקאָלאַד-פֿאַבריק, הײַנט-צו-טאָג דינען די בנינים פֿון אָט דעם אָרט פֿאַר אַ האָטעל וווּ עס קומען זיך צונויף פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטן, וואָס האַלטן אָפּ ספּעציעלע סעמינאַרן, ווי למשל, די וואָס מיר האָבן געטראָפֿן דעם זומער; אַ פּאָר צענדליק אייגענטימער פֿון יאַגואַר אויטאָמאָבילן וואָס טרעפֿן זיך יאָר איין, יאָר אויס, במשך די לעצטע 40 יאָר.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בין איך איינגעלאַדן געוואָרן צו קומען קיין שוועדן און האַלטן אַ פּאָר רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, אויף ייִדיש. פֿרעגט זיך די פֿראַגע — וואָס מיצקע דרינען — ייִדיש? אַ קולטור־סעמינאַר אויף דער שפּראַך וואָס אַלע מיינען, אַז מע רעדט איר שוין נישט? פֿאַרוואָס דווקא שוועדן? איז, איידער איך האָב מסכּים געווען, האָב איך זיך פֿאַרטיפֿט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן קיבוץ אין שוועדן, און ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן אַ פֿאַקט וואָס ווייניק ווייסן וועגן אים: אַז ייִדיש איז הײַנט-צו-טאָג איינע פֿון די פֿינף אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון שוועדן. אין שוועדן איז פֿאַראַן אַ געזעץ, אַז אויב עס וווינט דאָרטן אַ גרופּע מענטשן וואָס האָבן אַ ספּעציעלע קולטור און רעדן אַ ספּעציעלע שפּראַך וואָס זייער אָפּשטאַם איז פֿון אייראָפּע, איז אָט די שפּראַך באַקומט די שטיצע פֿון דער מלוכה און ווערט אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. אַזוי איז געשען מיט ייִדיש אין שוועדן. פֿאַר דעם באַקומען די ייִדן אין שוועדן אַ יערלעכע סובווענץ און אַ דאַנק איר טוען זיי פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

ליטעראַטור


נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)



3

פֿון דער שטוב איז בעלאַ אַרויסגעגאַנגען אַרום צען. בײַ דער פּאַריקמאַכערשע דאַרף זי זײַן צען דרײַסיק. אַן אַנדערס מאָל וואָלט זי צו איר צוגעגאַנגען צופֿוס, ס’איז נישט ווײַט, אויף שיפּסהעדבעי ראָוד, אָבער הײַנט האָט זי נאָך גענוג זאַכן וואָס צו דערליידיקן און אָן דעם אויטאָ וועט זי זיך נישט באַגיין. אַ שיינער זומער־טאָג, פּונקט אַזאַ ווי ס’איז געווען מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אינעם טאָג פֿון זייער חתונה. יאָ, מאַרקס מאַמע האָט ווי אין וואַסער געקוקט: בעלאַ איז געווען און פֿאַרבליבן אַ נאַשערקע. אמת, לעצטנס, קומט איר אויס אַלץ מער זיך אײַנהאַלטן און אָפּזאָגן פֿון געשמאַקע נאַשערײַען. דעמאָלט האָט זי געווויגן זיבן און פֿערציק קילאָ, און איצט — הונדערט איין און זיבעציק פֿונט.
מאַרקס מאַמע האָט זי אויפֿגענומען קילבלעך; בעלאַ האָט עס מער דערפֿילט, ווי פֿאַרשטאַנען. מעגלעך, צום ערשטן מאָל אין איר לעבן האָט אין איר געגעבן צו וויסן איר ווײַבערישער עגאָ. ניין, אויסערלעך האָט אַלץ אויסגעזען אָנגענעם, מיט אַ ליבלעכן שמייכל; זיי האָבן געטרונקען טיי און געגעסן קנישעס מיט קאַבאַק. “עס, בעלאָטשקע, — האָט זי ווייך איבערגעחזרט, און צוגעגעבן, — מאַריק האָט זייער ליב מײַנע קנישעס." דער שמייכל איז טאַקע געהאָנגען אויף איר פּנים, אָבער פֿאַרקוועטשט מיט די ווינקעלעך פֿון די דינע ליפּן, גרייט יעדע מינוט צו אַנטלויפֿן. אויך איר קול, ריכטיקער, דער טאָן, האָט זיך יעדעס מאָל געהעכערט, ווען זי האָט געוואָלט באַטאָנען “וויפֿל געזונט און כּוח האָט אונדז געקאָסט מאַרק זאָל אָנקומען אין אַזאַ פּרעסטיזשפֿולן אינסטיטוט!" דערבײַ האָט זײַן טאַטע פֿילדײַטיק צוגעגעבן: “און נישט נאָר דאָס!" — “ער דאַרף האָבן אַ ווײַב זי זאָל אים זײַן געטרײַ, ווי אַ מאַמע", — האָט געטענהט ווײַטער מאַרקס מאַמע, — און ווידער האָט זײַן טאַטע אַרויסגעוויזן זײַן קול: “און נישט נאָר דאָס!"

