- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אַמעריקע אַ צווייטן, גאָר אַ באַגאַבטן דראַמאַטורג, וועלכער צייכנט זיך אויס אין שילדערן זײַן ייִדישע וועלט אויף ענגליש, אין סטיל פֿון קאָמעדיע, און דאָס איז ניל סײַמאָן. אַדאָפּטירט די פּיעסע האָט גאָר אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג, מיט ייִחוס־בריוו דערצו, אַהרן פּאָסנער. דערצו האָט די ערנסטע דראַמע צובאַקומען אַן ערשטקלאַסיקן רעזשיסאָר, גאָרדאָן עדלשטיין, מיט אײַנפֿאַלן בלויז צו באַוווּנדערן. דאָ שפּילט זיך אָפּ גאָר אַן ערנסטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרומע עלטערן, וועלכע האָבן אַ געלונגענעם בן־יחיד אָשר (אַרי בראַנדט), גאָר אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער איז אַ מאָלער, אַ קינסטלער, אָבער זײַן שעפֿערישקייט פֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קלאַסישער און ערנסטער קונסט וואָס געפֿינט זיך אין די מוזייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ צוזאַמענשטויס צווישן צוויי וועלטן. די ייִדישע וועלט פֿון זײַנע פֿרומע עלטערן און די אַרומיקע, דרויסנדיקע, וועלט פֿון קונסט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ראָלע פֿון אָשר לעוו שפּילט אַרי בראַנדט, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקן פּיאַניסט נתן בראַנדט, אַן אַמאָליקער וווּנדערקינד, וועמענס אייגענער פֿאָטער, אַ כירורג אין ירושלים, האָט אַראָפּגעקוקט אויף זײַן זונס אָפּקלײַב פֿון אַ מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיע.
נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער 8 אַ פֿאַרסאַפּעטער און אָפּגעפֿרישטער איז מאַרק אַרויסגעגאַנגען פֿונעם ים. ער איז עטלעכע מאָל אונטערגעשפּרונגען אויפֿן לינקן פֿוס, דעם קאָפּ גענייגט אויף אַ זײַט, אַז די וואַסער זאָל אַרויס פֿונעם אויער. ער האָט זיך אומגעקוקט. בעלאַ האָט זיך געפּליוסקעט נישט ווײַט פֿונעם ברעג, צווישן די שרײַענדיקע קינדער און זייערע שטרענגע עלטערן, וועלכע האָבן פֿון זיי קיין אויג נישט אַראָפּגענומען. דאָס וואַסער האָט איר געגרייכט ביזן בלוי־רויטן ליפֿטשיק מיט געלע בלימעלעך. מאַרק האָט זיך דערמאָנט, ווי די ערשטע טעג פֿון זייער קושוואָך פֿלעגט בעלאַ געפֿינען אַ תּירוץ אויסצומײַדן דאָס אַראָפּנעמען איר ליפֿטשיק, ווען מאַרק איז געווען לעבן איר. זי האָט זיך געשעמט צו אַנטבלויזן אירע קליינע מיידלשע בריסטלעך, אָבער די שעמעוודיקייט איז גיך אַדורך.
כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזיקער פּשוטער האַנט־באַוועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנטשלאָסנקייט און פֿאַרלאָזלעכקייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענערישקייט, וואָס איז (ניט צופֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מוסולמענער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונגישן אײַנדרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און וועמען ניט, צי נאָר מענער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזיקער חכמת־היד קען מען אָנשרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט. דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער "האַנט-ריר" צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק" צווישן די וועלטלעכע "חילונים". דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק", כּדי אַרויסצוּווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿונעם "נײַעם ייִד", דעם "העברעער" (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר געווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צווייטער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העברעיִש "צ׳פּחה" (טשאַפּכאַ — פֿון איראַקער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער "צ׳פּחה" באַגריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מענערישע צוגעבונדנקייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַרכיע קאָמאַנדיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין "צ׳פּחה").
איז ער צו מענטשנקינדער נאָר אַלס מענטש געקומען; קיין גאָט-געזאַלבטער, קיין באַלאָרבערטער פּאָעט, האָט ער — דער מאַן — אַ שפּראַך אָן בילדער און אָן בלומען, אַ מענטשנשפּראַך, אַ דענקער-לשון נאָר גערעדט,
איטשע איז שוין ניטאָ, און — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז די זשיטלאָווסקי-פֿונדאַציע אויך אונטערגעגאַנגען. מע זעט זי ניט און מע הערט ניט וועגן איר. און דאָס איז אַ שאָד. אָן איר איז אונדזער סבֿיבֿה אָרעמער געוואָרן. דער נאָמען אַליין פֿון חיים זשיטלאָווסקין איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז דאָ אַ לאָגישקייט אין דעם וואָס זײַן נאָמען זאָגט גאָרנישט דעם הײַנטיקן ייִדן, ווײַל אַזאַ ייִד איז זייער ווײַט פֿון דעם “אַנדערן ייִדן", וועלכן זשיטלאָווסקי האָט געוואָלט אויסכאָווען. און דאָך איז ער ניט אין גאַנצן פֿאַרשאָטן געוואָרן מיטן היסטאָרישן שטויב, ווײַל ייִדישע היסטאָריקער געדענקען וועגן אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָרישע פֿיגורן אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. אייניקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אויך וועגן אים געהערט. וועגן זשיטלאָווסקיס געבוירנטאָג, אין אַפּריל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און בילדונג, וואָס הייסט “ייִדישקייט" און פֿירט זײַן אַרבעט אין לאָס-אַנדזשעלעס (yiddishkayt.org). און לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל וועגן זשיטלאָווסקין אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם קאָנגרעס פֿון סעקולערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן אַזוי: The work of Chaim Zhitlovsky should long ago have been available in English. איך וואָלט צו דעם צוגעגעבן, אַז ניט נאָר זײַנע ווערק, לכל-הפּחות די וויכטיקסטע, וואָלט מען געדאַרפֿט איבערזעצן, אָבער אויך אַ בוך וועגן אים וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ענגליש.
