אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן. עס איז דער צווייטער טייל פֿון אַ פּאָעטישער טרילאָגיע, וואָס נאָכן פֿאַרענדיקן וועט זי אײַנשליסן אַרום פֿינף הונדערט לידער און פּאָעמעס געשאַפֿענע אין משך פֿון איבער זעכציק יאָר.
דער נאָמען פֿון אַלע דרײַ ביכער, "דער פֿײַערבאַרג," קלערט אויף סיכאָוויטש, "איז אַ מעטאַפֿאָר סײַ פֿאַרן ברענענדיקן סיני־באַרג, וווּ די ייִדן האָבן מקבל געווען די צען געבאָט און געוואָרן אַן אויסגעוויילט פֿאָלק, און סײַ פֿון דעם ברענענדיקן באַרג פֿון ייִדישער פּײַן און מאַרטירערטום בעתן חורבן". אַ גרויסן טייל פֿון סימכאָוויטשעס לידער זײַנען דורכגענומען מיטן גרויל פֿון דעם מאָרד פֿון אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע. אויסער אַן עלטערע שוועסטער, וואָס האָט באַוויזן עולה צו זײַן אין 1938 קיין ארץ־ישׂראל, איז סימכאָוויטשעס גאַנצע משפּחה אומגעבראַכט געוואָרן אין 1942 בעת דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ אין אָטוואָצק בײַ וואַרשע.
אין דער זעלבער צײַט פֿאַרזעט ניט סימכאָוויטש דאָס לעבן און די פּראָבלעמען פֿון דעם נײַעם לאַנד, קאַנאַדע, וווּ ער לעבט זינט 1949, און פֿון דער נײַער צײַט און ווירקלעכקייט פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם נײַעם, ווי אין פֿריִערדיקן באַנד, געפֿינען מיר לויבגעזאַנגען צום ייִדישן לשון און זײַנע שאַפֿער, פּאָעטישע באַטראַכטונגען וועגן זיקנה און דער מיסטעריע פֿון לעבן און טויט, און לידער אויף סאָציאַלע טעמעס, ווי למשל, די פּאָעמע "אַ קדיש פֿאַר דער וועלט," וווּ ער שרײַבט:
אין אַן אויגנבליק וועלן אײַנפֿאַלן
שטאָלצע וואָלק־קראַצערס
אײַנגעוויקלטע אין רויך און פֿלאַמען.
צעטרייסלט וועט ווערן די ערד
פֿון די כּסדרדיקע אויפֿרײַסן;
פֿײַערדיקע ברוכשטיקער וועלן זיך טראָגן
איבערן ווײַטן האָריזאָנט.
(ז’ 157)
די געפֿאַר פֿון אַן אַטאָמישן קאַטאַקליזם איז אַקטועל, ביז וואַן די־אָ משיחים זײַנען אָנגעשטעלט, דערקלערט סימכאָוויטש, און דער אמתער דיכטער, ווי דער נבֿיא אַמאָל דאַרף אָן אויפֿהער וואָרענען די מענטשהייט.
געבוירן אין 1921 אין אָטוואָצק, האָט סימכאָוויטש איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט אָפּגעפֿונען און חתונה געהאַט מיט זײַן יוגנט־פֿרײַנדין פֿריידל פּעלנער, וואָס איז הײַיאָר, דעם 1טן פֿעברואַר, אַוועק פֿון דער וועלט. נאָך דער מלחמה האָט סימכאָוויטש מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל זיך אומגעקערט קיין פּוילן און אין 1949 עמיגרירט קיין קאַנאַדע.
"די ערשטע צוויי יאָר," דערציילט סימכאָוויטש, "האָב איך געאַרבעט אין אַ שאַפּ. דערנאָך בין איך אָנגענומען געוואָרן ווי אַ תּלמיד אין מאָנטרעאַלער ייִדישן לערער־סעמינאַר, און נאָכן אָפּלערנען דרײַ יאָר, געוואָרן אַ לערער אין ייִדישע שולן אין מאָנטרעאַל און אין אָטאַווע." אין 1961 איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין טאָראָנטאָ און ביז זײַן אַרויסגיין אויף פּענסיע געווען דער ביבליאָטעקער און קוראַטאָר פֿון יודאַיִקאַ־מוזיי בײַ דער "בית־צדק"־קאָנגרעגאַציע אין טאָראָנטאָ.
אויסער די צוועלף ביכער ייִדישער און ענגלישער פּאָעזיע האָט סימכאָוויטש פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסע צאָל אַרטיקלען און עסייען אין ייִדישע און ענגלישע צײַטשריפֿטן אין קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און פּוילן. אַ טייל פֿון זיי זײַנען אײַנגעזאַמלט געוואָרן אין בוך "נאָך דעם בלוט־מבול" (טאָראָנטאָ, 2004). סימכאָוויטש איז אויך דער אויטאָר פֿון אַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "אַ שטיפֿקינד בײַ דער ווײַסל" (טאָראָנטאָ, 1992), וואָס איז אַרויס אויך אין ענגליש (טאָראָנטאָ, 1994) און אין פּויליש (וואַרשע, 2005). ער איז אויך דער מחבר פֿון "דאָס ליד וואָס איז נישט געשטאָרבן" (טאָראָנטאָ, 2001), אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַלע געבירטיגס לידער מיט אַן אַרײַנפֿיר וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. אַן אַנדערע איבערזעצונג, "אויפֿן חסד פֿון פֿרעמדע" (טאָראָנטאָ, 2005), אַ מעמואַר פֿון זײַן מומע, גיטל האָפּפֿעלד, וואָס האָט איבערגעלעבט די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין פּוילן צוזאַמען מיט אירע צוויי קליינע קינדער.
