קונסט
באָריס אַראָנסאָן
באָריס אַראָנסאָן

די מאָסקווער אויסשטעלונג פֿון די טעאַטראַלישע ווערק פֿונעם קינסטלער באָריס (ברוך) אַראָנסאָן (1898—1980) איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ און פּאַריז. אַראָנסאָן איז געווען מצליח אין זײַן קאַריערע ווײַל ער האָט באַוויזן צו טאָן אַלץ צו דער ריכטיקער צײַט. געבוירן אין דער שטאָט נעזשין אין אוקראַיִנע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, וווּ זײַן טאַטע האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם שטאָט־רבֿ. דאָרט האָט ברוך שטודירט צוערשט חומש און גמרא און דערנאָך מאָלערײַ. אין גיכן איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם קרײַז פֿון באַגאַבטע יונגע ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַרום די צענטראַלע פֿיגורן פֿון אוקראַיִנישן אַוואַנגאַרד, אַלעקסאַנדר מוראַשקאָ און אַלעקסאַנדראַ עקסטער.

די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג איז געווען זייער פּראָדוקטיוו פֿאַר אַראָנסאָן און זײַנע חבֿרים. אין דער נײַ־געשאַפֿענער "קולטור־ליגע" האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן קינסטלער און ליטעראַטן. דער שפּיצפּונקט פֿון זייער טעטיקייט איז געווען די אויסשטעלונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט אין 1920, מיט אַראָנסאָן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט. אָבער אין גיכן איז די "קולטור־ליגע" געוואָרן "באָלשעוויזירט", און אַראָנסאָן איז אַוועק קיין מאָסקווע און דערנאָך קיין בערלין. אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און בהדרגה איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

אַראָנסאָנס וועג אין קונסט איז ענלעך צו מאַרק שאַגאַלס. אָנגעהויבן ווי אַ ראַדיקאַלער אַוואַנגאַרדיסט בעת דער רוסישער רעוואָלוציע, האָט ער זיך שפּעטער גוט צוגעפּאַסט צו דעם געשמאַק פֿונעם פּובליקום אין אייראָפּע און אַמעריקע. שוין אין די 1930ער יאָרן האָט אַראָנסאָן אָנגעהויבן צו אַרבעטן פֿאַר די בראָדוויי־טעאַטערס, וווּ ער האָט שפּעטער געשאַפֿן די סאַמע באַרימטע ווערק זײַנע: די דעקאָראַציעס פֿאַר די מיוזיקלען "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", "קאַבאַרע" און אַנדערע. צווישן 1951 און 1976 האָט ער באַקומען זעקס מאָל די בכּבֿודיקע "טאָני"־פּרעמיע פֿאַר זײַנע דעקאָראַציעס און קאָסטיומען.

די דעקאָראַציעס פֿאַר דעם מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך"
די דעקאָראַציעס פֿאַר דעם מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך"

די קריטישע אָפּשאַצונגען פֿון אַראָנסאָנס ירושה לאָזן זיך טיילן אין צוויי גרופּעס. די געציילטע מומחים, וואָס פֿאַרנעמען זיך ספּעציעל מיטן ייִדישן אַוואַנגאַרד, באַטאָנען זײַן שליסל־ראָלע אין דעם אויספֿורעמען די פּראָגראַם פֿון ייִדישן קונסט־אַוואַנגאַרד ווי אַ סינטעטישער שמעלץ־סטיל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסטימלעכן פּרימיטיוו און אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. אויף דער שוועל פֿון די 1920ער יאָרן האָט אַראָנסאָן פֿאַרעפֿנטלעכט וויכטיקע אַרטיקלען און ביכער וועגן דער נײַער ייִדישער קונסט און זײַנע פֿאָרשטייער, אין וועלכע ער האָט אויסגעלייגט זײַן קאָנצעפּציע. דער עסיי "די וועגן פֿון דער ייִדישער מאָלערײַ" פֿון אַראָנסאָן און ישׂשׂכר־בער ריבאַק, וואָס איז אַרויס אין דעם זאַמלבוך "אויפֿגאַנג" (קיִעוו, 1919) בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע מאַניפֿעסטן פֿון ייִדישן מאָדערניזם.

די אַנדערע, מער פֿילצאָליקע גרופּע קריטיקער און קונסט־היסטאָריקער, האַלט זיך בײַ דער מיינונג, אַז דווקא אין אַמעריקע האָט אַראָנסאָן געשאַפֿן זײַנע בעסטע ווערק, וועלכע האָבן אים אַרויסגעבראַכט פֿונעם ייִדישן "געטאָ". זײַן קונסט האָט זיך בהדרגה באַפֿרײַט פֿון דעם ייִדישן אינהאַלט, אָבער ער איז פֿאַרבליבן געטרײַ די מאָדערניסטישע השׂגות וועגן דער פֿאָרעם און איר צענטראַלער פֿונקציע אין קונסט.

