אייווערי גאָספֿילד |
בײַ איינעם פֿון די אָוונט־קאָנצערטן בעת דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין יולי איז אויפֿגעטראָטן אייווערי גאָספֿילד און איר טרופּע "לוטשידאַריום" (Lucidarium). די גרופּע איז געקומען פֿון צפֿון-איטאַליע, אָבער זיי זענען וועלט־באַקאַנט פֿאַר זייער פֿאָרשטעלונג פֿון אייראָפּעיִשע לידער פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה. צום קאָנצערט אין ווײַמאַר האָבן זיי צוגעגרייט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, אויף וועלכער זיי אַרבעטן שוין אַ לענגערע צײַט, פֿון אַלטע אַשכּנזישע ייִדישע לידער. די פּראָגראַם הייסט "אײַן נויע ליד: ווען ייִדיש איז יונג געווען".
אַ גרויסע פֿאָרש־אַרבעט האָט געמאַכט די מיט־דירעקטאָרין פֿון "לוטשידאַריום", אייווערי גאָספֿילד, כּדי צוזאַמענצושטעלן די לידער, וואָס זענען הונדערטער יאָר אַלט. אַ טייל פֿון דער פֿאָרשונג באַשטייט אין רעקאָנסטרויִרן די לידער, כּדי מע זאָל זיי קענען זינגען, ווײַל, בדרך־כּלל, האָבן זיך אָפּגעראַטעוועט אַ סך פֿון די טעקסטן צו די לידער, אָבער נאָר געציילטע מעלאָדיעס. דער "לוטשידאַריום"־קאָנצערט האָט אויך אַרויסגעהויבן די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע קולטורן אין יענער צײַט.
בעת דעם 16טן יאָרהונדערט האָבן ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזישע ייִדן זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר אויף מיזרח — פֿון דײַטשלאַנד אַרײַן קיין פּוילן — נאָר אויך אויף דרום — אין צפֿון איטאַליע — און אויף מערבֿ — אין אַמסטערדאַם. די אַשכּנזישע קהילה האָט אַרײַנגענומען עטלעכע לענדער אין מערבֿ־, מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע. ביכער וואָס מע האָט געדרוקט אין פֿאַרלאַגן אין איטאַליע האָט מען געלייענט אין לובלין, פּראָג און פֿראַנקפֿורט.
דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַלטן נוסח פֿון "צור משלו אַכלנו", פֿון די שבתדיקע זמירות, וואָס מען האָט געפֿונען אין אַ כּתבֿ־יד פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, פֿון דרום־דײַטשלאַנד. אַ קריסטלעכער העברעיִסט האָט עס פֿאַרשריבן. די מעלאָדיע, מיט וועלכער די גרופּע האָט געשפּילט "מעוז צור", שטאַמט פֿון אַ קריסטלעך ליד פֿון די דײַטשע לוטעראַנען. גאָספֿילד האַלט, אַז די דײַטשע ייִדן האָבן איבערגעניצעוועט די קריסטלעכע מעלאָדיעס וואָס מע האָט געהערט אַרום זיך אָן שום פּראָבלעם.
בעת דעם קאָנצערט האָט מען געזונגען "דאָס ליד פֿון דער שׂרפֿה אין ווענעדיג" אין ייִדיש; אַ ליד פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס ס'האָט מחבר געווען אליהו בחור. אויך עטלעכע שטעלן פֿון זײַן באַקאַנטן "בבֿא־בוך" האָט מען געזונגען. אליהו בחור שרײַבט בײַם אָנהייב פֿון דעם דאָזיקן ווערק, אַז מע זאָל די פּאָעמע זינגען מיט דער מעלאָדיע פֿון אַ באַקאַנט ליד, אָבער אַזוי ווי מע קען ניט הײַנט די דאָזיקע מעלאָדיע, האָט גאָספֿילד געפֿונען אַן אַנדער מעלאָדיע פֿון ווענעציע פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. נאָך אַ ליד אויף ייִדיש, מיט איטאַליענישע ווערטער אַרײַנגעמישט, וואָס מע האָט געזונגען בײַם קאָנצערט, איז געווען "אײַן קינד פֿון אײַנען יאָר" פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. די מעלאָדיע פֿאַר "אײַ! וואַרום ווילסטו הינוועקן ציִען?", אַן אַנאָנים ליד אויף ייִדיש, וואָס מע האָט געפֿונען אין דער אָקספֿאָרדער באָדעליאַנער ביבליאָטעק, האָט גאָספֿילד גענומען פֿונעם רענעסאַנץ־קאָמפּאָזיטאָר מ. פֿראַנק.
דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אייווערי גאָספֿילד איז געקומען אויף אַ ייִדישער קולטור־אונטערנעמונג. געוויינטלעך, פֿאַרברענגט זי אין דער סבֿיבֿה פֿון "פֿריִער מוזיק". "אַ נײַע וועלט האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר מיר און איך האָב זיך באַקענט מיט מענטשן, וועמענס ווערק איך האָב פֿריִער געהאַט געלייענט, אָבער נישט געקענט פּנים־אל־פּנים", האָט זי דערציילט. איר מאַן, פֿראַנציס בידזשי, אַן איטאַליענער, רעקאָרדירט בײַ די אַלטע איטאַליענער זייערע פֿאָלקסלידער. אין איטאַליע לעבט נאָך אַ טראַדיציע פֿון זינגענדיקע פֿאָלקספּאָעטן, און מע קען געפֿינען פּאַראַלעלן צווישן זיי און די אַמאָליקע וואַנדערנדיקע טרובאַדורן אין אייראָפּע; צווישן זיי, אויך ייִדן. ווי באַקאַנט, האָט אליהו בחור געשריבן זײַנע ווערק אין אָטאַוואַ־רימאַ, אַכט געגראַמטע שורות, און די פּאָעטישע פֿאָרעם האָט ער געליִען פֿון די אַרומיקע איטאַליענער. נאָך הײַנט זינגט מען אין איטאַליע לידער אין "אָטאַוואַ־רימאַ" און גאָספֿילד געפֿינט מעגלעכע פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישע און איטאַליענישע טראַדיציעס, וואָס זי פֿלעכט אַרײַן אין אירע מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען.
אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אַשכּנזישער מוזיקאַלישער ירושה זענען די פּיוטים, געשריבן אינעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט. גאָספֿילד באַמיט זיך צו געפֿינען פּאַסיקע מעלאָדיעס פֿאַר די פּיוטים־טעקסטן, אַפֿילו ווען זיי שטאַמען פֿון שפּעטערדיקע נוסחאָות פֿונעם זעלביקן פּיוט. נאָך אַ מקור פֿאַר איר גרופּע זענען די לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן נאָך טראַגישע געשעענישן, ווי די פֿריִער דערמאָנטע שׂרפֿה־ליד פֿון אליהו בחור. "אליהו בחור האָט אַ סך געשאַפֿן און מע וואָלט געקענט צונויפֿשטעלן אַ קאָנצערט נאָר פֿון זײַנע זאַכן", באַטאָנט גאָספֿילד.
גאָספֿילדס זיידע־באָבעס שטאַמען פֿון ווײַס־רוסלאַנד אָבער קיין ייִדיש קען זי נישט פֿון דער היים. איטאַליע איז איר נײַע היים און זי איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די ייִדן דאָרטן. "הײַנט וווינען אַן ערך 35,000 ייִדן אין איטאַליע, אָבער אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן דאָרטן געוווינט אַרום 150,000 ייִדן"; אַזוי פֿיל מאַנוסקריפּטן וואָס ליגן אין די ביבליאָטעקן, וואַרטן דאָרטן אויף אַ תּיקון.
אין דער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע האָט זי שטודירט דעם רעקאָרדער און האָט זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם, אַריבערגעפֿאָרן דערנאָך קיין באַזעל, צו שטודירן ווײַטער די מוזיק פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה. הײַנט, פֿאָרט זי אַרום און פֿירט אָן מיט וואַרשטאַטן, נישט דווקא וועגן אַלטער ייִדישער מוזיק, נאָר וועגן רענעסאַנץ־מוזיק בכלל. ווען איך האָב איר געזאָגט, אַז ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער זענען נישט אַלע מסכּים מיט דעם, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרמאָגט שפּילמענער (טרובאַדורן) וואָס פֿלעגן אַרומגיין און זינגען די לידער (מאַקס עריק האָט געטענהט, אַז יאָ, אָבער חנא שמערוק האָט באַוויזן, אַז ניין), ענטפֿערט גאָספֿילד, אַז זי זעט נישט פֿאַר וואָס די ייִדן זאָלן אויך נישט האָבן געהאַט אַזאַ טראַדיציע — "ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך".
"לוטשידאַריום" האָט זי געגרינדעט מיט 20 יאָר צוריק. זי האָפֿט, אַז זי און די גאַנצע גרופּע וועלן ווײַטער אָנטיילנעמען אין די ייִדישע פֿעסטיוואַלן, ווײַל זיי שטעלן פֿאָר אַ טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע וואָס איז ווייניק באַקאַנט. אַפֿילו ווען די לידער קלינגען ווי די דײַטשע לידער פֿון יענער צײַט, זאָל מען דאָס אויך וויסן...