|
ייִדן פּראַווען תּשעה־באבֿ, מאָנטיק אויף דער נאַכט, בײַם כּותל־המערבֿי |
Credit: Getty Images |
דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש.
ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר.
צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער...
זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג.
איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק...
* * *
מיט העכער דריטהאַלבן טויזנטער יאָר צוריק, האָט די אימפּעריע פֿון בבֿל באַהערשט דאָס ייִדישלאַנד, חרובֿ געמאַכט ירושלים און פֿאַרטריבן די ייִדן אין גלות־בבֿל.
דעם 17טן טאָג אין תּמוז, זענען צעשטערט געוואָרן די מויערן פֿון ירושלים, דעם 9טן טאָג פֿון חודש אָבֿ האָבן די פֿלאַמען וואָס זענען אָנגעצונדן געוואָרן דורכן שׂונא, פֿאַרברענט דעם ערשטן בית־המיקדש.
די בלוטיקע שלאַכטן וואָס זענען דאַן אָנגעגאַנגען אין דער הויפּטשטאָט, דאָס פֿאַרטרײַבן די ייִדן אין גלות־בבֿל, די טראַגעדיע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין יענער צײַט, ווערט אויספֿירלעך געשילדערט אין דער "מגילת־איכה" און אין די קינות, וואָס מען לייענט תּישעה־באָבֿ, יעדעס יאָר.
דער דאָזיקער טרויער איז נאָך שטאַרקער אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין די הערצער פֿון ייִדישן פֿאָלק, ווען דער חורבן פֿון צווייטן בית־המיקדש איז פֿאָרגעקומען מיט יאָרהונדערטער שפּעטער, אין דער זעלבער דאַטע, אויך אין תּישעה־באָבֿ.
ווי באַוווּסט, נאָך דעם אונטערגאַנג פֿון דער בבֿל־אימפּעריע, זענען די רעשטלעך פֿון די פֿאַרטריבענע ייִדן אין בבֿל, צוריקגעקומען קיין ארץ־ישׂראל און באַנײַט זייער זעלבשטענדיקייט און אויפֿגעבויט דעם צווייטן בית־המיקדש.
מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק האָט די רוימישע אימפּעריע באַהערשט ארץ־ישׂראל, און זיי האָבן חרובֿ געמאַכט דעם צווייטן בית־המיקדש. דער דאָזיקער טראַגישער פּעריאָד ווערט אויספֿירלעך געשילדערט אין די שריפֿטן פֿון דעם דעמאָלסטיקן היסטאָריקער יאָסעפֿוס פֿלאַוויוס. דער טריומף־טויער פֿון יענער צײַט אין רוים, וואָס שטייט נאָך אַלץ דאָרטן ביזן הײַנטיקן טאָג, דערמאָנט אונדז דעם אָנהייב פֿון אונדזער לאַנגן גלות, וואָס אונדזער פֿאָלק האָט אויסגעהאַלטן איבער 2,000 יאָר, ביז דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל אין יאָר 1948.
מיטן חודש אָבֿ בכלל און מיט דעם טאָג פֿון תּישעה־באָבֿ בפֿרט זענען פֿאַרבונדן אַ צאָל אַנדערע טראַגישע, היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער ווײַטער און אַפֿילו נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט.
אין פֿלוג קען מען מיינען, אַז דער פֿאַקט וואָס די דאָזיקע פּאַסירונגען זענען געשען אין פֿאַרשיידענע און באַזונדערע יאָרן אין דער זעלבער דאַטע אין ייִדישן לוח, איז בלויז אַ צופֿאַל, אַ צופֿעליקע פֿאַרבינדונג, — דאָס איז אַ גרויסער טעות!
ס׳איז ניט קיין צופֿאַל, אַז די טרויעריקע דאַטע פֿון תּישעה־באָבֿ אין ייִדישן לוח פֿון אונדזער פֿאָלק, איז געוואָרן דער אויסוואַל ווען די שׂונאים וועלן אויספֿירן זייערע מערדערישע פּלענער. די מערסטע פֿון זיי האָבן, מיט דער הילף פֿון זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן, געוווּסט, אַז דער חודש אָבֿ, און באַזונדערס דער נײַנטער טאָג אין דעם חודש, האָט אַ היסטאָרישן באַדײַט פֿאַר די ייִדן, ווײַל אין דעם חודש האָבן זיי געליטן טראַגישע געשעענישן, וואָס זיי קענען ניט פֿאַרגעסן. האָבן טאַקע די שׂונאים באַשטימט ווען צו מאַכן אויף ייִדן פּאָגראָמען, ווען זיי אויסצושעכטן און ווען חרובֿ מאַכן זייערע קהילות.