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן";
וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט".
מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011

דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע.
ישׂראל אַגאָל האָט באַוויזן צו פֿאַרעפֿנטעלכן זײַן ביכל זכרונות אין 1936, עטלעכע חדשים פֿאַר זײַן אַרעסט. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט ער געוואָרן אַ באַדײַטנדיקער רוסיש־ייִדישער שרײַבער, ווען נישט די טראַגעדיע. די טעמע פֿון ייִדישער קינדהייט איז פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גאַנץ פּאָפּולער אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור סײַ אויף רוסיש, סײַ אויף ייִדיש.
ווי עס האָט באַוויזן די פֿאָרשערין פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור מאַרינאַ באַלינאַ, האָבן ס’רובֿ סאָוועטישע שרײַבער באַשריבן זייערע קינדער־יאָרן לויט אַ געוויסער מאָדעל, נוסח מאַקסים גאָרקיס אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע — "קינדהייט", "יוגנט" און "מײַנע אוניווערסיטעטן". אין הסכּם מיט דער דאָזיקער סכעמע, האָט מען געדאַרפֿט באַשרײַבן די אייגענע קינדהייט ווי די צײַט פֿון ביטערער נויט, שווערער האָרעוואַניע, און כּלערליי לײַדן, וואָס האָבן אויפֿגעוועקט דאָס ריכטיקע פּראָלעטאַרישע באַוווּסטזײַן און, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט דעם העלד צום רעוואָלוציאָנערן קאַמף. דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער מוסטער פֿון אַזאַ מין אויטאָביאָגראַפֿיע איז דוד בערגעלסאָנס לעצטער ראָמאַן "בײַם דניעפּר".
אין אונטערשיד צו בערגעלסאָנען, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, האָט אַגאָל ניט געדאַרפֿט גאָרניט אויסטראַכטן. זײַן קינדהייט פּאַסט זיך זייער גוט אַרײַן אין גאָרקיס סכעמע. ער איז געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אויף דער "שיכּורער סלאָבאָדקע", אין דער אָרעמער געגנט פֿון באָברויסק, צווישן גנבֿים, גאַסן־פֿרויען און שיכּורים. זײַנע בילדער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן זײַנען שאַרף, ביטער און האַרט, ווײַט פֿון וואָסער ניט איז נאָסטאַלגיע און סענטימענטאַלקייט. ער אַליין האָט ממש על־פּי־נס אויסגעמיטן צו ווערן אַ גנבֿ — ווי אַ ייִנגל האָט ער זיך שוין באַטייליקט אין אייניקע "אָפּעראַציעס" פֿון דערוואַקסענע גנבֿים.

