ליטעראַטור

אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָ­ראָנ­טאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָ­וויט­שעס געזאַמלטע לידער אין אַ צווייש­פּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַ­בע. כאָטש סימ­כאָוויטש האָט שוין פֿאַר­עפֿנט­לעכט אַ צאָל לי­דער־ביכער אין ייִדיש און ענג­ליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערש­טער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָ­ראָנ­טאָ, 2006) אַ לויב­ווערדיקער פּרוּוו צו­נויפֿצופּאָרן זײַנע שאַ­פֿונגען אין ביידע לשו­נות, ייִדיש און ענג­ליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויס­געגעבן געוואָרן דורך דעם טאָ­ראָנ­טער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָ­מיטעט אין אַ באַ­גרענעצטער צאָל עק­זעמפּ­לאַרן. עס איז דער צווייטער טייל פֿון אַ פּאָ­עטי­שער טרי­לאָ­גיע, וואָס נאָכן פֿאַר­ענדיקן וועט זי אײַנ­שליסן אַרום פֿינף הונ­דערט לי­דער און פּאָע­מעס גע­שאַפֿענע אין משך פֿון איבער זעכ­ציק יאָר.

דער נאָמען פֿון אַלע דרײַ ביכער, "דער פֿײַערבאַרג," קלערט אויף סיכאָוויטש, "איז אַ מעטאַפֿאָר סײַ פֿאַרן ברענענדיקן סיני־באַרג, וווּ די ייִדן האָבן מקבל געווען די צען געבאָט און געוואָרן אַן אויסגעוויילט פֿאָלק, און סײַ פֿון דעם ברענענדיקן באַרג פֿון ייִדי­שער פּײַן און מאַרטירערטום בעתן חורבן". אַ גרויסן טייל פֿון סימכאָוויטשעס לידער זײַנען דורכגענומען מיטן גרויל פֿון דעם מאָרד פֿון אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע. אויסער אַן עלטערע שוועסטער, וואָס האָט באַ­וויזן עולה צו זײַן אין 1938 קיין ארץ־ישׂראל, איז סימ­כאָוויטשעס גאַנצע משפּחה אומ­גע­בראַכט געוואָרן אין 1942 בעת דער ליק­ווי­דאַציע פֿון געטאָ אין אָטוואָצק בײַ וואַרשע.

אין דער זעלבער צײַט פֿאַרזעט ניט סימכאָוויטש דאָס לעבן און די פּראָבלעמען פֿון דעם נײַעם לאַנד, קאַנאַדע, וווּ ער לעבט זינט 1949, און פֿון דער נײַער צײַט און ווירקלעכקייט פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם נײַעם, ווי אין פֿריִער­דיקן באַנד, געפֿינען מיר לויבגעזאַנ­גען צום ייִדישן לשון און זײַנע שאַפֿער, פּאָ­עטי­שע באַטראַכטונגען וועגן זיקנה און דער מיסטעריע פֿון לעבן און טויט, און לי­דער אויף סאָציאַלע טעמעס, ווי למשל, די פּאָ­עמע "אַ קדיש פֿאַר דער וועלט," וווּ ער שרײַבט:

אין אַן אויגנבליק וועלן אײַנפֿאַלן
שטאָלצע וואָלק־קראַצערס
אײַנגעוויקלטע אין רויך און פֿלאַמען.
צעטרייסלט וועט ווערן די ערד
פֿון די כּסדרדיקע אויפֿרײַסן;
פֿײַערדיקע ברוכשטיקער וועלן זיך טראָגן
איבערן ווײַטן האָריזאָנט.
(ז’ 157)

די געפֿאַר פֿון אַן אַטאָמישן קאַטאַ­קליזם איז אַקטועל, ביז וואַן די־אָ משיחים זײַ­נען אָנגעשטעלט, דערקלערט סימכאָ­וויטש, און דער אמתער דיכטער, ווי דער נבֿיא אַמאָל דאַרף אָן אויפֿהער וואָרענען די מענטש­הייט.

געבוירן אין 1921 אין אָטוואָצק, האָט סימ­כאָוויטש איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט אָפּגעפֿונען און חתונה געהאַט מיט זײַן יוגנט־פֿרײַנדין פֿריידל פּעלנער, וואָס איז הײַיאָר, דעם 1טן פֿעברואַר, אַוועק פֿון דער וועלט. נאָך דער מלחמה האָט סימ­כאָ­וויטש מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל זיך אומ­גע­קערט קיין פּוילן און אין 1949 עמי­גרירט קיין קאַנאַדע.

"די ערשטע צוויי יאָר," דערציילט סימ­כאָוויטש, "האָב איך געאַרבעט אין אַ שאַפּ. דער­נאָך בין איך אָנגענומען געוואָרן ווי אַ תּלמיד אין מאָנטרעאַלער ייִדישן לערער־סע­מי­נאַר, און נאָכן אָפּלערנען דרײַ יאָר, גע­וואָרן אַ לע­רער אין ייִדישע שולן אין מאָנט­רעאַל און אין אָטאַווע." אין 1961 איז ער אַרי­בערגע­פֿאָרן קיין טאָראָנטאָ און ביז זײַן אַרויסגיין אויף פּענ­סיע געווען דער ביב­ליאָטעקער און קו­ראַטאָר פֿון יודאַיִקאַ־מוזיי בײַ דער "בית־צדק"־קאָנגרעגאַציע אין טאָראָנטאָ.

אויסער די צוועלף ביכער ייִדישער און ענג­לישער פּאָעזיע האָט סימכאָוויטש פֿאַר­עפֿנט­לעכט אַ גרויסע צאָל אַרטיקלען און עסייען אין ייִדישע און ענגלישע צײַט­שריפֿטן אין קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און פּוילן. אַ טייל פֿון זיי זײַ­נען אײַנגעזאַמלט געוואָרן אין בוך "נאָך דעם בלוט־מבול" (טאָראָנטאָ, 2004). סימ­כאָ­וויטש איז אויך דער אויטאָר פֿון אַן אויט­אָביאָ­גראַפֿישן ראָמאַן "אַ שטיפֿקינד בײַ דער ווײַסל" (טאָ­ראָנטאָ, 1992), וואָס איז אַרויס אויך אין ענגליש (טאָראָנטאָ, 1994) און אין פּויליש (וואַרשע, 2005). ער איז אויך דער מחבר פֿון "דאָס ליד וואָס איז נישט געשטאָרבן" (טאָראָנטאָ, 2001), אַן ענג­לישע איבערזעצונג פֿון אַלע געבירטיגס לי­דער מיט אַן אַרײַנפֿיר וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. אַן אַנדערע איבערזעצונג, "אויפֿן חסד פֿון פֿרעמדע" (טאָראָנטאָ, 2005), אַ מע­מואַר פֿון זײַן מומע, גיטל האָפּפֿעלד, וואָס האָט איבערגעלעבט די יאָרן פֿון דער דײַטשי­שער אָקופּאַציע אין פּוילן צוזאַמען מיט אירע צוויי קליינע קינדער.

אין אויגוסט 2007 איז שׂמחה סימכאָ­וויטש, צוזאַמען מיט מאַריאַן דאָמאַנסקי, דעם איבערזעצער פֿון זײַן ראָמאַן אין פּוי­ליש, אײַנגעלאַדן געוואָרן אויף צען טעג קיין פּוילן זיך צו באַטייליקן אין דער יער­לעכער אַזכּרה פֿון 19טן אויגוסט, ווען די אָט­וואָצקער ייִדן זײַנען אָפּגעשיקט גע­וואָרן קיין טרעבלינקע, אָדער דערמאָרדעט גע­וואָרן אויפֿן אָרט. נאָכן אומקערן זיך קיין טאָראָנטאָ האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַ­ריכט וועגן אָט דער נסיעה אין טאָראָנ­טער ענגליש־ייִדישער וואָכנבלאַט און אין דער אָרטיקער פּוילישער צײַטונג.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט די באַקאַנטע טאָראָנטער זינגערין לענקאַ ליכטבערג, צו­זאַ­מען מיטן גיטאַריסט ברײַען קאַץ, אַרויס­גע­לאָזט אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "פּשטות." סימ­כאָ­וויטשעס לידער, ווי זײַן פּער­זענ­לעכ­קייט, זײַנען בײַשפּילן פֿון דיס­טי­לירטער פּשטות­דיקייט. זײַן ליד איז די­רעקט, פֿאַר­שטענד­לעך און אָפֿנהאַרציק. אָט ווי ער שרײַבט וועגן ייִדישן לשון, זײַן שאַ­פֿונג־אינסט­רומענט:

