‫פֿון רעדאַקציע

נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטי­נער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַ­טאַכ­לאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רע­גי­רונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דער­זען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינ­טער­נאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿ­געקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן.

משפּחה

הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט.

הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַ­טער שטאָט.

פּובליציסטיק
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַ­געס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן.

די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענ­טיטעט.

‫ייִדיש־נײַעס, ליטעראַטור
יענטע מאַש "מיט דער לעצטער הקפֿה: דערציילונגען, אָפּהאַנדלונגען",
זז׳ 233, ה. לייוויק־פֿאַרלאַג,
תּל־אָבֿיבֿ, תּשס״ז — 2007

מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזער­נעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנ­געהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגע­נעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בע­סעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנ­רירן אַ טויטן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּ­וואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך,

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "טוירטל שעל" (טשערעפּאַכע־שאָל) טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אין דער טעאַטער־אַלעע אויף דער 43סטער גאַס אין מאַנהעטן, דאָרט שפּילט זיך הײַנט אָפּ נישט נאָר אַ מוזיקאַלישע טראַגעדיע, נאָר אַ ייִדישע דראַמע פֿון גרויס פֿאַרנעם. די פּיעסע הייסט "פֿריץ און פֿרויעם" (אפֿרים) און עס האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדישן קאָמי­קער, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט צוזאַ­מען מיט טויזנטער ייִדן, וועלכע זײַנען דערשאָסן געוואָרן אין גריבער פֿון דער דײַטשישער, מערדערישער מאָרד־מאַשין. איינער פֿון די שיסער איז טאַקע געווען פֿריץ, וואָס אין אים שפּיגלט זיך אָפּ דאָס גאַנצע פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָ אין אייראָפּע ווערט דער סיכסוך צווישן וואַרשע און מאָסקווע באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. ווי ס‘איז באַ­וווּסט, האָט וואַרשע, אויסנוצנדיק איר וועטאָ־רעכט, בלאָקירט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן סטראַטעגישער מיטאַרבעט, אַן אָפּמאַך, וואָס זײַן טערמין גייט הײַיאָר אויס. וואַרשע שטעלט זיך קעגן דער בויונג פֿון דער צפֿון־באַלטישער גאַזלייטונג "רוסלאַנד — דײַטשלאַנד"; שוין אָפּגערעדט, אַז יעדעס מאָל זוכט וואַרשע אויס אַן אַנ­דער תּירוץ צו קאָמפּראָמיטירן די מאָסקווער פּאָליטיק אין די אויגן פֿונעם "פֿאַרבאַנד".

חורבן
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדן אין אָטוואָצק, אויגוסט 1942, פֿאַר זייער דעפּאָרטאַציע

צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנ­דיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿ­גע­בויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סאָוועטישער אַפֿיש (1927), וואָס באַצייכנט דעם אָנדענק פֿון די געשעענישן פֿונעם יאָר 1905

איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ענת וואַקסמאַן און שלמה בר־אַבא

ס'איז זיכער נישט איבערגעטריבן זיך צו באַציִען צו "די כּתובה" ווי צו אַ קלאַסישער קאָמעדיע. צום וויפֿלטן מאָל האָט מען זי שוין אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז, פֿאַרבלײַבט די פּיעסע פֿאַרווײַלנדיק און עפֿעקטיוו ווי געווען. און וואָס הייסט קלאַסיש, אויב טאַקע נישט אָט די מעגלעכקייט איבערצוחזרן די זעלבע סיטואַציעס און אַרויסרופֿן ווידער אַ געשמאַקן געלעכטער בײַם צושויער, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשטן מאָל? אפֿרים קישון האָט די דאָזיקע קאָמעדיע געשאַפֿן אין די 60ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם י"ה,

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטע­טיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונ­דערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען,