פּערזענלעכקײטן
משה נאַדיר, שאַרזש פֿון זוני מאַוד
משה נאַדיר, שאַרזש פֿון זוני מאַוד

איך האָב נישט אַנטדעקט אַמעריקע לגבי האַרטנעקיקע מענטשן וואָס זײַנען פֿאַרקנעכט צו זייערע איבערצײַגונגען. אַ סך מאָל פֿאַרוואַנדלען זיי זיך אין אומטאָלעראַנטע דעמאַגאָגן, עקסטרעמיסטן, און בעלי־כּוח. די וועלט פֿאַרמאָגט אַ שלל פֿון דעם מין, און מיר ייִדן אויך.

אָט וועל איך אָנכאַפּן אַזאַ געניאַלן הומאָריסט און שרײַבער ווי משה נאַדיר (יצחק רײַז). ער איז געווען פֿאַרבלענדט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; וואָס הייסט פֿאַרבלענדט!? געשריבן ביכער און לידער, עסייען און אַרטיקלען מיט לויב־געזאַנגען פֿאַרן רויטן גן־עדן. דאָס האָט ער געטאָן אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. ממש ס׳האָבן זיך אויף אונדז ייִדן אַראָפּגעלאָזט משיחס צײַטן, כאָטש נעם און פּאַק אײַן דאָס פּעקל מיט זעקל און קוליע זיך אַריבער צו די ווײַסע בערן. די פּען האָט ער געקענט האַלטן אין האַנט, האָט ער זי באַנוצט ווי אַ שווערד, אָפּצוהאַקן קעפּ פֿון יענע וואָס גלייבן אים נישט. ער האָט געשטורעמט אויף דער ליטעראַרישער קאָנקורענציע, זיי אָנגערופֿן מיט יום־טובֿדיקע נעמען און געשאָלטן מיט דער בלאָטע צו גלײַך.

איז געקומען אַ צײַט, און ער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געמאַכט אַ רײַזע אַהין, וווּ די זון לײַכט אַ גאַנצן מעת־לעת, וווּ מ׳באָדט זיך אין פּאָמעראַנצן־זאַפֿט, וווּ די צונג ליגט נישט, כּלומרשט, אין קימפּעט און מ׳מעג זי לאָזן לויפֿן וווּהין דאָס האַרץ גלוסט. געזען האָט ער פּלוצעם דאָס פֿאַרקערטע: אַ גיהנום, הונגער, נויט, אַרעסטן, אומשולדיקע קרבנות, פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע און שולן, טעאַטער און קונסט. אײַ! האָט ער זיך געקראַצט אין דער פּאה און באַשלאָסן, אַז רויט איז טויט.

ווען ער איז צוריקגעקומען, האָט ער גענומען רודפֿן פּונקט דאָס פֿאַרקערטע, אײַנגעבעטן זיך בײַ די ליטעראַטן זיי זאָלן אים מוחל זײַן ווײַל זײַנע הענט האָבן "פֿאַרגאָסן דאָס דאָזיקע בלוט." פֿאַרשטייט זיך, אַז צוריק גייט אַ קאָזע, קיינער האָט אים נישט מוחל געווען, און בײַ זײַן קבֿורה אין 1943, האָט שמואל ניגער, דער ליטעראַטור־קריטיקער, זיך געזעגנט מיט אים בײַם קבֿר בזה־הלשון:

"זײַ געזונט נאַדיר!"

אַנטקעגן וואָס איז מיר אויפֿגעקומען אויפֿן זינען אָט דער עפּיזאָד? אַנטקעגן דעם וואָס איך האָב זיך אײַנגעשפּאַרט אַמאָל, בעת איך האָב אַדורכגעמאַכט מײַן גראַדויִר־פּראָגראַם אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אָנצושרײַבן אַן אַרבעט וועגן משה נאַדירן, און פֿאַרוואָס דאָס נישט? האָב איך אָבער אָנגעטראָפֿן אויף אַ לינקן פּראָפֿעסאָר, וואָס איז געווען לינק־געשטימט. איז אים מײַן פֿאָרשלאָג נישט געווען צום האַרצן. ער האָט איין סעמעסטער אונדז דערלאַנגט אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון אַ טוץ ביכער צו לייענען און מיר איז קיין איינס פֿון זיי נישט געווען צום האַרצן. האָב איך זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר משה נאַדירן, ווײַל ער האָט אָנגעשריבן גאַנצע בערג ביכער, קאָמעדיעס, קאָמענטאַרן אויפֿן לעבן, פֿילאָסאָפֿישע אײַנפֿאַלן, פּאָעזיע, טעאַטער־שטיק, קינדער־ליטעראַטור וכו׳.

שלום־עליכם פֿלעגט זאָגן אויף משה נאַדירן, אַז ער איז ווי אַ פֿריש־געבאַקענער שניי וואָס צעגייט זיך ווי נאָר די זון באַווײַזט זיך. איך גלייב נישט, אַז דאָס איז געווען קינאת־סופֿרים, נאָר דער משל איז מיר דווקא געפֿעלן, כאָטש איך האָב נישט אײַנגעשטימט.

צוריק צו מײַן פּראָפֿעסאָר אין קאָלומביע. געהערט וואָס איך וויל טאָן, איז ער געוואָרן מלא־רציחה:

"סטײַטש, האָסט נישט גענוג די ביבליאָגראַפֿיע וואָס איך האָב אַרויסגעגעבן?"

