- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין היפּשע עטלעכע שעה זײַנען זיי געווען אויף די פֿיס — דער קליינינקער, שטשופּלער דאָקטער; זײַן שטאַלטנע פֿרוי מיטן גרויסן קאָפּ האָר, צעפֿלאָסענע איבער די אַקסלען, און זייער שכנה, די לערערין, אַ הויכע, אַ ברייטע, נאָענט צו די פֿופֿציקער. מיטן פֿערטן, דעם יונגן עסט, האָבן זיי זיך באַקענט ערשט נעכטן בײַ אַ טישל אין רעסטאָראַן. דערוווּסט זיך, אַז ער איז אַן אַרכיטעקט, האָט די לערערין מיט איר הײזעריקלעכער, נאָר גוט באַהערשטער, שטים פֿאַרגעבן אים אַזוי פֿיל קשיות, ביז ער האָט זיך אַליין אָנגעבאָטן אויף צומאָרגנס דורכגיין זיך מיט די אָנגעפֿאָרענע איבער דער שטאָט. בערל קערלער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", אַ פּאָזיציע, וואָס ער האָט איבערגענומען פֿון זײַן טאַטן, דעם באַקאַנטן פּאָעט יוסף קערלער ע״ה. אונטערן פּעננאָמען, באָריס קאַרלאָוו (יאָ, דער זעלבער נאָמען ווי דער אַקטיאָר פֿון די אַלטע האָליוווּדער פֿראַנקענשטיין־מאָנסטער־פֿילמען) שרײַבט בערל קערלער זײַנע לידער, וועלכע מיר האָבן שוין געזען געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, צווישן זיי אויך "דער פֿאָרווערטס" און "דער אַלגעמיינער זשורנאַל". "עלאַברעק" איז די צווייטע זאַמלונג לידער זײַנע. קערלער שרײַבט אין פֿאַרשיידענע סטילן, צווישן זיי, אַ שפּילעוודיקער, מיט קירצערע זאַצן און גראַמען סײַ בײַם סוף, און צו מאָל, סײַ אין מיטן זאַץ. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַ חכמהדיקע שטימונג, אָפֿט עפּיגראַמאַטיש, ווי אינעם ליד "אויף ירושלימער געסלעך" — די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿורסם געמאַכט איבער דער וועלט. ווי ד״ר בערל זומאָף באַווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פֿון לידער פֿון פֿרויען־דיכטערס אין איבערזעצונג, איז פֿאַראַן אַ היפּשע פּלעיאַדע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס דער ייִדישער לייענער האָט פֿאַרגעסן אָדער בכלל נישט געוווּסט. ראַשעל וועפּרינסקי איז אַזאַ איינע וואָס איז, ווי מיר גלייבן, נישט געווען צו ווײַט באַקאַנט. זי איז געווען אַ שטילע דיכטערין, וואָס אירע לידער פֿאַרמאָגן אינטערעסאַנטע אימאַזשן, געשריבן מיט פּשוטע און סובטילע ניואַנסן און דורכזעיִקע פֿערזן. זי גיט צו וויסן וועגן איר איינזאַמקייט און בענקשאַפֿט אין פֿיל פֿון אירע לידער. אין איינעם באַשרײַבט זי דעם טרויער פֿון דער זונס פֿאַרגאַנג: אינעם יסוד פֿון דעם נײַעם פֿילם "דער אילוזיאָניסט", רעזשיסירט פֿון ניל בורג, ליגט די דערציילונג "אײַזענהײַם דער אילוזיאָניסט" פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער סטיווען מילהאַוזיער. עס האַנדלט זיך פֿון אַן אָרעמען בחור (אַ ייִד מיטן משפּחה־נאָמען אַבראַמאָוויץ), וואָס באַגעגנט אַ מאָל אַן אַלטן כּישוף־מאַכער און הייבט אָן זיך צו לערנען אויף אַ קונצנמאַכער. זײַן צווייטער אינטערעס הייסט סאָפֿי, זי קומט אַרויס פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע. זייערע צווישנבאַציִונגען זענען נישט צום האַרצן דער ייִכוסדיקער פֿאַמיליע, און אין קורצן ווערט דאָס פּאָרעלע צעטיילט בגוואַלד. מיר טרעפֿן אונדזער העלד נאָך אַ מאָל (געשפּילט פֿון עדואַרד נאָרטאָן) מיט יאָרן שפּעטער, אין ווין, וווּ ער טרעט אויף אונטערן נאָמען "אײַזענהײַם" אין אַן עלעגאַנטער כּישוף־פֿאָרשטעלונג. ער איז אַזוי פּאָפּולער, אַז דער קרוינפּרינץ לעאָפּאָלד אַליין (רופֿוס סול) ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע. דער זומער קומט שוין צום סוף, אָבער פֿון אַ ביסל זומערלעב האָט מען נאָך געקענט געניסן אין די לעצטע וואָכן פֿון אויגוסט אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל, די "קאַנאַדישע קעטסקילס". דאָרטן, אין אַ זומער־קאָלאָניע פֿון "בני־ברית", קומען זיך צונויף יאָר־אײַן, יאָר־אויס, כּמעט 500 ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור און פּראַווען דעם יערלעכן "קלעזקאַנאַדע"; אַ זיבן־טאָגיקע אונטערנעמונג אָנגעפֿילט מיט וואַרשטאַטן, לעקציעס און קאָנצערטן. דאָס יאָר — צווישן אַנדערע סורפּריזן — איז דער זינגער טעאָדאָר ביקעל אויפֿגעטראָטן, צוזאַמען מיט אַ צוויי טוץ מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען געקומען קיין קאַנאַדע צום צווייטן יאָר אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד. צווישן דער גרופּע געפֿינען זיך אַזוינע באַקאַנטע און נאָוואַטאָרישע זינגערס, ווי פּסוי קאָראָלענקאָ און וואַניע זשוק פֿון מאָסקווע; די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק און דער פֿידלער סטאַניסלאַוו רײַקאָ פֿון כאַרקאָוו, דער זינגער און ייִדיש־לערער מאָטל גאָרדאָן פֿון מאָסקווע. די בינע־טעטיקייט פֿון מינאַ בערן דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף עטלעכע תּקופֿות — פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ביז איר אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג: — אַ יונגע ייִדישע אַקטריסע אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן, ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה; — די מלחמה־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אוגאַנדע; — איר אַרבעט אין ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין ארץ־ישׂראל — 1944־1949; — איר בינע־טעטיקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זי לעבט און שפּילט ייִדיש טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג. |