- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס די ייִדן שטעלן זיך הײַנט אין די נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די פֿראַגע, ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן בײַ זייערע קינדער און אייניקלעך זייער ייִדישע אידענטיטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע רעגירונגען און געזעצן, דערמעגלעכן זיי זיך פֿרײַ אויסצולעבן סײַ וואָס שייך רעליגיע און סײַ וואָס שייך דער ייִדישער דערציִונג און קולטור. אַ ממשותדיקע הילף אין דעם באַקומען די נײַע קהילות פֿון די באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אַזעלכע ווי "דזשוינט", סוכנות, ווי אויך פֿרומע באַוועגונגען, קודם־כּל — חב"ד. די פּראָבלעמען קומען אָבער אַרויס אין דער ייִדישער סבֿיבֿה גופֿא. דהײַנו: וואָס דאַרף זײַן די הויפּט־שפּראַך אין די ייִדישע שולן — די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם לאַנד, אָדער רוסיש — די שפּראַך, וואָס האָט געהערשט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אין אַלע געוועזענע רעפּובליקן, און וואָס דער עלטערער דור איז מיט איר געוואַקסן? באַזונדערס שאַרף איז די פּראָבלעם אויפֿגעקומען אין די נײַע בײַבאַלטישע לענדער: לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד. למשל, אין דער ייִדישער מיטלשול אין טאַלין, עסטלאַנד, האָבן די עלטערן אָנגעהויבן אָפּנעמען די קינדער פֿון דער שול נישט ווײַל זיי ווילן נישט, אַז די קינדער זאָלן לערנען ייִדישע געשיכטע, טראַדיציע, עבֿרית; און נישט ווײַל דער שׂכר־לימוד איז צו הויך — די מלוכה סובסידירט אַלע נאַציאָנאַלע שולן; נאָר ווײַל די עלטערן ווילן נישט, אַז די הויפּט־שפּראַך אין דער ייִדישער שול זאָל זײַן... רוסיש!
"ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", 2011
Yiddish Summer Weimar 2011
"פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין". אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט! און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים. און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה. דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש. ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר. צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער... זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג. איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק... די מאָסקווער אויסשטעלונג פֿון די טעאַטראַלישע ווערק פֿונעם קינסטלער באָריס (ברוך) אַראָנסאָן (1898—1980) איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ און פּאַריז. אַראָנסאָן איז געווען מצליח אין זײַן קאַריערע ווײַל ער האָט באַוויזן צו טאָן אַלץ צו דער ריכטיקער צײַט. געבוירן אין דער שטאָט נעזשין אין אוקראַיִנע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, וווּ זײַן טאַטע האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם שטאָט־רבֿ. דאָרט האָט ברוך שטודירט צוערשט חומש און גמרא און דערנאָך מאָלערײַ. אין גיכן איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם קרײַז פֿון באַגאַבטע יונגע ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַרום די צענטראַלע פֿיגורן פֿון אוקראַיִנישן אַוואַנגאַרד, אַלעקסאַנדר מוראַשקאָ און אַלעקסאַנדראַ עקסטער. די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג איז געווען זייער פּראָדוקטיוו פֿאַר אַראָנסאָן און זײַנע חבֿרים. אין דער נײַ־געשאַפֿענער "קולטור־ליגע" האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן קינסטלער און ליטעראַטן. דער שפּיצפּונקט פֿון זייער טעטיקייט איז געווען די אויסשטעלונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט אין 1920, מיט אַראָנסאָן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט. אָבער אין גיכן איז די "קולטור־ליגע" געוואָרן "באָלשעוויזירט", און אַראָנסאָן איז אַוועק קיין מאָסקווע און דערנאָך קיין בערלין. אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און בהדרגה איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים. מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט". "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים" און פֿאַרגליכן דעם סדר פֿון די חמישה-חומשי-תּורה מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — פֿון זײַענדיק אין זײַן מאַמעס בויך ביז דעם טאָג פֿון זײַן טויט. אינעם חומש "ויקראָ" ווערט כּסדר באַטראַכט די קאָמפּליצירטע דיאַלעקטיק פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, איז דער אייבערשטער דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשלעכע נשמה. דער צוועק פֿון עבֿודת־השם איז דאָס דבֿקות פֿונעם מענטש מיט זײַן אייגענעם ג־טלעכן נשמה־עצם. מע טאָר אָבער נישט שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דבֿקות צוליב אַן עגאָיִסטישן מאָטיוו; דערפֿאַר איז גרינגער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע דינט דעם רבונו־של־עולם ווי אַ געטרײַער קנעכט — הגם, אין דער אמתן, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון אונדז, און אונדזער עבֿודה לשם־שמים העלפֿט אונדז מבֿטל צו זײַן די באַריערן פֿון אונדזער גאווהדיקן "עגאָ", וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, צוליב וועלכער אונדז דאַכט זיך, אַז מיר זענען ווײַט פֿונעם אייבערשטן. אין אַנדערע ווערטער, מיר מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון אונדזער אייגענעם "עגאָ" לטובֿת דעם באַשעפֿער, כּדי משׂיג צו זײַן, אַז מיר אַליין זענען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף. בײַ איינעם פֿון די אָוונט־קאָנצערטן בעת דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין יולי איז אויפֿגעטראָטן אייווערי גאָספֿילד און איר טרופּע "לוטשידאַריום" (Lucidarium). די גרופּע איז געקומען פֿון צפֿון-איטאַליע, אָבער זיי זענען וועלט־באַקאַנט פֿאַר זייער פֿאָרשטעלונג פֿון אייראָפּעיִשע לידער פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה. צום קאָנצערט אין ווײַמאַר האָבן זיי צוגעגרייט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, אויף וועלכער זיי אַרבעטן שוין אַ לענגערע צײַט, פֿון אַלטע אַשכּנזישע ייִדישע לידער. די פּראָגראַם הייסט "אײַן נויע ליד: ווען ייִדיש איז יונג געווען". אַ גרויסע פֿאָרש־אַרבעט האָט געמאַכט די מיט־דירעקטאָרין פֿון "לוטשידאַריום", אייווערי גאָספֿילד, כּדי צוזאַמענצושטעלן די לידער, וואָס זענען הונדערטער יאָר אַלט. אַ טייל פֿון דער פֿאָרשונג באַשטייט אין רעקאָנסטרויִרן די לידער, כּדי מע זאָל זיי קענען זינגען, ווײַל, בדרך־כּלל, האָבן זיך אָפּגעראַטעוועט אַ סך פֿון די טעקסטן צו די לידער, אָבער נאָר געציילטע מעלאָדיעס. דער "לוטשידאַריום"־קאָנצערט האָט אויך אַרויסגעהויבן די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע קולטורן אין יענער צײַט. בעת דעם 16טן יאָרהונדערט האָבן ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזישע ייִדן זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר אויף מיזרח — פֿון דײַטשלאַנד אַרײַן קיין פּוילן — נאָר אויך אויף דרום — אין צפֿון איטאַליע — און אויף מערבֿ — אין אַמסטערדאַם. די אַשכּנזישע קהילה האָט אַרײַנגענומען עטלעכע לענדער אין מערבֿ־, מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע. ביכער וואָס מע האָט געדרוקט אין פֿאַרלאַגן אין איטאַליע האָט מען געלייענט אין לובלין, פּראָג און פֿראַנקפֿורט. די קונסט־אויסשטעלונג "ליאָנעל פֿײַנינגער: בײַם ראַנד פֿון דער ערד" האָט זיך געעפֿנט אין "וויטני־מוזיי" אין ניו־יאָרק סוף יוני און וועט בלײַבן אויסגעשטעלט ביז מיטן פֿון אָקטאָבער 2011. פֿײַנינגער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע קינסטלער אין דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אָבער די דאָזיקע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג, די ערשטע אין לאַנד אין 45 יאָר, וועט אַנטפּלעקן אַ טיפֿערן און ברייטערן קינסטלער. ליאָנעל פֿײַנינגער (1871—1956) שטאַמט פֿון די דײַטשן אין ניו־יאָרק. ס'איז נישט קלאָר, צי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן צי נישט. זײַן טאַטע איז געווען אַ מוזיקער, און ווען דער 16־יאָריקער ליאָנעל איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איז דער ציל געווען ממשיך צו זײַן זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג; צו זײַן טאַטנס פֿאַרדראָס, האָט ער אין גיכן געביטן דעם פֿאָקוס פֿון זײַן שטודיע אויף קונסט. אַזוי ווי ער האָט פֿאַרברענגט 50 יאָר אין דײַטשלאַנד, ווערט ער אָפֿט פֿאַררעכנט ווי אַ דײַטשער קינסטלער, אָבער די אויסשטעלונג הייבט אַרויס דווקא די צוויי־בירגערישקייט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. אין 1894 האָט ער אָנגעהויבן צייכענען פּאָליטישע קאַריקאַטורן און סאַטירשע אילוסטראַציעס אין דײַטשע וואָכנבלעטער און האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קאַריקאַטוריסט. אין אַמעריקע האָט די צײַטונג "שיקאַגע זונטיק טריבון" אים פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ וועכנטלעכע בילדערשטרײַף, און זײַנע צוויי קאָמיקס־רובריקן "Wee Willie Winkies World" און "The Kin-der-kids", מיט זייער עקספּערימענטאַלישן