דער זעלבער פּראָפֿעסאָר האָט טאַקע יאָרן־לאַנג געלערנט ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש, אָבער אין זײַנע רייד האָט זיך געשפּירט אַ מין אָפּשײַ, אַ מין נישט־פֿאַרגינערישקייט לטובֿת ייִדיש. איך האָב זיך געהאַלטן בײַם מײַניקן. עס האָט מיר טאַקע געקאָסט מײַן דאָקטאָראַט, אָבער איך בין אַלע מאָל נישט געווען קיין קאָנפֿאָרמיסטקע, נישט קיין מה־יפֿיתניצע, נישט קיין לעקערקע. דעריבער האָב איך געצאָלט דערפֿאַר אַ נישקשהדיקע שטראָף.

האָב איך געשריבן וועגן משה נאַדירן, וועגן זײַנע מעלות און חסרונות, וועגן זײַן שאַרפֿער צונג, נישט רעכענענדיק זיך מיט זײַן אַרום, און שפּעטער זײַן ווידוי. בכלל, אַן אינטערעסאַנטע פֿיגור אין ייִדיש ליטעראַרישן לעבן אין אַמעריקע. ס׳האָט גענומען חדשים ביז מײַן פּראָפֿעסאָר האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ צייכן. אַלע האָבן שוין באַקומען זייערע דאָקטאָראַטן — אַ חוץ די תּלמידות. ער האָט פֿון זײַנע תּלמידות ווייניק וואָס געהאַלטן און קיין איינע פֿון זיי האָט נישט זוכה געווען צום דאָקטאָראַט־צײַגעניש. איז משה נאַדיר געווען עקסטרעם־לינק און עקסטרעם־רעכט, ווײַל די פֿאַנאַטיש־גלייביקע אין איין שיטה, בײַטן די פּעלץ און ווערן פֿאַנאַטיש־עקסטרעם אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג.

האָבן מיר געקענט אַזאַ ייִד ווי בען דוואָרקין. דער דוואָרקין האָט חתונה געהאַט מיט יהואשעס טאָכטער חוה. יהואש איז בײַ אונדז געווען אַ שרײַבער און פּאָעט פֿון גרויס פֿאַרנעם, און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָט דער יהואש איבערגעזעצט דעם גאַנצן תּנ״ך אויף אַ ליטעראַרישן, פּאָעטישן ייִדיש. ביז הײַנט איז עס באַקאַנט ווי די בעסטע איבערזעצונג אויף ייִדיש בײַ ייִדן.

מילא, אָט דער בען דוואָרקין, דער איידעם פֿון יהואשן, אַז געווען אַ פֿאַרביסענער אַטעיִסט; וואָס הייסט פֿאַרביסן!? ער האָט צוגעגרייט יום־כּיפּור־בעלער, געווען חזיר־טריף, געגעסן שינקע אום יום־כּיפּור בפֿרהסיא, און דאָס אַלץ אָפּצוטאָן גאָט אויף צו־להכעיס. נו, אַז אַ פֿאַרביסענער אַטעיִסט בײַט דאָס רענדל, נישט חלילה שמד, נאָר פֿון לינק אויף רעכט, איז ער דער זעלבער פֿאַרביסענער פֿרומאַק. נישט נאָר ווערט ער אַ בעל־תּשובֿה, נאָר אַ פֿאַרביסענער בעל־תּשובֿה.

מאַכט זיך, מיר וווינען אין ארץ־ישׂראל, קוקן אויף טעלעוויזיע. עס באַווײַזט זיך אַן "אל־על"־עראָפּלאַן. אין יענע צײַטן האָט מען נאָך באַדאַרפֿט אַרונטערגיין אַ שלל מיט טרעפּלעך וואָס מען האָט צוגעטשעפּעט צום אַרויסגאַנג פֿון עראָפּלאַן, און דאָ באַווײַזן זיך אַ כאָפּטע זשורנאַליסטן, פֿאָטאָגראַפֿיסטן און מ׳קנאַקט מיט די לעמפּלעך אַז עס גייט אַ רויך. אין טיר פֿון עראָפּלאַן באַווײַזט זיך אַן עלטערער פֿרומער ייִד, אין אַ קיטל, אײַנגעוויקלט אין טלית, מיט אַ ספֿר־תּורה אין די הענט, אויפֿן קאָפּ אַ שטרײַמל. מ׳העלפֿט אים אַראָפּצוגיין פֿון די טרעפּלעך. ער איז באַלײַכט און דאָס פּנים שײַנט פֿון פֿרייד. סוף־כּל־סוף, אָנגעקומען אין הייליקן לאַנד, אין לאַנד פֿון די אָבֿות און אמהות, אין לאַנד פֿון חומש און תּורה, וווּ יעדעס שטיינדעלע איז הייליק.

דער ייִד קומט אַראָפּ פֿון עראָפּלאַן, וויינט פֿאַר פֿרייד און וואַרפֿט זיך קושן די ערד, און ווי ער הייבט אויף דעם קאָפּ, דערקענען מיר בען דוואָרקין, דעם אַמאָליקן טריפֿיניאַק.

איז וווּ ליגט דאָ דער הונט באַגראָבן. נישט אַנדערש ווי די אַלע עקסטרעמיסטן קענען נישט אײַנהאַלטן זיך. זיי מוזן דינען אַ נײַעם גאָט, וועלכן "־יזם" עס זאָל נישט זײַן, אַ חוץ ייִדישיזם. איז הײַנט, ווען איך הער פֿון מענטשן וואָס נעמען אַן עקסטרעמע פּאָזיציע — צי דאָס איז אין פּאָליטיק, צי פֿרומקייט, ווייס איך שוין מיט וועמען איך האָב דאָ צו טאָן.

איז אַזוי ליבע פֿרײַנד. לאָמיר זיך דערבאַרעמען איבער אונדזערע עקסטרעמע אײַנשטעלונגען, און עסן קרעפּלעך.