- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך אָנגעהויבן דער 13טער אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ מיט אַ גרויסן קאָנצערט אין אַמפֿיטעאַטער "פֿון אורדל ביילס פּאַרק" אין צפֿון־טייל פֿון שטאָט. פֿון דאָרטן איז דער פֿעסטיוואַל אַריבער אין האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער בײַ דעם ברעג פֿון דער אָנטעריאָ־אָזערע, וווּ עס זײַנען אָנגעגאַנגען כּסדרדיקע קאָנצערטן און אויפֿטריטן פֿון זינגער און פֿאַרווײַלער פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, ישׂראל און אַרגענטינע און נאָך, ביז מאָנטיק, דעם ערשטן סעפּטעמבער, שפּעט אין אָוונט, ווען דער פֿעסטיוואַל האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ גרויסן פֿינאַל־קאָנצערט. אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן. דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו. אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָט דער ייִדישער עולם אין טאָראָנטע געהאַט די געלעגנהייט בײַצוּוווינען און געניסן פֿון אַ גאַנצער ריי ליטעראַריש־קינסטלערישע אונטערנעמונגען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. דער קולטור־סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט הונדערט יאָר ייִדישע טעאַטער־מוזיק. צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿגעבויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ. פֿאַר וואָס לערנט מען איצט ייִדיש? לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש זײַנען מסכּים, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער פֿראַגע, וועלכע מע זאָל זיי שטעלן אַזוי אָפֿט ווי אָט די "אָנגעווייטיקטע" שאלה. די דאָזיקע פֿראַגע רעגט אויף. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט לערנען ייִדיש? פֿאַר וואָס פֿרעגט מען בײַ קיינעם ניט, פֿאַר וואָס זיי לערנען זיך העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש? צוליב וואָס דאַרף מען, בכלל, אומבאַדינגט האָבן אַ סיבה? אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעג איך אויך אַזוי ענטפֿערן.
|