און וווּ איך גיי גייט מיט מיר
ס’פֿאַריתומט קול פֿון די וואָס נישטאָ שוין –
דאָס ייִדישע לשון.
כ’האָב עס מיט מילך פֿון דער מאַמע געזויגן,
געטרונקען ווי טאָגליכט מיט מײַנע אויגן;
כ’האָב אין דעם לשון געהערט און פֿאַרנומען
דעם טאַטנס גערייד, די קרעכצן פֿרומע
פֿון מאַמעס און באָבעס.
אָ ייִדיש לשון, מאַמיש לשון,
ווי האָניק ביסט זיס און ביטער ווי גאַל!
מיט דיר כ’בין געשטיגן און געפֿאַלן,
מיט דיר כ’טו לעבן, טרויערן, זינגען,
אין דײַנע צעווייטיקטע אותיות כ’טו זינקען,
ביז ס’וועט דאָס האַרץ אויף שטענדיק אײַנשטילן
מײַן געזאַנג, מײַן ייִדישע תּפֿילה.
(ז’ 187)

אין אַ לענגערער פּאָעמע "פּאָעטן ייִדי­שע קאַנאַדער," דערמאָנט סימכאָ­וויטש לשבֿח 22 ייִדישע דיכטער, וואָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן אויף דער קאַנאַדער ערד. אַלע פֿון זיי שוין אויפֿן עולם־האמת, אויסער אים און חוה ראָזענפֿאַרב. אין ליד "אַ תּפֿילה פֿון אַ ייִדישן פּאָעט" בעט דער דיכטער בײַם שׂר פֿון שירה נישט צו ווערן פֿאַרשטומט:

שׂר פֿון שירה, פֿאַרהוילענער קוואַל,
פֿון אמת און שיינקייט אין גרויסן וועלטאַל,
דו האָסט מיך באַשאָנקען מיט גאָלד פֿונעם ליד,
פֿון ייִדישן ליד, וואָס האָט אויפֿגעבליט
ווי צוויט אויף אַ בוים נאָך ווינטער־זאַוויי,
פֿאַרנעם מײַן געבעט, מײַן פֿאַרשטילט געשריי:
זאָל קוואַלן מיט מים חים מײַן ברונעם
און פֿײַכטן מיט ייִדישע ווערטער מײַן גומען
און זאָל מיך מײַן ליד דערהייבן און ערן
און די פֿרוכטיקע טעג זאָלן זיך מערן.
(ז’ 219)

סימכאָוויטש איז זיך מודה, אַז עס קומט אים שוין אָן שווער צו שרײַבן פּאָעזיע. די דרײַ בענד "דער פֿײַערבאַרג" וועלן, זעט אויס, זײַן זײַן עיקרדיקער צושטײַער צום אוצר פֿון דער קאַנאַדער ייִדיש־ענגלישער דיכ­טונג. "עס זעט אויס," באַמערקט ער, אַז איך האָב שוין אָנגעשריבן אַלץ וואָס איך האָב געוואָלט און געדאַרפֿט זאָגן."

"דער פֿײַערבאַרג," באַנד צוויי, קאָן מען באַשטעלן בײַם מחבר טעלעפֿאָניש: 7199־635 (416)