כאַראַקטער, האַלט מען ווי פּיאָנערישע ווערק אין דער געשיכטע פֿון קאָמיקס. זײַן חוש פֿון הומאָר, און ליבשאַפֿט צו פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דעם קונסט־זשאַנער. אין דער אויסשטעלונג פֿאַרשאַפֿן די עטלעכע פֿילפֿאַרביקע זײַטן קאָמיקס פֿון די אַלטע צײַטונגען אַ קינדערישע הנאה בײַם עולם. דער גרינדער און דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "דזשיי־סטריט", דזשעראַמי בן-עמי, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַ בוך מיטן טיטל: "אַ נײַ קול פֿאַר ישׂראל: קעמפֿן פֿאַר דעם קיום פֿון דער ייִדישער נאַציע" A New Voice for Israel: Fighting for the Survival of the Jewish) (Nation. "דזשיי-סטריט" דעפֿינירט זיך ווי אַ פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל אַמעריקאַנער שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע (לאַבי), וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט קנאַפּע דרײַ יאָר צוריק און האָט שוין דערגרייכט אַ ממשותדיקע צאָל שטיצערס (אַרום 180 טויזנט). דאָס בוך איז געשריבן אין דער ערשטער פּערזאָן און ס׳איז האַלב אויטאָביאָגראַפֿיש און האַלב וועגן דעם פּאָליטישן הינטערגרונט פֿון "דזשיי-סטריטס" גרינדונג. אינעם ערשטן טייל ווערט דערציילט ווי זײַן זיידע האָט זיך צעבונטעוועט קעגן דער פֿרומער סבֿיבֿה פֿון חב״ד, וווּ דער אָרטיקער חב״ד־רבי האָט אים געזאָגט ניט אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, ווײַל דער משיח איז נאָך ניט געקומען, און איז עולה געווען אין 1881 (אַ תּקופֿה, וואָס ווערט איצט גערעכנט ווי "די ערשטע עליה"). זײַן טאַטע "דער סאַברע" איז אַריבער פֿונעם סאָציאַליסטיש-ציוניסטישן לאַגער צו דעם רעכטן אצ״ל (די ראָשי-תּיבֿות פֿון: ארגון צבֿאי לאומי, אַ מיליטערישע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע) פֿון זשאַבאָטינסקין מיטן ציל צו ראַטעווען וואָס מער פֿון די גערודפֿטע ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה. אויף זייערע באַמיִונגען אין יענער צײַט האָט די ציוניסטישע פֿירערשאַפֿט — אין באַשטאַנד פֿונעם לינקן ציוניסטישן לאַגער — געקוקט מיט אַ בייז אויג. און יצחק בן-עמי האָט דער מדינה און בן-גוריונען קיינמאָל ניט געקענט מוחל זײַן פֿאַרן דערטרינקן די שיף "אַלטאַלענאַ" (יצחק איז אַליין געווען אויף איר) און האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע, וווּ ער איז לכתּחילה געהאַט געפֿאָרן ווי אַ געלט-זאַמלער פֿאַרן אצ״ל. דער זון דזשעראַמי, וואָס איז שוין געבוירן געוואָרן אין דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט געגעבן אַ ספּעציעלן אינטערוויו דעם "פֿאָרווערטס" אין שײַכות מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן פֿון זײַן בוך: געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים. מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין. איך האָב נישט אַנטדעקט אַמעריקע לגבי האַרטנעקיקע מענטשן וואָס זײַנען פֿאַרקנעכט צו זייערע איבערצײַגונגען. אַ סך מאָל פֿאַרוואַנדלען זיי זיך אין אומטאָלעראַנטע דעמאַגאָגן, עקסטרעמיסטן, און בעלי־כּוח. די וועלט פֿאַרמאָגט אַ שלל פֿון דעם מין, און מיר ייִדן אויך. אָט וועל איך אָנכאַפּן אַזאַ געניאַלן הומאָריסט און שרײַבער ווי משה נאַדיר (יצחק רײַז). ער איז געווען פֿאַרבלענדט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; וואָס הייסט פֿאַרבלענדט!? געשריבן ביכער און לידער, עסייען און אַרטיקלען מיט לויב־געזאַנגען פֿאַרן רויטן גן־עדן. דאָס האָט ער געטאָן אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. ממש ס׳האָבן זיך אויף אונדז ייִדן אַראָפּגעלאָזט משיחס צײַטן, כאָטש נעם און פּאַק אײַן דאָס פּעקל מיט זעקל און קוליע זיך אַריבער צו די ווײַסע בערן. די פּען האָט ער געקענט האַלטן אין האַנט, האָט ער זי באַנוצט ווי אַ שווערד, אָפּצוהאַקן קעפּ פֿון יענע וואָס גלייבן אים נישט. ער האָט געשטורעמט אויף דער ליטעראַרישער קאָנקורענציע, זיי אָנגערופֿן מיט יום־טובֿדיקע נעמען און געשאָלטן מיט דער בלאָטע צו גלײַך. איז געקומען אַ צײַט, און ער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געמאַכט אַ רײַזע אַהין, וווּ די זון לײַכט אַ גאַנצן מעת־לעת, וווּ מ׳באָדט זיך אין פּאָמעראַנצן־זאַפֿט, וווּ די צונג ליגט נישט, כּלומרשט, אין קימפּעט און מ׳מעג זי לאָזן לויפֿן וווּהין דאָס האַרץ גלוסט. געזען האָט ער פּלוצעם דאָס פֿאַרקערטע: אַ גיהנום, הונגער, נויט, אַרעסטן, אומשולדיקע קרבנות, פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע און שולן, טעאַטער און קונסט. אײַ! האָט ער זיך געקראַצט אין דער פּאה און באַשלאָסן, אַז רויט איז טויט. |