צום באַדויערן באַקומט דער באַזוכער פֿון דער מאָסקווער אויסשטעלונג אַ קנאַפּן באַגריף וועגן אַראָנסאָנס פֿילזײַטיקער שעפֿערישקייט. אַפֿילו די אונטערשריפֿטן צו די בילדער זײַנען איבערגעפּלאָנטערט, און עס זײַנען ניטאָ קיין דערקלערונגען וועגן די טעאַטער־ווערק, צו וועלכע זיי געהערן. דאָס רובֿ ווערק קומען פֿון אַ פּריוואַטער זאַמלונג אין פֿראַנקרײַך און שטאַמען פֿון די 1920ער—1930ער יאָרן, ווען אַראָנסאָן איז נאָך געווען טעטיק אין דעם ייִדישן קונסט־טעאַטער פֿון מאָריס שוואַרץ און אין דעם "אַרטעף"־טעאַטער אין ניו־יאָרק.

אַראָנסאָן האָט אָנגעהויבן זײַן אַמעריקאַנער קאַריערע אין דעם קליינעם "אונדזער טעאַטער" אין די בראָנקס. דאָ האָט ער דעקאָרירט די מאָדערניסטישע אויפֿפֿירונגען פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן רעפּערטואַר׃ "דער לעצטער סך־הכּל" פֿון דוד פּינסקין, "טאָג און נאַכט" פֿון ש. אַנ־סקין און "בראָנקס־עקספּרעס" פֿון אָסיפּ דימאָוו. דער סאַמע באַרימטער ספּעקטאַקל, וואָס אַראָנסאָן האָט צוגעגרייט פֿאַרן ייִדישן קונסט־טעאַטער, איז געווען גאָלדפֿאַדנס "דאָס צענטע געבאָט". די דאָזיקע אויפֿפֿירונג האָט באַקומען התלהבֿותדיקע אָפּרופֿן ניט נאָר פֿון ייִדישע, נאָר אויך פֿון ענגליש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער קריטיקער. און שוין אין די דאָזיקע דעקאָראַציעס און קאָסטיומען זעט מען בפֿירוש די עוואָלוציע פֿון דער ראַדיקאַלער דרייסטקייט פֿון אַוואַנגאַרד צו דער דעקאָראַטיווער שיינקייט פֿון מאָדערנער בירגערלעכער קונסט.

צווישן די סאַמע אָריגינעלע ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען די קאָסטיום־סקיצן פֿאַרן בערלינער טענצער ברוך אגדתי (באָריס קאַושאַנסקי), וועלכער איז געווען אויסן צו שאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן באַלעט אין אָריענטאַלישן סטיל. אַראָנסאָּן האָט געהאַלטן, אַז דער מהות פֿונעם נאַציאָנאַלן כאַראַקטער דריקט זיך אויס אין דינאַמיק, אין אייגנאַרטיקע ריטמען און באַוועגונגען. דער ציל פֿון זײַנע דעקאָראַציעס און קאָסטיומען איז געווען צו באַטאָנען, צומאָל מיט גראָטעסקע שטריכן, די אייגנאַרטיקייט פֿון דער ספּעציפֿיש ייִדישער באַוועגלעכקייט. חסידות, וואָס אַראָנסאָן האָט אויסגעטײַטשט לויט פּרצס נעאָ־ראָמאַנטישער שיטה, האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿן אָרט אין זײַן קונסט.

אַראָנסאָנס קינסטלערישע השׂגות וועגן דעם מאָדערנעם טעאַטער און וועגן דעם אָרט פֿון דעקאָראַציעס און קאָסטיומען דערין, זײַנען ניט געווען ביז גאָר אָריגינעל. ער האָט אויפֿגענומען און שעפֿעריש באַאַרבעט די אײַנפֿאַלן פֿון זײַנע קיִעווער און מאָסקווער לערער. אין זײַן יוגנט האָט ער צוגעפּאַסט די דאָזיקע אידעען צו דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קונסט. מיט יאָרן שפּעטער, ווען ער האָט זיך שוין געפֿילט היימיש אין דער אַמעריקאַנער קולטור, איז ער געווען בכּוח זיי צו רעאַליזירן אויף דער בינע פֿון בראָדוויי. ווי ער האָט אַליין דערקלערט, האָט ער געהאַט אַ גוטן מזל צו קומען קיין אַמעריקע אין דער "ריכטיקער צײַט".

די דעקאָראַציעס פֿאַר "טאָג און נאַכט" פֿון ש. אַנ־סקין, 1924
די דעקאָראַציעס פֿאַר "טאָג און נאַכט" פֿון ש. אַנ־סקין, 1924