ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים.

מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט".

"די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער.

עראַשאָווס ראָמאַן געהערט ניט צו "גרויסער ליטעראַטור". ס’איז פֿאַקטיש "שונד", וואָס מע לייענט ווען מע וויל פּטרן צײַט, פֿליִענדיק אין אַן עראָפּלאַן אָדער זיצנדיק בײַם ים. אָבער דאָס דאָזיקע ווערק שווימט אַרויס אין דעם צווייטן בוך, וואָס איך האָב געקויפֿט אין מאָסקווע — גענאַדי קאָסטירטשענקאָס "סטאַלין קעגן די 'קאָסמאָפּאָליטן’: די מלוכה און די ייִדישע אינטעליגענץ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד" (Сталин против «космополитов»: Власть и еврейская интеллигенция в СССР). קאָסטירטשענקאָ איז ניט קיין פּנים-חדשות אין סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע, הגם קיין ייִדישער היסטאָריקער איז ער ניט. אָבער ער אַרבעט שוין לאַנגע יאָרן מיט אַרכיוו־מאַטעריאַלן, צו וועלכע ער האָט אַ צוטריט, און אָן זײַנע ביכער וואָלט דער הײַנטיקער מצבֿ פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע געווען אַן אַנדערער — אַ סך נעבעכדיקער. אַן אַנדער זאַך, אַז ווי אַ מענטש, וואָס (אויף וויפֿל איך ווייס) קען נאָר רוסיש, האָט קאָסטירטשענקאָ פּראָבלעמען מיט געפֿינען פֿאַר זײַנע אַרכיוואַלע אַנטפּלעקונגען אַן אָרט אין דעם אַלגעמיינעם בנין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט.

אַזוי צי אַזוי, אָבער גענאַדי קאָסטירטשענקאָ איז, בלי-ספֿק, אַן ערנסטער היסטאָריקער, און צווישן אים און דעם ראָמאַניסט עראַשאָוו איז אַ מהלך-רבֿ. דאָך ברענגט קאָסטירטשענקאָ אַ קורצן אַנאַליז פֿון דעם ראָמאַן, ווײַל ער טענהט, אַז די דאָזיקע באָבע-מעשׂה האָט געלייגט דעם יסוד פֿאַר כּלערליי פּליאָטקעס וועגן אַ פֿאַרפּלאַנירטער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן. באַזונדערס שאַרף שרײַבט קאָסטירטשענקאָ וועגן דעם סאָוועטישן זשורנאַליסט זינאָווי שייניס, וועלכער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער געשיכטע ווי אַ מיט-מחבר פֿונעם בוך "מדינת-ישׂראל: איר מצבֿ און פּאָליטיק". די דאָזיקע אויסגאַבע, וואָס איז אַרויס אין 1958, האָט אָנגעזאָגט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטישער טראַדיציע פֿון דרוקן אַנטי־ציוניסטישע מאַסן-ליטעראַטור.

דער זעלבער שייניס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יוני 1991 אַ סענסאַציאָנעלן צײַטונג-אַרטיקל, אין וועלכן ער האָט דערציילט, ווי איליאַ ערענבורג האָט אים, כּלומרשט, באַשריבן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער קאַמפּאַניע, וועלכע האָט געדאַרפֿט זיך פֿאַרענדיקן מיט מאַסן-רדיפֿות קעגן די ייִדן. און קאָסטירטשענקאָ ווײַזט, אַז אייניקע פּרטים פֿון שייניסעס ווערסיע פֿאַלן צונויף מיט עראַשאָווס פֿאַנטאַסמאַגאָריע, וואָס איז אַרויס אַ ביסל פֿריִער.

אָבער דאָס איז, אין דער אמתן, אַ בײַ-טעמע אין קאָסטירטשענקאָס נײַער היסטאָרישער פֿאָרשונג, וואָס חזרט איבער אַ סך זאַכן פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ביכער. גלײַכצײַטיק, האָט דאָס נײַע בוך אַ טעאָרעטישן טייל. אַ סבֿרא, אַז די קוואַנטיטעט פֿונעם מאַטעריאַל איז, סוף-כּל-סוף, אַריבער אין קוואַליטעט. און דאָס איז באמת אינטערעסאַנט. למשל, דער רוסישער היסטאָריקער טיילט אויס תּקופֿות אין דער געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן דער מאַכט און דער ייִדישער אינטעליגענץ. אין דער ערשטער תּקופֿה, 1917—1936, איז געווען אַ לעבן ווי אַ לעקעך. די מלוכה האָט זיך גענייטיקט אין דער ייִדישער אינטעליגענץ, און די אינטעליגענץ האָט דעם רעזשים געטרײַ געדינט.

דער מצבֿ האָט זיך געביטן אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן, און נאָך שטאַרקער אין די 1940ער, ווען דער אינטערנאַציאָנאַליזם פֿון די ערשטע סאָוועטישע יאָרן האָט אַלץ מער אָפּגעטראָטן דאָס אָרט פֿאַר פּאַטריאָטיזם און נאַציאָנאַליזם, אין וועלכן עס האָט זיך אויסגעבויט אַ קלאָרע היעראַרכיע פֿון די גלאַוונע פֿעלקער; קודם-כּל, די רוסן, און די קלענערע און גאָר קליינע פֿעלקער. פֿאַר די ייִדן, אַ פֿאָלק אָן אַ טעריטאָריע (ביראָבידזשאַן האָט מען צו יענער צײַט שוין ערנסט ניט אויפֿגענומען), איז פֿאַרבליבן זייער אַ נידעריק אָרט. אָבער די ייִדישע אינטעליגענץ, לכל-הפּחות, אַ טייל פֿון איר, האָט געוואָלט זײַן מיט די לײַטן גלײַך. זיי האָבן ניט געוווּסט, אַז דער רעזשים האָט צוגעגרייט פֿאַר זיי אַ סדום-בעטל.