ליטעראַטור
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ימח-שמם", די ייִדישע קללה וואָס מע ניצט נאָר דעמאָלט, ווען מע דערמאָנט שׂונאים און פֿײַנט, באַטײַט אות-באות אויף העברעיִש: "אָפּגעמעקט זאָל ווערן זייער נאָמען". נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די נאַציס אָפֿט "זוכה" געווען פֿאַרשאָלטן צו ווערן — "ימח שמם". נישט על-פּי צופֿאַל ווערן זיי דערמאָנט אין דעם שייכדיקן בײַשפּיל אין ווערטערבוך. מײַן באָבע עליה-השלום, אַליין אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דײַטשלאַנד, פֿלעגט יעדעס מאָל איבערחזרן די קללה נאָכן דערמאָנען דאָס וואָרט "דײַטשן". "די דײַטשן ימח-שמם האָבן אַ סך וואַסער און מיר האָבן נאָר דעם קליינעם כּנרת" — פֿלעגט זי זאָגן אויף העברעיִש. אָבער וואָס טוט מען בעת מע טרעפֿט זיך הײַנט אָן אין אַזעלכע נעמען ווי "העס", "הימלער", "געט", "גערינג", און נישט חלילה: "רודאָלף", "הײַנריך", "אַמאָן" צי "הערמאַן", נאָר זייערע אָפּשטאַמלינגען?
נו, מע לעבט מער נישט לויט דעם ביבלישן שׂכל פֿון "אָבֿות יאכלו בוסר ושיני הבנים תּקהינה" (די טאַטעס וועלן מער נישט עסן קיין נישט־צײַטיקע פֿרוכט, אַז דעם קינדערס ציין זאָלן קאַליע ווערן", אָדער לויטן ווערטל: "טאַטע-מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ"). דער דאָזיקער כּלל האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרעלטערט, כאָטש אַזוי גלייבן מיר. דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר "היטלערס קינדער" (Hitler’s Children בלע"ז), וואָס זײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, באַהאַנדלט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אָפּשטאַמלינגען פֿון די העכסטע נאַצישע קאָמאַנדירן לעבן הײַנט מיטן עבֿר פֿון זייערע משפּחות.
דער פֿילם באַשטייט פֿון לאַנגע אינטערוויוען אָדער, בעסער געזאָגט, מאָנאָלאָגן, מיט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי רײַנער העס, דאָס אייניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ. רײַנער ווערט פֿילמירט בעתן פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן קיין אוישוויץ, און דאָרט רעדט ער מיט די ישׂראלדיקע תּלמידים און מיט אַ לעבן-געבליבענעם פֿון חורבן — אַזאַ מין סליחות-פֿעסטיוואַל.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון דעם פֿילם "דער אַנדערער זון"
ממש די פֿינגער צו לעקן פֿונעם נײַעם ישׂראלדיקן פֿילם וואָס הייסט "דער אַנדערער זון." ערשטנס, איז דער סיפּור־המעשׂה ממשותדיק, אַפֿילו ווען ס׳רעדט זיך וועגן צוויי משפּחות, ישׂראלים און פּאַלעסטינער; די פּאָליטיק וואָס גנבֿעט זיך דאָ און דאָרט אַרײַן אין די שפּאַלטן פֿון געשעענישן. זיי זײַנען פֿאַרשטענדלעך, ווען מ׳זעצט זיך אַוועק און מ׳אַנאַליזירט דעם תּוכן פֿונעם פֿילם. איז לאָמיר צוגיין צום תּמצית.
געשען איז די געשיכטע אין יאָר 1991 אין חיפֿה, אין צײַט פֿון דער גאָלף־מלחמה, ווען די "סקאַד"־ראַקעטן זײַנען געפֿלויגן, און ,דער עיקר, האָבן זיי אָנגעגריפֿן דעם שפּיטאָל. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מיש־מאַש, ווען צוויי עופֿעלעך וואָס מען האָט על־פּי־טעות פֿאַרביטן. דאָס ייִדישע קינד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי פֿון די שטחים, אין דער משפּחה פֿון ליילאַ און סאַיִד אַלבעזאַאַז (אַרין אָמאַרי און כאַליפֿאַ נאַטור), און דאָס אַראַבישע קינד — אין די הענט פֿון ייִדישע עלטערן, אָדית און אַלון זילבערמאַן (עמנואלה דעוואָס און פּאַסקאַל ערבע) אין תּל־אָבֿיבֿ.
דער אַראַבישער בחור, דער ייִד, הייסט עס, איז יאַסין (מעהדי דעבהי), און יוסף זילבערמאַן — דער ייִד (יוליס סיטרוק). ווען די צוויי בחורים קומען צו דער עלטער פֿון אַכצן, דערוויסן זיי זיך, אַז זיי געהערן נישט צו דער משפּחה, מיט וועלכער זיי האָבן אָפּגעלעבט זינט זייער געבורט. די טאַטעס, נאָכן דערוויסן זיך, זײַנען מלא־רציחה, נאָר די מאַמעס נעמען עס אויף בשתּיקה, ליבלעך און רעזיגנירט. די קינדער האָדעווען זיך בײַ איבערגעגעבענע עלטערן. דאָס גרויס וווּנדער קומט פֿאָר מיטן ייִדיש־אַראַבישן בחור יאַסין, וואָס כאָוועט זיך בײַ די אַראַבישע עלטערן, בײַ אַ טײַערער און איבערגעגעבענער מאַמע. דער טאַטע איז אַ מעכאַניקער און האָט ליב מוזיק. הײַנט פֿאַרריכט ער די מאָטאָרן פֿון צעקאַליעטשעטע אויטאָס. דער געראָטענער און שיינער בחור זייערער יאַסין שטודירט מעדיצין אין פּאַריז און האַלט בײַם ווערן אַ דאָקטער.
יוסף ווידער, דאָס אַראַבישע ייִנגל, וואָס כאָוועט זיך בײַ די ייִדישע עלטערן, פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם און ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ און האָט ליב מוזיק. ווען ביידע בחורים באַגעגענען זיך נאָך דעם ווי זיי געפֿינען אויס, אַז מען האָט זיי פֿאַרביטן, הייבן זיי אָן צו באַקענען זיך, דערוויסן זיך וועגן זייערע משפּחות, ברידער און שוועסטער.

