געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים.
מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין.
דער אַזוי־גערופֿענער בראַצלעווער "קיבוץ" (מיט אַן אַקצענט אויפֿן צווייטן טראַף: "קיבעץ") איז אַ גײַסטיקע און סימבאָלישע נסיעה, וואָס פֿאַראייניקט טויזנטער חסידים פֿון אַרום דער וועלט, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר, אַ דעצענטראַליזירטע און פֿאַרשיידן־אַרטיקע באַוועגונג. אַפֿילו אין דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, וווּ עס ליגט באַערדיקט רבי נחמן, זעט מען די שאַרפֿע חילוקים צווישן די שטרענג־פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין לאַנגע שוואַרצע רעקלעך פֿונעם אולטראַ־חרדישן ירושלימער ראַיאָן "מאה־שערים"; די ווילד־לוסטיקע חסידישע "היפּיס" פֿון צפֿת, אָנגעטאָן אין דזשינס־הויזן; די אַמעריקאַנער סאַטמאַרער חסידים אין פֿלאַכע שוואַרצע היט, וועלכע אינטערעסירן זיך מיטן בראַצלעווער חסידות און פֿאָרן יעדעס יאָר קיין אוקראַיִנע; גרופּעס "חסידיזירטע" ספֿרדים פֿון פֿראַנקרײַך און אַפֿילו וועלטלעכע באַזוכער, וועלכע גלייבן, אַז ס׳איז אַ גרויסע סגולה פֿאַר דער נשמה צו פֿאַרברענגען דעם יום־טובֿ ראָש־השנה אין אומאַן.
ס׳איז שווער צו זאָגן, וויפֿל בראַצלעווער חסידים עס זענען פֿאַראַן אין דער וועלט. בערך 25,000 ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין אומאַן יעדעס יאָר; על־פּי־רובֿ, האָבן זיי אַ שטאַרקן שײַכות צו רבי נחמנס דרך. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן אַזעלכע ייִדן, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט ווייניקער מיטן בראַצלעווער דרך־עבֿודה, אָבער בלײַבן ראָש־השנה בײַ זיך אין דער היים.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע חסידישע גרופּעס, האָט רבי נחמן נישט געפֿאָדערט פֿון זײַנע תּלמידים צו דאַוונען אין אַ געוויסן נוסח אָדער זיך אָנצושליסן אין עפּעס אַ פֿאָרמעלער באַוועגונג. אַדרבה, גלייבן די בראַצלעווער חסידים, אַז אַ סך חסידים אין דער וועלט געהערן שטילערהייט צו זייער באַוועגונג, ווײַל זיי לערנען כּסדר און פֿאָלגן רבי נחמנס עצות, הגם אָפֿיציעל קאָנען זיי געהערן צו אַן אַנדער חסידישער, אַ ספֿרדישער אָדער אַפֿילו אַ מתנגדישער קהילה.
רבי נחמן אַליין האָט געזאָגט, ווי עס האָט איבערגעגעבן זײַן עיקר־תּלמיד, רב נתן שטערנהאַרץ, אַז די גאַנצע וועלט, אַפֿילו די אומות־העולם, נייטיקן זיך אין זײַנע תּורות. אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די דאָזיקע ווערטער זענען געזאָגט געוואָרן, האָבן זיי געקלונגען, מסתּמא, ווי אַ גרויסע גוזמא. הײַנט איז ער אָבער געוואָרן, מסתּמא, דער באַקאַנטסטער חסידישער רבי אין דער וועלטלעכער און ניט־ייִדישער וועלט. דער ליובאַוויטשער רבי, דער סאַטמאַרער רבי און אַ פּאָר אַנדערע חסידישע רביים זענען באַקאַנט ווי גרויסע מנהיגים און היסטאָרישע פֿיגורן, וועלכע האָבן געהאָלפֿן אויסצופֿורעמען נאָכן חורבן דאָס פּנים פֿון דער הײַנטצײַטיקע ייִדישקייט. דווקא רבי נחמן איז אָבער באַקאַנט ווי אַן אָריגינעלער חכם און אַ גלענצנדיקער מיסטיש־ראָמאַנטישער שרײַבער, אַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
אינעם יאָר 1906 האָט דער גרויסער פֿילאָסאָף מאַרטין בובער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דײַטשישע איבערזעצונג פֿון רבי נחמנס "סיפּורי־מעשׂיות", באַגלייט מיט זײַן אייגענעם נעאָ־חסידישן פּירוש. ראָדזשער קאַמענעץ, אַ הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער פּאָעט און ייִדישער דענקער, האָט מיט אַ יאָר צוריק פּובליקירט אַ בוך, וווּ רבי נחמנס מיסטישע מעשׂיות ווערן אַנאַליזירט אין פֿאַרגלײַך מיט דער מאָדערניסטישער פּראָזע פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ.
