צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס די ייִדן שטעלן זיך הײַנט אין די נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די פֿראַגע, ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן בײַ זייערע קינדער און אייניקלעך זייער ייִדישע אידענטיטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע רעגירונגען און געזעצן, דערמעגלעכן זיי זיך פֿרײַ אויסצולעבן סײַ וואָס שייך רעליגיע און סײַ וואָס שייך דער ייִדישער דערציִונג און קולטור. אַ ממשותדיקע הילף אין דעם באַקומען די נײַע קהילות פֿון די באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אַזעלכע ווי "דזשוינט", סוכנות, ווי אויך פֿרומע באַוועגונגען, קודם־כּל — חב"ד.
די פּראָבלעמען קומען אָבער אַרויס אין דער ייִדישער סבֿיבֿה גופֿא. דהײַנו: וואָס דאַרף זײַן די הויפּט־שפּראַך אין די ייִדישע שולן — די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם לאַנד, אָדער רוסיש — די שפּראַך, וואָס האָט געהערשט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אין אַלע געוועזענע רעפּובליקן, און וואָס דער עלטערער דור איז מיט איר געוואַקסן?
באַזונדערס שאַרף איז די פּראָבלעם אויפֿגעקומען אין די נײַע בײַבאַלטישע לענדער: לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד. למשל, אין דער ייִדישער מיטלשול אין טאַלין, עסטלאַנד, האָבן די עלטערן אָנגעהויבן אָפּנעמען די קינדער פֿון דער שול נישט ווײַל זיי ווילן נישט, אַז די קינדער זאָלן לערנען ייִדישע געשיכטע, טראַדיציע, עבֿרית; און נישט ווײַל דער שׂכר־לימוד איז צו הויך — די מלוכה סובסידירט אַלע נאַציאָנאַלע שולן; נאָר ווײַל די עלטערן ווילן נישט, אַז די הויפּט־שפּראַך אין דער ייִדישער שול זאָל זײַן... רוסיש!
דער שפּאַלט אין די קהילות אויפֿן שפּראַכלעכן יסוד קומט פֿאָר צוליב דעם, וואָס די ייִדישע באַפֿעלקערונג טיילט זיך אויף צוויי "עדות" — "אָרטיקע ייִדן" און "רוסישע ייִדן". די "אָרטיקע" טאַנצן אונטער דער דודע פֿון די נאַציאָנאַליסטן, און די "רוסישע", אָדער אָנגעקומענע, אונטער דער דודע פֿון דער אָרטיקער רוסישער באַפֿעלקערונג, וואָס ווערט געשטיצט און אונטערגעהיצט פֿון רוסלאַנד. אַזאַ שפּאַלטונג ברענגט אַרײַן מיספֿאַרשטענדענישן אַפֿילו בײַם אָפּשאַצן געוויסע הומאַניטאַרע פּריאָריטעטן און קודם־כּל, די געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
ס’איז באַוווּסט, און מיר האָבן שוין נישט איין מאָל וועגן דעם געשריבן, אַז די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע אָרגאַניזאַציעס, נישט זעלטן געשטיצט פֿון דער רעגירונג, שלעפּן אַרויס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט די "העלדן", וואָס האָבן בעת דער מלחמה געקעמפֿט צוזאַמען מיט די דײַטשן סײַ ווי אַ באַזונדערע "נאַציאָנאַל־באַפֿרײַונגס־קראַפֿט" און סײַ אויף דער זײַט פֿון די נאַציס. די יורשים פֿון יענע "העלדן"־קאָלאַבאָראַטאָרן פֿירן אָפֿן אַדורך זייערע אונטערנעמונגען אינעם זעלבן נצחון־טאָג איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, אָבער שוין ווי אַ "שוואַרצער טאָג" אין זייער נאַציאָנאַלער געשיכטע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם סטאַטוס פֿון "נאַציאָנאַלע העלדן" האָבן זייערע אָבֿות באַקומען פֿאַרן קאַמף קעגן די סאָוועטישע אָקופּאַנטן; און די נאַציס האָבן זיי געהאָלפֿן אויסצוּוואָרצלען די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג צוליב דעם, וואָס "ס’רובֿ קאָמוניסטן זײַנען געווען ייִדן".
אין דער נײַער מלוכה מאָלדאָווע דערמאָנט מען הײַנט מיט לויבגעזאַנג היטלערס אַליִיִרטן מאַרשאַל אַנטאָנעסקו און זײַנע באַהעלפֿער; אין אוקראַיִנע — איז דער ייִדיש־מערדער באַנדעראַ געוואָרן אַ העלד פֿון אוקראַיִנע; אין די בײַבאַלטישע לענדער זײַנען אַרויסגעקראָכן פֿון דער פֿאַרגעסנהייט די אַלטע תּלינים פֿון ייִדן אין ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד.
דער ביטערער פּאַראַדאָקס אָבער באַשטייט אין דעם, וואָס צוליב דער ייִדישער צעשפּאָלטנקייט לויט דער שפּראַך, מאַכן די "אָרטיקע ייִדן" זיך צו מאָל נישט־זעענדיק און נישט־הערנדיק, כּדי יוצא זײַן פֿאַר זייערע "אַלטגעזעסענע" פֿרײַנד; און די "אָנגעקומענע" רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן פֿאַרמאַכן די אויגן אויף די פּראָ־רוסישע אַקציעס, געשפּײַזט פֿון מאָסקווע, כּדי אונטערצורײַסן די אומאָפּהענגיקע פֿירונג פֿון די נײַע מלוכות.
אַזאַ צעשפּאָלטנקייט שטעלט די ייִדישע קהילות אין אַ מצבֿ פֿון געפֿינען זיך אינצווישן — נישט אַהער און נישט אַהין, אָדער פֿון כאַפּן קלעפּ פֿון ביידע זײַטן.