אין חודש אָבֿ, אומגעפֿער מיט דריטהאַלבן טויזנט יאָר צוריק, אין יאָר 586 פֿ״ק איז חרובֿ געוואָרן דער ערשטער בית־המיקדש. דאָס האָט פֿאַרשריבן דער נבֿיא ירמיהו אין "מגילת־איכה". ער איז געווען אַן עדות צו דעם פֿאָלקס־אומגליק.
אויך דער חורבן בית־שני איז פֿאַרבונדן מיטן חודש אָבֿ. די דאָזיקע נאַציאָנאַלע טראַגעדיע, ווי איך האָב שוין אויבן באַמערקט, איז פֿאָרגעקומען אין חודש אָבֿ און געווען פֿאַרבונדן מיט דעם טראַגישן דורכפֿאַל פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שמעון בר־כּוכבא, דער רוימישער אונטערדריקונג שפּעטער, אין דעם יאָר 135 נ״ק. דאַן איז געפֿאַלן די לעצטע פֿעסטונג ביתּר, וואָס די העלדישע קעמפֿער האָבן פֿאַרטיידיקט.
אין דעם מיטלעלטער־פּעריאָד זענען אויך פֿאָרגעקומען וויכטיקע און טרויעריקע פּאַסירונגען אין חודש אָבֿ:
די קרייצצוגן, אָרגאַניזירט דורך די קריסטלעכע מלוכות אין אייראָפּע אַוועקצונעמען ארץ־ישׂראל, דאָס לאַנד וואָס איז הייליק אויך פֿאַרן קריסטנטום, פֿון דער מאַכט פֿון איסלאַם.
אין זייער מאַרש קיין ארץ־ישׂראל, זענען די אָנטיילנעמער פֿון די דאָזיקע קרייצצוגן באַפֿאַלן ייִדישע קהילות לענג־אויס זייער וועג, געמאָרדעט די דאָרטיקע ייִדן און חרובֿ געמאַכט זייערע הײַזער. די ייִדן האָבן געשטעלט אַ העפֿטיקן ווידערשטאַנד קעגן די קרייצציגלער. זיי האָבן זיך אַנטזאָגט איבערצוגיין צום קריסטלעכן גלויבן. די כראָניק און ווערק אין דער ייִדישער ליטעראַטור זענען פֿול מיט שילדערונגען וועגן דעם. אַ גרויסע צאָל פֿון די דאָזיקע געשעענישן זענען טאַקע פֿאָרגעקומען אין חודש אָבֿ.
די קרייצציגלער האָבן פֿאַרנומען ירושלים אָנהייב חודש אָבֿ אין יאָר 1099. זיי האָבן זיך באַצויגן צו די דאָרטיקע ייִדן אַכזריותדיק און טאַקע אין דעם דאָזיקן חודש אָבֿ האָבן זיי פֿאַרטריבן אַלע ייִדן פֿון ירושלים.
אויך דאָס פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון ענגלאַנד האָט פּאַסירט אין יאָר 1290. דער ערשטער טראַנספּאָרט פֿון דעם גירוש האָט זיך אַרויסגעלאָזט אין וועג אין טאָג פֿון תּישעה־באָבֿ.
אין פֿראַנקרײַך קומט פֿאָר אין יאָר 1309 דער גירוש פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אויך אין חודש אָבֿ.
"גירוש־שפּאַניע" איז אויך צונויפֿגעבונדן מיט דעם טאָג פֿון תּישעה־באָבֿ. אין יאָר 1492 (תּרנ״ב אין חודש אָבֿ), האָט זיך ענדגילטיק אָפּגעשלאָסן די דאַטע, ביז וועלכער עס איז געווען דערלויבט די ייִדן צו בלײַבן אין שפּאַניע. אין איינעם פֿון די טעג פֿון חודש אָבֿ האָט זיך געענדיקט די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון ייִדן אין שפּאַניע.