דוד סירס, אַ באַקאַנטער בראַצלעווער רבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק, האָט דורכגעפֿירט אַ פֿאַרגלײַך־שטודיע צווישן רבי נחמנס חסידות און דזען־בודיזם; זײַנע אַרטיקלען אויף דער דאָזיקער טעמע זענען פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן אויף דער וועבזײַט en.wikinoah.org, אין אַ ספּעציפֿישן אַרטיקל, וווּ עס ווערט באַהאַנדלט אַ מעגלעכער חידושדיקער גײַסטיקער וועג פֿאַר נישט־ייִדן — אַ קאָמבינאַציע פֿון בודיזם און בראַצלעווער חסידיזם; ס׳זעט אויס, אַז עס זענען טאַקע פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן צווישן די אומות־העולם, וועלכע האָבן אויך אַ שײַכות צו רבי נחמנס דרך.
דאָס בראַצלעווער חסידות ווי אַ טיפֿער גײַסטיקער וועג פֿון חכמה און מעדיטאַציע שיידט זיך אָבער אונטער פֿון דער פּראַקטישער ווירקלעכקייט פֿונעם אומאַנער יערלעכן "קיבוץ". די ערשטע פֿאַרזאַמלונג פֿון די חסידים, אָרגאַניזירט דורך הרבֿ נתן שטיינהאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אין 1811. זינט דעמאָלט, איז אומאַן געוואָרן דער וועלט־צענטער פֿון די "טויטע חסידים", ווי די אַנדערע חסידים האָבן גערופֿן די אומגעוויינטלעכע גרופּע, וועלכע האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען אַ נײַעם לעבעדיקן רבין, און האָט אַפֿילו באַטראַכט רב נתנען — אויך אַ גרויסן צדיק — בלויז ווי אַן אויטאָריטעטן נאָכפֿאָלגער פֿון רבי נחמנען.
אין די אַלטע צײַטן, האָבן ווײַטע נסיעות געקאָסט אַ סך געלט און געפֿאָדערט אַ סך צײַט און מי, דערפֿאַר האָבן בלויז די סאַמע פֿאַרברענטע, איבערגעגעבענע חסידים, געדאַוונט יעדעס יאָר בײַ רבי נחמנס קבֿר. רבי נתן אַליין האָט געמאָלדן, אַז ער וואָלט געגאַנגען קיין אומאַן, אויב אַפֿילו ער וואָלט געמוזט קריכן דעם גאַנצן וועג אויף שאַרפֿע מעסערס.
נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט פֿאַרמאַכט די גרענעץ צווישן רוסלאַנד און פּוילן, האָבן די בראַצלעווער חסידים אין פּוילן, ארץ־ישׂראל, אַמעריקע און ענגלאַנד אָרגאַניזירט אָרטיקע יערלעכע פֿאַרזאַמלונגען, נישט האָבנדיק קיין מעגלעכקייט צו באַזוכן אוקראַיִנע. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די באָלשעוויסטישע רדיפֿות, האָבן די בראַצלעווער חסידים אויפֿן שטח פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ממשיך געווען די טראַדיציע אַפֿילו אין סטאַלינס תּקופֿה; פֿון 28 חסידים, וועלכע זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אין 1934, זענען 16 דערשאָסן געוואָרן און די איבעריקע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר.
