פֿונעם אייביקן קוואַל

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים" און פֿאַרגליכן דעם סדר פֿון די חמישה-חומשי-תּורה מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — פֿון זײַענדיק אין זײַן מאַמעס בויך ביז דעם טאָג פֿון זײַן טויט.

אינעם חומש "ויקראָ" ווערט כּסדר באַטראַכט די קאָמפּליצירטע דיאַלעקטיק פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, איז דער אייבערשטער דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשלעכע נשמה. דער צוועק פֿון עבֿודת־השם איז דאָס דבֿקות פֿונעם מענטש מיט זײַן אייגענעם ג־טלעכן נשמה־עצם.

מע טאָר אָבער נישט שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דבֿקות צוליב אַן עגאָיִסטישן מאָטיוו; דערפֿאַר איז גרינגער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע דינט דעם רבונו־של־עולם ווי אַ געטרײַער קנעכט — הגם, אין דער אמתן, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון אונדז, און אונדזער עבֿודה לשם־שמים העלפֿט אונדז מבֿטל צו זײַן די באַריערן פֿון אונדזער גאווהדיקן "עגאָ", וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, צוליב וועלכער אונדז דאַכט זיך, אַז מיר זענען ווײַט פֿונעם אייבערשטן. אין אַנדערע ווערטער, מיר מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון אונדזער אייגענעם "עגאָ" לטובֿת דעם באַשעפֿער, כּדי משׂיג צו זײַן, אַז מיר אַליין זענען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף.

די הויפּט־טעמע פֿונעם חומש "ויקראָ" איז דער מצבֿ, ווען דער מענטש פֿאַרשטייט, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען בעצם פֿאַראייניקט אין זייער ג־טלעכן שורש, אָבער ער נעמט זיי אויף ווי באַזונדערע פֿענאָמענען. דער דאָזיקער טייל פֿון דער תּורה שטימט מיט דוד־המלכס דריטער וועלט, ווען ער האָט געזויגן זײַן מאַמעס מילך און אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט. אַ קליין קינד הייבט שוין אָן צו זען דעם חילוק צווישן זיך — דעם סוביעקט — און די אַרומיקע אָביעקטן, אָבער פֿילט נאָך אַלץ דאָס טיפֿע אַחדות מיט זײַן מאַמען. אַ דערוואַקסענער עובֿד־השם מוז שטרעבן זיך אומקערן צו אַ העכערער מדרגה פֿון אַזאַ "קינדישער" השׂגה, כּדי מבֿטל זײַן דעם אייגענעם עגאָיִזם און צו פֿילן נאָענטקייט און ליבשאַפֿט צו דעם באַשעפֿער און צו די אַנדערע באַשעפֿענישן.

דער געדאַנק וועגן דעם טויט איז פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט דער גאולה. ווען דוד־המלך האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם טאָג, ווען ער וועט שטאַרבן, האָט ער דערפֿילט, אַז ער איז גאָרנישט און דווקא צוליב דעם געוואָרן איין זאַך מיטן אייבערשטן. אינעם חומש "דבֿרים" ווערן כּסדר באַהאַנדלט די דאָזיקע טעמעס: די קומענדיקע גאולה, משהס טויט און משהס הויכער מצבֿ פֿון אַחדות מיטן אייבערשטן. אין פֿאַרגלײַך מיטן חומש "ויקראָ", גייט שוין דאָ אַ רייד וועגן אַ צדיק, וועלכער האָט געלייזט די סתּירה צווישן זײַן אייגענעם און דעם ג־טלעכן רצון.

רבי נפֿתּלי־צבֿי ראָפּשיצער, אַ גרויסער חסידישער מקובל, באַטראַכט די דאָזיקע טעמע באַריכות, אין זײַן ספֿר "זרע קודש", בײַ דער הײַנטיקער פּרשה.

די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אויך אָן מיט די ווערטער "ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". אַזוי הייבט אָן משה רבינו זײַן מוסר־דרשה און גיט איבער די ייִדן, ווי ער האָט געבעטן דעם באַשעפֿער אַרײַנצולאָזן אים קיין ארץ־ישׂראל.

דאָס וואָרט "ואתחנן" איז אַ רעפֿלעקסיווער ווערב, וואָס קאָן איבערגעטײַטשט ווערן ווי "און עס האָט זיך מיר געדאַוונט". אַ צאָל מפֿרשים דערקלערן, אַז משה האָט דערפֿילט אַ שטאַרקן חשק מתפּלל צו זײַן, דערפֿאַר האָט ער געמיינט, אַז זײַנע אייגענע געפֿילן זענען אַ סימן, אַז זײַן בקשה וועט נתקבל ווערן. דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אָבער אַ סך טיפֿער. משה רבינו איז געווען אַן "איש אלוהים", אַ ג־טלעכער מענטש, און איז געשטאַנען אויף דער גאָר הויכער מדרגה פֿון דבֿקות, וווּ די צעטיילונג צווישן דעם מענטשן און ג־טלעכקייט ווערט בטל. ווען ער האָט געבעטן דעם אייבערשטן אים אַרײַנצולאָזן קיין ארץ־ישׂראל, האָט די שכינה אַליין גערעדט פֿון זײַן מויל; בעת משה רבינוס תּפֿילה, האָט דער אייבערשטער געפֿירט אַ מיסטישן דיאַלאָג מיט זיך אַליין.