ליטעראַטור

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער




1

בעלאַ האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף, ווי מע וואָלט זי פֿון דאָרט אַרויסגעטריבן. זי האָט זיך אַזש אונטערגעהויבן, געאָטעמט קורץ, פּרוּוונדיק כאַפּן דעם גיכן קלאַפּ פֿון האַרץ. ענדלעך, האָט זי פֿאַרהאַלטן אַ רגע די לופֿט און שוין רויִק אַוועקגעלייגט דעם קאָפּ אויפֿן קישן.
זי האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און זיך אײַנגעקוקט אין דער פֿינצטערניש, געזוכט מיטן בליק יענע באַנק אינעם פּאַרק, וווּ ס’איז ערשט געזעסן דאָס יונגע פּאָרעלע, זיך אַרומגענומען, געקושט, ווי פֿאַרחלשט, קוים געזיפֿצט, אַבי נישט אָפּצורײַסן די ליפּן איינער פֿונעם אַנדערן. זי האָט אין די צוויי יונגע לײַט באַלד דערקענט מאַרקן און זיך אַליין. אין פּאַרק האָבן זיי זיך געטראָפֿן אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן אומקערן זיך פֿון קאַראָלינאָ־בוגאַז. אַהין, אין דעם שיינעם דערפֿל, בײַם שוואַרצן ים, נישט ווײַט פֿון אָדעס, זײַנען זיי געקומען זיך דורכלופֿטערן דעם קאָפּ, איידער מע פֿאָרט צוריק שטודירן.
בעלאַ האָט צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דעם ערשטן קורס פֿונעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קעשענעוו. זי האָט זיך געלערנט צו זײַן אַ לערערין פֿון ענגליש. אין קאַראָלינאָ־בוגאַז איז זי שוין געווען עטלעכע מאָל, אָבער פֿריִער פֿלעגט זי פֿאָרן מיט דער מאַמען, אונטער איר שטרענגן אויפֿזיכט. אין דעם זומער איז זי אַהער געקומען אַליין, כאָטש די מאַמע איז דערמיט געווען נישט זייער צופֿרידן. “טאַקע ווײַל דו ביסט שוין אַ גרויסע מויד, — האָט זי געטענהט, — וואָלט פֿאַר מיר בעסער געווען, כ’זאָל זײַן לעבן דיר." און צוגעגעבן, ווי דערקלערט עמעצן: “כ’קען זיי, די הײַנטיקע ייִנגלעך..."
מאַרק איז דווקא געקומען אַהין צום ערשטן מאָל און נישט אַליין, נאָר מיט זײַן חבֿר, אַליק. ביידע האָבן זיי זיך געלערנט אין מאָסקווע אינעם אַרכיטעקטור־אינסטיטוט, און זיך געהאַלטן ווי גרויסשטאָטישע סנאָבן, וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער פּראָווינץ זיך אַ ביסל פֿאַרווײַלן מיט די קליינשטעטלדיקע “באַרישניעס".
בעלאַ, ווי פֿריִער, האָט זיך אָפּגעשטעלט אינעם פּאַנסיאָנאַט “דעלפֿין". אין די זומערדיקע פֿאַניר־שטיבלעך, אָפּגעפֿאַרבט פֿון דרויסן און פֿון אינווייניק מיט אַ טונקל־בלויער איילפֿאַרב, זײַנען קיין ספּעציעלע באַקוועמלעכקייטן נישט געווען: צוויי אײַזערנע בעטלעך, אַ שאַפֿקעלע צווישן זיי; צו איין וואַנט צוגעקלאַפּט אַ שמאָל ברעטל מיט פֿיר הענגערס — יעדן אײַנוווינער צו צוויי הענגערס; דאָס שמאָלע פֿענצטערל איז פֿאַרהאָנגען געווען מיט אַ ציצן פֿירהענגל, אַן אויסגעברענטס אויף דער זון. דער דיל — באַדעקט מיט אַ ברוינעם לינאָלעום, ערטערווײַז אויסגעריבן, און פֿון דער סטעליע, אַקוראַט אין מיטן, צוגעפֿעסטיקט מיט איין עק צו אַ ווײַסן פּלאַסטיק־אַבאַזשור, איז אַראָפּגעהאָנגען אַ שמאָלע קלעפּיקע פּאַפּיר־סטענגע. זי האָט אויסגעזען ווי אַ פּרוזשינע, וואָס מ’האָט ערשט אַרויסגעשלעפּט פֿון אַ סלוי מיט האָניק. די דאָזיקע, דאַכט זיך, פּרימיטיווע זאַך האָט געהאַט אַן אוניווערסאַלע אייגנשאַפֿט — צו כאַפּן פֿליגן און קאָמאַרן. ריכטיקער געזאָגט, פֿלעגן, נעבעך, די פֿליגן און קאָמאַרן זיך אַליין צו דער סטענגע צוקלעפּן און שוין אויף איר געפֿינען זייער סוף.