איינע פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין די שטעט און שטעטלעך אין אוקראַיִנע איז פֿאָרגעקומען אין חודש אָבֿ, נאָענט פֿון תּישעה־באָבֿ, דורך די קאָזאַקן פֿון באָגדאַן כמעלניצקי, אין יאָר 1648.
ד״ר העשיל קלעפּפֿיש ז״ל, דער היסטאָריקער און פֿאַראייביקער פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, דערציילט אין זײַן דאָקומענטאַרער און באַלערנדיקער פֿאָרשאַרבעט "חודש אָבֿ אין דער נײַ־צײַטיקער ייִדישער געשיכטע" (פֿון וועלכער איך שעפּ די אַלע דאַטעס און פּרטים), שרײַבט, אַז "אין די תּישעה־באָבֿס פֿון די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אין די קינות פֿון תּישעה־באָבֿ וואָס ייִדן האָבן אין די טרויערטעג געזאָגט אין די שטעט און שטעטלעך, האָט מען מיט וויי און צער דערמאָנט ניט בלויז די נאַציאָנאַלע אומגליקן פֿון אַמאָל, נאָר אויך די הרוגים און קדושים, וועלכע דער תּישעה־באָבֿ פֿון יאָר 1914 (תּרע״ד) האָט געברענגט מיט זיך, און נאָך זיך.
"...אין זכּרון און געמיט פֿון אונדזער דור", שרײַבט ד״ר קלעפּפֿיש, "האָט זיך טיף אַרײַנגעקריצט דער תּישעה־באָבֿ פֿון יאָר 1942 אין אונדזער טראַדיציאָנעלן לוח. ער וועט אויך פֿאַרבלײַבן אײַנגעקריצט לדור־דורות אין אונדזער געשיכטלעכער כראָניק פֿון ליידן און מאַרטירערטום.
"אין די דאָזיקן תּענות־טאָג, וואָס טראָגט אין זיך דעם אָנדענק פֿון אַזוי פֿיל אויפֿשוידערנדיקע, נאַציאָנאַלע קאַטאַסטראָפֿעס פֿון יאָרטויזנטער, איז פֿאַרזיגלט געוואָרן דער אומקום פֿון ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע.
"...עס האָט זיך געעפֿנט דער געשפּענסטפֿולער מאַרש פֿון די גאַזקאַמערן פֿון טרעבלינקע און אוישוויץ, ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די דעפּאָרטאַציע פֿון די ייִדן פֿון וואַרשעווער געטאָ צו די קרעמאַטאָריעס, צו דער 'ענדגילטיקער לייזונג’".
* * *
אין תּישעה־באָבֿ 1942 האָבן זיך אָנגעהויבן די שחיטות אין די געטאָס, די ליקווידאַציע פֿון די געטאָס אין די שטעט און שטעטלעך פֿון אונדזער געגנט, אַרום מײַן געבורטס־שטעטל זשעטל (מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד). ווײַזט אויס, אַז דער בעסטיאַלישער, נאַצישער מאָרד־אַפּאַראַט האָט גוט געקענט דעם ייִדישן לוח.
אין חודש אָבֿ תּש״ב (1942) האָבן די דײַטשישע מערדער, מיט דער הילף פֿון דער אָרטיקער קריסטלעכע מיליץ, ליקווידירט אויך מײַן געבורטס־שטעטל און אומגעבראַכט מײַן אייגענע משפּחה — מײַן טאַטן, מײַן מאַמען, און מײַן 10־יאָרק ברודערל. דאָס איז פֿאָרגעקומען כ״ג אָבֿ תּש״ב, דעם 6טן אויגוסט 1942.
יעדעס יאָר תּישעה־באָבֿ, בעת דעם "איכה"־ און קינות־זאָגן אין בית־כּנסת, באַוויין איך די חורבנות פֿון אונדזער פֿאָלק פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט. איך וויין אויך אויס מײַן האַרץ אויף דעם חורבן און אומקום פֿון די 6 מיליאָן קדושים אין די יאָרן פֿון דער שואה.
איך באַוויין דעם אומקום פֿון מײַן אייגענער משפּחה, זכרונם לבֿרכה!
איך בין מקיים דעם אָנזאָג פֿון די אומגעקומענע קדושים: לזכּור ולא לשכּוח! — געדענקען און ניט פֿאַרגעסן, וואָס די דײַטשישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, האָבן געטאָן צו מײַן פֿאָלק אין די יאָרן פֿון דער שואה, פֿון דעם חורבן אין אונדזער צײַט.