דער רמח״ל (רבי משה־חיים לוצאַטו), רבי יהודה־לייב אַשלג, וועלכער האָט אָנגעשריבן דעם פֿילבענדיקן "פּירוש־הסולם" אויפֿן ספֿר־הזוהר, און אַ צאָל אַנדערע גרויסע מקובלים באַטאָנען, אַז דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט, כּדי צו פֿאַרשאַפֿן אַ ריינעם פֿאַרגעניגן פֿאַר די באַשעפֿענישן. צוליב דעם אַלגעמיינעם חטא פֿון אָדם־הראשון און צוליב דער עגאָיִסטישער נאַטור פֿון באַזונדערע מענטשן האָבן זיך אָבער געשאַפֿן הויכע באַריערן צווישן אונדזער גשמיותדיקער וועלט און אַפֿילו די העכערע רוחניותדיקע וועלטן, און דעם ריינעם ליכט פֿון דער ג־טלעכער ליבשאַפֿט. די מענטשן אַליין לויפֿן אַוועק אינעם חושך פֿון זייער אייגענער יצר־הרע.

פֿון דער געוויינטלעכער מענטשלעכער פּערספּעקטיוו, זעט דער גאַנצער וועלט־באַשאַף נישט אַזוי גוט און ליכטיק. אַדרבה, ווען מע קוקט אויף אַלע בייזע, אומגליקלעכע, אומיושרדיקע אַכזריותדיקע זאַכן, וואָס טוען זיך אַרום אונדז אין דער וועלט, איז אַמאָל שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בלויז צוליב אונדזער טובֿה. ווען מע דערציילט מעשׂיות ווען צדיקים, וועלכע האָבן געזען אַ ג־טלעכע טובֿה אַפֿילו אין אַלע שלעכטע בשׂורות און יסורים, קלינגט עס פֿאַר אַ פּשוטן מענטש ווי אַ ריזיק־גרויסע מדרגה פֿון קדושה.

ווען משה רבינו האָט מתפּלל געווען פֿאַר זיך און פֿאַרן כּלל־ישׂראל, האָט ער געהאָפֿט צו ברענגען שוין די גאולה און צו ווײַזן, אַז די וועלט איז טאַקע גוט און דער אייבערשטער האָט עס געשאַפֿן ווי אַ טובֿה. די הייליקע שכינה אַליין האָט געטענהט דורך משהן, אַז כּל־זמן די מענטשן לײַדן און ווערן באַשטראָפֿט פֿאַר זייערע זינד, לײַדט דער אייבערשטער אַליין, כּבֿיכול, פֿון דער טיפֿער סתּירה צווישן דעם גוטן תּכלית פֿון דער וועלט און דער שלעכטער ווירקלעכקייט. דער ראָפּשיצער רבי זאָגט, אַז משה רבינוס תּפֿילה איז מקוים געוואָרן; ער איז יאָ אַרײַנגעקומען אינעם הייליקן לאַנד, און ער איז משיח — אָבער נישט ווי אַ מענטש, נאָר ווי דער גאולה־כּוח אין דער וועלט.

הגם משה איז פֿיזיש ניפֿטר געוואָרן, איז ער געבליבן די קאָלעקטיווע נשמה פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל. ווען אַן עכטער תּלמיד־חכם זאָגט אַ תּורה־חידוש, קלינגט אין זײַנע ווערטער די תּורה, וואָס משה האָט באַקומען אויפֿן באַרג סיני, ווײַל יעדער גרויסער צדיק איז אַ שטיקל משיח און אַ שטיקל משה. דער ראָפּשיצער רבי זאָגט בפֿירוש, אַז משה רבינו וועט ווערן משיח — "הגואל האַחרון" — ווײַל זײַן נשמה ליגט תּמיד אינעם ג־טלעכן כּוח, וואָס טרײַבט די וועלט צו גאולה און שלמות.

דער הײַנטיקער שבת, וואָס קומט נאָך תּשעה־באָב, האָט אַ ספּעציעלן נאָמען: "שבת־נחמו". דער טרויער־פּעריאָד פֿון "בין־המצרים" איז פֿאַרבײַ, און מיר האָפֿן, אַז באַלד וועט אויך פֿאַרבײַ דער גלות — אינעם אַלגעמיינעם זין, ווי דער צעבראָכענער מצבֿ פֿונעם אוניווערס — און ס׳וועט קומען די גאולה, ווען אין דער וועלט וועט זיך אַנטפּלעקן דאָס ג־טלעכע אַחדות און האַרמאָניע, און ווען די אילוזאָרישע סתּירות צווישן דעם באַשעפֿער און באַשעפֿענישן וועלן בטל ווערן.