ליטעראַטור

אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָ­ראָנ­טאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָ­וויט­שעס געזאַמלטע לידער אין אַ צווייש­פּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַ­בע. כאָטש סימ­כאָוויטש האָט שוין פֿאַר­עפֿנט­לעכט אַ צאָל לי­דער־ביכער אין ייִדיש און ענג­ליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערש­טער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָ­ראָנ­טאָ, 2006) אַ לויב­ווערדיקער פּרוּוו צו­נויפֿצופּאָרן זײַנע שאַ­פֿונגען אין ביידע לשו­נות, ייִדיש און ענג­ליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויס­געגעבן געוואָרן דורך דעם טאָ­ראָנ­טער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָ­מיטעט אין אַ באַ­גרענעצטער צאָל עק­זעמפּ­לאַרן.