קונסט
אויטאָ־פּאָרטרעט, 1915
אויטאָ־פּאָרטרעט, 1915

די קונסט־אויסשטעלונג "ליאָנעל פֿײַנינגער: בײַם ראַנד פֿון דער ערד" האָט זיך געעפֿנט אין "וויטני־מוזיי" אין ניו־יאָרק סוף יוני און וועט בלײַבן אויסגעשטעלט ביז מיטן פֿון אָקטאָבער 2011. פֿײַנינגער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע קינסטלער אין דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אָבער די דאָזיקע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג, די ערשטע אין לאַנד אין 45 יאָר, וועט אַנטפּלעקן אַ טיפֿערן און ברייטערן קינסטלער.

ליאָנעל פֿײַנינגער (1871—1956) שטאַמט פֿון די דײַטשן אין ניו־יאָרק. ס'איז נישט קלאָר, צי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן צי נישט. זײַן טאַטע איז געווען אַ מוזיקער, און ווען דער 16־יאָריקער ליאָנעל איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איז דער ציל געווען ממשיך צו זײַן זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג; צו זײַן טאַטנס פֿאַרדראָס, האָט ער אין גיכן געביטן דעם פֿאָקוס פֿון זײַן שטודיע אויף קונסט. אַזוי ווי ער האָט פֿאַרברענגט 50 יאָר אין דײַטשלאַנד, ווערט ער אָפֿט פֿאַררעכנט ווי אַ דײַטשער קינסטלער, אָבער די אויסשטעלונג הייבט אַרויס דווקא די צוויי־בירגערישקייט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן.

אין 1894 האָט ער אָנגעהויבן צייכענען פּאָליטישע קאַריקאַטורן און סאַטירשע אילוסטראַציעס אין דײַטשע וואָכנבלעטער און האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קאַריקאַטוריסט. אין אַמעריקע האָט די צײַטונג "שיקאַגע זונטיק טריבון" אים פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ וועכנטלעכע בילדערשטרײַף, און זײַנע צוויי קאָמיקס־רובריקן "Wee Willie Winkies World" און "The Kin-der-kids", מיט זייער עקספּערימענטאַלישן כאַראַקטער, האַלט מען ווי פּיאָנערישע ווערק אין דער געשיכטע פֿון קאָמיקס. זײַן חוש פֿון הומאָר, און ליבשאַפֿט צו פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דעם קונסט־זשאַנער. אין דער אויסשטעלונג פֿאַרשאַפֿן די עטלעכע פֿילפֿאַרביקע זײַטן קאָמיקס פֿון די אַלטע צײַטונגען אַ קינדערישע הנאה בײַם עולם.

ערשט אין 1907, צו 36 יאָר, האָט פֿײַנינגער אָנגעהויבן צו מאָלן. די ערשטע מאָלערײַען זײַנע שפּיגלען אָפּ די השפּעה פֿון דער קאַריקאַטור־קונסט, ווי אויך פֿון דער נײַער דײַטשער עקספּרעסיאָניסטישער באַוועגונג, "די בריקע". "קאַרניוואַל" איז געווען די באַליבטע טעמע אין זײַנע ווערק צו יענער צײַט. מיט זייערע אומרעאַליסטישע פֿיגורן און קרומע פּערספּעקטיוון שטייען אין קאָנטראַסט די קאַרנאַוואַל־בילדער צו די שפּעטערע מער (אפֿשר צו) ערנסטע בילדער.

פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט פֿײַנינגער אײַנגעזאַפּט די קוביסטישע קונסט און ער האָט זיך געהאַלטן בײַ דעם סטיל זײַן גאַנץ לעבן. פֿאַר אים האָט קוביזם פֿאַרשטאַרקט דעם נאַטירלעכן סדר פֿון דער וועלט און ריטמען פֿון דער נאַטור. צו דער צײַט ווען די ערשטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן, האָבן אים זײַנע קאַנוועס געבראַכט גוט געלט; אָבער פֿײַנינגער איז אָפֿיציעל געוואָרן אַ "פֿרעמדער שׂונא" פֿון דײַטשלאַנד. אין 1919, נאָכן קריג האָט וואָלטער גראָפּיוס, דער גרינדער פֿון דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אים פֿאַרבעטן צו קומען קיין ווײַמאַר און ווערן דער ערשטער פּראָפֿעסאָר אין דער שול. זײַן צייכענונג פֿון "באַוהאַוז": אַ קאַטעדראַל מיט דרײַ שפּיצן מיט פֿאַלנדיקע שטערנס אינעם הינטערגרונט איז געוואָרן דער סימבאָל פֿון דער שול.

"באַוהאַוז" האָט געשטרעבט צו פֿאַראייניקן אַלע מינים וויזועלע קונסטן אונטער איין דאַך — אַרכיטעקטור, מעבלערײַ, דעזײַן און דרוקערײַ. ווי באַוווּסט, זענען אַ צאָל בנינים פֿון די 1930ער יאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ געבויט לויטן "באַוהאַוז"־סטיל, און דאָס שאַפֿט אין געוויסע געגנטן אַ סבֿיבֿה פֿון אייראָפּעיִשקייט אין דער שטאָט. פֿײַנינגער, דער שעף פֿונעם גראַפֿישן־קונסט־אָפּטייל איז געבליבן מיט "באַוהאַוז" ביז 1933, ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט און געשלאָסן די שול. אַ דאַנק זײַנע ווערק, געשאַפֿן אין דער שול, איז פֿײַנינגער געוואָרן אָנערקענט ווי אַן אָנפֿירנדיקער קינסטלער אין לאַנד. אין 1931 האָט מען אים געמאַכט אַ ריזיקע רעטראָספּעקטיוו־אויסשטעלונג אין דער "נאַציאָנאַלער גאַלעריע" אין בערלין.

קאַרנאַוואַל אין אַרקוי, 1911
קאַרנאַוואַל אין אַרקוי, 1911

פֿײַנינגערס קונסט האָבן די נאַציס געהאַלטן פֿאַר דעגענעראַטן־קונסט און דערצו איז זײַן פֿרוי, דזשוליאַ בערג, געווען אַ ייִדיש־קינד; זענען זיי געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1937. זעט אויס, דער שאָק פֿון פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד איז געווען אַזוי גרויס, אַז ערשט אין 1939 הייבט ער ווידער אָן צו מאָלן. אין אַמעריקע האָט מען פֿײַנינגערן נישט געקענט. צו ביסלעך האָט ער זיך אײַנגעלעבט אין מאַנהעטן און די הויכע וואָלק־קראַצערס פֿלעגט ער אָפֿט מאָלן אין זײַנע געאָמעטרישע מאָלערײַען, וואָס מאַכן אַ רושם מיט זייער אוטאָפּישקייט.

די איצטיקע אויסשטעלונג האָט אויך אַרײַנגענומען די מוזיקאַלישע זײַט פֿון פֿײַנינגער. צווישן 1921 און 1927 האָט ער געשאַפֿן 12 פֿוגעס פֿאַרן אָרגל על־פּי יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך. אין פֿאַרבינדונג מיט דער אויסשטעלונג, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט אין "קאַרנעגי־האָל", דעם 21סטן אָקטאָבער, מיט דרײַ פֿון פֿײַנינגערס פֿוגעס, געשפּילט פֿונעם "אַמעריקאַנער סימפֿאָניע־אָרקעסטער".

דער אַדרעס פֿונעם "וויטני־מוזיי": ראָג 75סטע גאַס און מאַדיסאָן עוועניו אין מאַנהעטן.