אין אויגוסט 2007 איז שׂמחה סימכאָוויטש, צוזאַמען מיט מאַריאַן דאָמאַנסקי, דעם איבערזעצער פֿון זײַן ראָמאַן אין פּויליש, אײַנגעלאַדן געוואָרן אויף צען טעג קיין פּוילן זיך צו באַטייליקן אין דער יערלעכער אַזכּרה פֿון 19טן אויגוסט, ווען די אָטוואָצקער ייִדן זײַנען אָפּגעשיקט געוואָרן קיין טרעבלינקע, אָדער דערמאָרדעט געוואָרן אויפֿן אָרט. נאָכן אומקערן זיך קיין טאָראָנטאָ האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט וועגן אָט דער נסיעה אין טאָראָנטער ענגליש־ייִדישער וואָכנבלאַט און אין דער אָרטיקער פּוילישער צײַטונג.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט די באַקאַנטע טאָראָנטער זינגערין לענקאַ ליכטבערג, צוזאַמען מיטן גיטאַריסט ברײַען קאַץ, אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "פּשטות." סימכאָוויטשעס לידער, ווי זײַן פּערזענלעכקייט, זײַנען בײַשפּילן פֿון דיסטילירטער פּשטותדיקייט. זײַן ליד איז דירעקט, פֿאַרשטענדלעך און אָפֿנהאַרציק. אָט ווי ער שרײַבט וועגן ייִדישן לשון, זײַן שאַפֿונג־אינסטרומענט:
און וווּ איך גיי גייט מיט מיר
ס’פֿאַריתומט קול פֿון די וואָס נישטאָ שוין –
דאָס ייִדישע לשון.
כ’האָב עס מיט מילך פֿון דער מאַמע געזויגן,
געטרונקען ווי טאָגליכט מיט מײַנע אויגן;
כ’האָב אין דעם לשון געהערט און פֿאַרנומען
דעם טאַטנס גערייד, די קרעכצן פֿרומע
פֿון מאַמעס און באָבעס.
אָ ייִדיש לשון, מאַמיש לשון,
ווי האָניק ביסט זיס און ביטער ווי גאַל!
מיט דיר כ’בין געשטיגן און געפֿאַלן,
מיט דיר כ’טו לעבן, טרויערן, זינגען,
אין דײַנע צעווייטיקטע אותיות כ’טו זינקען,
ביז ס’וועט דאָס האַרץ אויף שטענדיק אײַנשטילן
מײַן געזאַנג, מײַן ייִדישע תּפֿילה.
(ז’ 187)
אין אַ לענגערער פּאָעמע "פּאָעטן ייִדישע קאַנאַדער," דערמאָנט סימכאָוויטש לשבֿח 22 ייִדישע דיכטער, וואָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן אויף דער קאַנאַדער ערד. אַלע פֿון זיי שוין אויפֿן עולם־האמת, אויסער אים און חוה ראָזענפֿאַרב. אין ליד "אַ תּפֿילה פֿון אַ ייִדישן פּאָעט" בעט דער דיכטער בײַם שׂר פֿון שירה נישט צו ווערן פֿאַרשטומט:
שׂר פֿון שירה, פֿאַרהוילענער קוואַל,
פֿון אמת און שיינקייט אין גרויסן וועלטאַל,
דו האָסט מיך באַשאָנקען מיט גאָלד פֿונעם ליד,
פֿון ייִדישן ליד, וואָס האָט אויפֿגעבליט
ווי צוויט אויף אַ בוים נאָך ווינטער־זאַוויי,
פֿאַרנעם מײַן געבעט, מײַן פֿאַרשטילט געשריי:
זאָל קוואַלן מיט מים חים מײַן ברונעם
און פֿײַכטן מיט ייִדישע ווערטער מײַן גומען
און זאָל מיך מײַן ליד דערהייבן און ערן
און די פֿרוכטיקע טעג זאָלן זיך מערן.
(ז’ 219)
סימכאָוויטש איז זיך מודה, אַז עס קומט אים שוין אָן שווער צו שרײַבן פּאָעזיע. די דרײַ בענד "דער פֿײַערבאַרג" וועלן, זעט אויס, זײַן זײַן עיקרדיקער צושטײַער צום אוצר פֿון דער קאַנאַדער ייִדיש־ענגלישער דיכטונג. "עס זעט אויס," באַמערקט ער, אַז איך האָב שוין אָנגעשריבן אַלץ וואָס איך האָב געוואָלט און געדאַרפֿט זאָגן."
"דער פֿײַערבאַרג," באַנד צוויי, קאָן מען באַשטעלן בײַם מחבר טעלעפֿאָניש:
7199־635 (416)