צײַטשריפֿט פֿאַר ייִדישער געשיכטע, דעמאָגראַפֿיע, עקאָנאָמיע,
ליטעראַטור־פֿאָרשונג,
שפּראַכוויסנשאַפֿט און עטנאָגראַפֿיע.
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012
דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים.
אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער).
דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862.
צו דער היסטאָרישער טעמע געהערן אויך צוויי פּובליקאַציעס פֿון אָריגינעלע מקורים׃ אַ גאָר אינטערעסאַנטער באַריכט פֿונעם פּוילישן שפּיאָן באָריס זאַרזשעצקי, וועלכער באַשרײַבט דעם מצבֿ אין סאָוועטישן ווײַסרוסלאַנד אין 1922, ווען די רויטאַרמייער האָבן אים געכאַפּט אויף דער פּויליש־סאָוועטישער גרענעץ און נאָך אַ צײַט פֿון זיצן אין די סאָוועטישע תּפֿיסות, איז ער אַרויסגעשיקט געוואָרן צוריק קיין פּוילן. דער באַריכט שילדערט אַ לעבעדיק בילד פֿון דער אומאָרדענונג און חורבן, וואָס ס׳האָט געהערשט אין די ערשטע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען זאַרזשעצקיס שמועסן מיט דעם לעטישן טשעקיסט לאַציס, וועלכער האָט גאַנץ אָפֿן אַרויסגעזאָגט זײַנע אַנטיסעמיטישע אָנזיכטן.
דער צווייטער דאָקומענט דערציילט די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון אַ ווילנער ראַדיאָ־פֿאַבריק, וואָס מען האָט אַריבערגעפֿירט קיין מינסק גלײַך נאָך דעם, ווי די רויטע אַרמיי האָט פֿאַרנומען ווילנע אין 1939. מען האָט דערבײַ אַרעסטירט דעם ייִדישן בעל־הבית פֿון דער פֿאַבריק און אַראָפּגעבראַכט אַלע אַרבעטער קיין מינסק, וווּ מען האָט גלײַך צעכאַפּט די פּראָדוקציע פֿון דער פֿאַבריק.
בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון מינסק האָט די פֿאַבריק געאַרבעט ווײַטער, און צווישן די אַרבעטער זײַנען פֿאַרבליבן אייניקע ייִדישע אינזשענירן פֿונעם געטאָ. אַ פּאָר פֿון זיי זײַנען, על־פּי־נס, געבליבן לעבן, און נאָך דער מלחמה האָט דער סאָוועטישער געריכט דווקא זיי געמישפּט פֿאַר "מיטהעלפֿן די פֿאַשיסטישע אָקופּאַנטן", בעת די ניט־ייִדישע אַרבעטער האָט מען ניט געטשעפּעט.
יעווגעני קאָטליאַר מאַכט אַ פּרוּוו צו רעקאָנסטרויִרן צוויי זעלטענע אילוסטרירטע ביכער וועגן דער ייִדישער קונסט אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע אַלבאָמען זײַנען געדרוקט געוואָרן אין אַ קליינער צאָל עקזעמפּליאַרן אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק אין 1926 און 1929 און נעמען אַרײַן די רעזולטאַטן פֿון דער פֿאָרשערישער אַרבעט פֿון צוויי אָרטיקע קונסט־היסטאָריקער — וולאַדימיר גאַגענמייסטער און זײַן תּלמיד קאָנסטאַנטין קזשעמינסקי. ביידע מחברים זײַנען צעשאָסן געוואָרן בעת די "רייניקונגען" אין 1937 און 1938.
איין בוך האָט פֿאַרמאָגט די וואַנטגעמעלן פֿון דער שיל אינעם שטעטל סמאָטריטש, און דאָס צווייטע האָט רעפּראָדוצירט מצבֿות פֿונעם ייִדישן בית־עלמין אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. קיין איין עקזעמפּלאַר פֿון ביידע ביכער האָט זיך ניט פֿאַרהיטן, אָבער מען קאָן באַקומען אַ פֿאָרשטעלונג וועגן זיי אויפֿן סמך פֿון באַשרײַבונגען און איינצלנע בלעטער, וואָס קאָטליאַר האָט אַנטדעקט אין די אַרכיוון. דאָס רעשט פֿונעם נומער באַשטייט פֿון איבערזיכטן פֿון נײַער און אַלטער ליטעראַטור און רעצענזיעס.
די באַנײַטע "צײַטשריפֿט" איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין די ייִדישע לימודים אין ווײַסרוסלאַנד, און איז ווערטפֿול, קודם־כּל, צוליב די פֿאָרשונגען, וואָס באַזירן זיך אויף אומבאַקאַנטע אָריגינעלע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן. אָבער גלײַכצײַטיק דערווײַזט דער דאָזיקער נומער, ווי אָפּגעריסן בלײַבט ווײַסרוסלאַנד נאָך אַלץ פֿון דער גרויסער אַקאַדעמישער וועלט פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט.
עס גייט אַפֿילו ניט אין דעם, וואָס די אָרטיקע פֿאָרשער האָבן ניט קיין צוטריט צו די מערבֿדיקע פּובליקאַציעס, כאָטש דאָס איז אַוודאי זייער אַ וויכטיקע פּראָבלעם. ניט ווייניקער פּראָבלעמאַטיש איז די באַגרענעצטקייט פֿון זייער מעטאָדאָלאָגישן האָריזאָנט. מען האַלט אין איין שרײַבן אויפֿן אַלטן פּאָזיטיוויסטיש־באַשרײַבערישן אופֿן און מע פֿירט ניט קיין אינטעלעקטועלן שמועס מיט דער אַרומיקער וועלט. דערבײַ געפֿינט זיך דער דאָזיקער אוניווערסיטעט שוין לאַנגע יאָרן אין ווילנע, וואָס איז אַ טייל פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין פּוילן שטייען די ייִדישע לימודים אויף אַ גאָר אַנדערער מדרגה. אָבער עס דאַכט זיך, אַז די מחברים פֿון דער "צײַטשריפֿט" האָבן כּמעט ניט קיין אַנונג וועגן דעם. דאָס איז אַוודאי ניט זייער שולד, און מען דאַרף גאַנץ ערנסט אַ קלער טאָן, ווי אַזוי מען וואָלט געקאָנט העלפֿן די ווײַסרוסישע קאָלעגן צו ווערן אַ טייל פֿון דער הײַנטיקער אַקאַדעמישער וועלט־סבֿיבֿה.