בלויז אין 1939, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט דער אומאַנער "קיבוץ" זיך אָפּגעשטעלט. נאָכן חורבן, האָט די קנאַפּע צאָל ניצול־געוואָרענע בראַצוועלער חסידים באַנײַט די נסיעות; אין ברעזשנעווס תּקופֿה, האָבן הונדערטער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע חסידים ווידער אָנגעהויבן צו פֿאַרזאַמלען זיך אין אומאַן, מיט דער הילף פֿון פֿאַלשע דאָקומענטן און כּלערליי סכּנותדיקע המצאות.
נאָך דער "פּערעסטרויקע" האָט דער מצבֿ זיך גיך געביטן. דער ראָש־השנהדיקער "קיבוץ" איז געוואָרן אַ באַקאַנטע טוריסטישע אונטערנעמונג, געשטיצט אָפֿיציעל דורך דער אוקראַיִנישער רעגירונג. דאַכט זיך, דאַרף מען זיך פֿרייען, אַז די סאָוועטישע תּקופֿה איז פֿאַרבײַ און יעדער אויסלענדער קאָן פֿרײַ פֿאָרן קיין אוקראַיִנע, אַפֿילו אָן אַ וויזע. אַ טייל באַזוכער טענהן אָבער, אַז ס׳איז געקומען אַ נײַע צרה, צוליב וועלכער די יערלעכע פֿאַרזאַמלונג האָט פֿאַרלוירן איר אַלטע חן — קאָמערציאַליזאַציע. פֿאַקטיש, זענען די חסידישע נסיעות צו רבי נחמנס קבֿר פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טוריסטיש געשעפֿט פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם.
אין פֿאַרגלײַך מיט מאַרטין בובערס פֿילאָסאָפֿיע פֿון שלום און אַחדות צווישן פֿעלקער, זענען די באַציִונגען צווישן די חסידישע פּילגרימען און די אוקראַיִנער געוואָרן אָנגעשטרענגט — דער עיקר, צוליב די אויסלענדישע געסט אַליין. אַ טייל טוריסטן פֿאָרן קיין אומאַן, כּדי צו פֿאַרווײַלן דאָרטן ביליק און ווילד. מיט אַ יאָר צוריק, זײַנען אין דער שטאָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצע ריי אַגרעסיווע אומרוען, ווי אויך כּלערליי עקלדיקע אינצידענטן. אַן ישׂראלדיקער פּאָליציאַנט, וועלכער האָט מיטגעאַרבעט מיט דער אָרטיקער פּאָליציי, האָט דערקלערט, אַז אייניקע טוריסטן — נישט צו־פֿרומע חסידים — שיכּורן זיך אָן און טשעפּען זיך צו די אוקראַיִנישע פֿרויען אָדער באַוואַרפֿן די אָרטיקע ניט־ייִדן מיט שטיינער.
אַזעלכע טוריסטן מיינען, אַז צוליב זייערע פֿעטע קעשענעס און אויסלענדישער בירגערשאַפֿט מעגן זיי זיך פֿירן אין אוקראַיִנע ווי בעלי־בתּים; אַחוץ דעם, האָבן זיי אַ שאָוויניסטיש געפֿיל קעגן די אוקראַיִנער און מיינען, אַז פֿאַר אַ הונדערט דאָלאַר קאָנען זיי טאָן מיט די אָרטיקע שיקסעס וואָס מע וויל. צען חסידים זענען דעפּאָרטירט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק קיין ישׂראל, און האָבן פֿאַרלוירן דאָס רעכט צו פֿאָרן קיין אוקראַיִנע במשך פֿון 5 יאָר.
האָפֿנטלעך, וועט די הײַיאָריקע יוביליי־פֿאַרזאַמלונג געלינגען בעסער. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער יערלעכער "קיבוץ" פֿון די בראַצלעווער חסידים, מיט זייער וווּנדערלעכער געשיכטע פֿון מסירות־נפֿש, רבי נחמנס טיפֿע אַלמענטשלעכע תּורות און מיסטישע סודות, וועט נישט אונטערגיין צוליב דעם גראָבן שאָוויניזם און דער עבֿודה־זרה פֿונעם "גאָלדענעם קאַלב".