איך בין אַ שוסטערל, גאָר אַן אַנטיק; איך אַרבעט און אַרבעט און האָב קיין גליק. איך אַרבעט בײַ טאָג, איך אַרבעט בײַ נאַכט. קיין שיך האָב איך פֿאַר מיר נישט געמאַכט. אוי, דו שוסטערל וואָס זשע ווילסטו?
נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער 7 די שאַרפֿע זון־שײַן און אַ לײַכטער געוויג האָבן אויפֿגעוועקט מאַרקן. ער האָט זיך אַראָפּגערוקט פֿונעם ברייטן געלעגער, אַ רגע געזעסן, אָנשפּאַרנדיק זיך מיט די הענט אינעם ראַנד פֿון בעט, אַ פֿאַרשלאָפֿענער, אין מויל אַ פּריקרע קאַשקעלע. ער האָט אָנגעשטעלט זײַן קאַלעמוטנעם בליק אַרויס אין דער ווײַט, וווּ איין בלויקייט האָט זיך צונויפֿגעגאָסן מיט אַן אַנדער בלויקייט, אַז די האָריזאָנט־ליניע האָט זיך נישט געלאָזט אויפֿכאַפּן. ער האָט זיך אויפֿגעהויבן און אַ שפּאַן געטאָן אַנטקעגן דער בלויקייט.
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012 דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים. אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער). דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862.
אידלסאָן (1882 — 1938), זאָל זיך אָפּגעבן מיט געפֿינען "קוריאָזן" אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע. אידלסאָן, אַ געבוירענער אין פֿעלקיסבערג, לעטלאַנד, האָט געפֿאָרשט די מוזיק פֿון אַלע ייִדישע עדות איבער דער וועלט, און געשטרעבט צו געפֿינען די עכטע ייִדישע פֿאָלקסמוזיק, נישט קיין פּאָפּולערע מוזיק. זײַן 10־בענדיקע זאַמלונג פֿון די לידער און ניגונים פֿון די עדות איז צווישן די וויכטיקסטע ווערק פֿון דער ייִדישער עטנאָמוזיקאָלאָגיע. אָבער די "אידלסאָן געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" [Idelsohn Society for Musical Preservation], אַ נישט־פּראָפֿיט־וואָלונטיר אָרגאַניזאַציע, וועמענס פֿריִערדיקע רעקאָרדירונג — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער "תּיקווה"־פּלאַטע־פֿירמע, — וואָס מיר האָבן רעצענזירט פֿאַראַיאָרן, האָט איצט אַרויסגעלאָזט אַ טאָפּל־קאָמפּאַקטל ״Twas the Night Before Hanukkah״ פֿון ווייניק באַקאַנטע חנוכּה־לידער אויף ענגליש אויף איין קאָמפּאַקטל, און ניטל־לידער, געזונגען אָדער אָנגעשריבן, פֿון ייִדן, אויפֿן צווייטן קאָמפּאַקטל. איך ווייס נישט, ווער עס געהערט צו דער חבֿרה אין דער געזעלשאַפֿט וואָס באַשליסט, וועלכע לידער מע זאָל אַרײַננעמען אין אַזאַ זאַמלונג. אָבער ס׳זעט אויס, אַז מיר האָבן נישט דעם זעלבן געשמאַק. אַ גרויסער טייל פֿון די רעקאָרדירונגען איז קיטש, און געוויסע "קיטש"־מוזיק איז כּדאַי צו הערן צוליב איר אייגנאַרטיקן כאַראַקטער אָדער היסטאָרישן ווערט. אָבער עס איז אויך פֿאַראַן קיטש, וואָס ציט נישט צו קיין שום אינטערעס לויט אַלע מאָסן, און לידער פֿון דער קאַטעגאָריע הערט מען צופֿיל אין די קאָמפּאַקטלעך. הײַנט מאַכן מיר חוזק פֿון אַזוינע לידער ווי גלאַדיס געווירצס ״A Chanukah Quiz״[ אַ חנוכּה־פֿאַרהערל] פֿון די 1950ער יאָרן, אין וועלכער, דאָס ליד בעט בײַם יונגן צוהערער, ער זאָל אויספֿילן די בלויזן אין ליד. "וווּ האָט די מעשׂה פֿון חנוכּה זיך אָנגעהויבן?
איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי. האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד": "איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק, - - - - - - - - - - און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים, וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר, וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור. כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד, כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן! איך בין אַ ייִד!"
נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער 6 מאַרק איז געשטאַנען אויף דער אייבערשטער דעק פֿון דער ריזיקער רײַזעשיף מיטן נאָמען Carnival Dream, וואָס האָט זיך פּאַמעלעך דערווײַטערט פֿון דער שטאָט, ווי אַ שטיק באָדן וואָלט זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿונעם קאָנטינענט און שוין אין אַ סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקן אינדזל זיך געלאָזט אין זײַן פֿרײַען שווימען איבערן אָקעאַן. דער זון־אונטערגאַנג האָט איצט בולט געצייכנט איבערן אָנגעזעטיקטן מיט בלוי הימל־לײַוונט די “דיאַגראַמע פֿון מאַנהעטן".
ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע. נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען. |