שטעטלעך, רעליגיע

געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים.

מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין.

שטעטלעך, ייִדיש־וועלט

איר ווייסט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מענטש און אַ שטאָט? דער מענטש שטרעבט וואָס לענגער צו בלײַבן יונג, און אַ שטאָט איז גרויס מיט איר עלטער, אַלטקייט. פֿאַר וואָס? ווײַל דער אויסדויער פֿון צײַט איז ווי אַ גאַראַנטיע פֿון דעם, אַז די שטאָט איז היסטאָריש און קולטורעל רײַך. אַלטע שטעט זײַנען ענלעך צו אַלטע ספֿרים, וואָס מע קען זיי לייענען אָן אַ שיעור. איינע פֿון אַזעלכע שטעט איז אויך טשערנאָוויץ — אַ לעבעדיקער אייראָפּעיִשער קרייצוועג אויף דער שוועל פֿון די קאַרפּאַטן־בערג און אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך פּרוט. טשערנאָוויץ איז שטענדיק געווען אַ שטאָט, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿעלקער.

שטעטלעך, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ (רעכטס), מיט זײַן ברודער און פּלימעניק. לינקס: די רביצין, אַלטע־שיינדל

במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מען לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אַרומגערעדט, דורך לעקציעס, ביכער און פֿילם, דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

אָבער וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ,

שטעטלעך
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זונטיק, דעם 18טן מערץ, איז אין דער "בית־צדק" קאָנגרעגאַציע פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישער אויסשטעלונג וועגן לעבן און אומקום פֿון די ייִדן אין שטשוטשין, אַ שטעטל אין מיזרח־צפֿון פֿון פּוילן, גראָדנער געגנט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די אַרום דרײַ טויזנט שטשוטשינער ייִדן, זײַנען גענומען געוואָרן אין משך פֿון פֿיל יאָרן פֿון זלמן קאַפּלאַן, דעם ייִדישן פֿאָטאָגראַפֿיסט אין שטעטל.

שטעטלעך
פֿון וועלוול יעדידאָוויטש און העשל גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע שול אין גלובאָק. אין ריי וווּ ס׳זיצן די לערער, דער דריטער פֿון רעכטס — דער דירעקטאָר נ. ש. יעדידאָוויטש

אַ מענשט, וואָס האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט גלובאָק אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, וואָלט מסתּמא קיין אומגעוויינטלעכע זאַכן נישט באַמערקט. אַ ריין גרין שטעטל, ס׳רובֿ הײַזער — הילצערנע, אַ היפּשער טייל — נאָך־מלחמהדיקע. די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 19.5 טויזנט נפֿשות. צוויי קליינע פּלעצער; אויף איינעם, ווי אַן אָנדענק פֿון די סאָוועטישע צײַטן, שטייט אַ זיבן־שטאָקיקער "ראַטהויז". אַן אַלטער פּאַרק, אַן אָזערער מיט אַ טײַכעלע, פֿאַראייניקט מיט אַ סיסטעם פֿון קינסטלעכע באַסיינען.

ליטעראַטור, שטעטלעך

די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿורסם געמאַכט איבער דער וועלט.

ליטעראַטור, שטעטלעך

ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע.