|
אַ סאָוועטישער אַפֿיש (1927), וואָס באַצייכנט דעם אָנדענק פֿון די געשעענישן פֿונעם יאָר 1905 |
|
איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן.
דאָס איבערקערעניש מיט הונדערט יאָר צוריק, אין יוני 1907, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געלערנט ווי אַ טרויעריקע געשעעניש אויף דעם וועג, וואָס לענין און זײַנע חבֿרה-לײַט האָבן דורכגעלייגט צום "ליכטיקן עתיד". דאָס יוני-איבערקערעניש האָט געמאַכט אַ סוף צום גאַנצן טומל מיט אַ היפּשער בלוטפֿאַרגיסונג, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי "די ערשטע רוסישע רעוואָלוציע". די גאַנצע רוסישע אימפּעריע האָט זיך געוואַקלט אין משך פֿון די צוויי מיט אַ האַלב יאָר — פֿון אָנהייב 1905, ווען דעם 9טן יאַנואַר — דער "בלוטיקער זונטיק" — איז אומברחמנותדיק צעשאָסן געוואָרן די מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין פּעטערבורג; די אַקציע האָט איניציִיִרט אַ סך אַנדערע דעמאָנסטראַציעס און אַפֿילו אויפֿשטאַנדן.
צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע זײַנען די ייִדן געווען ניט נאָר קרבנות (אָן פּאָגראָמען האָט אין רוסלאַנד קיין ריכטיקע רעוואָלוציע ניט געקענט דורכגיין); זיי האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט, דער עיקר, אויף דער זײַט פֿון אַנטי-מאָנאַרכיסטישע כּוחות. אָבער אין יוני 1907 האָט די רעגירונג פֿון פּעטער סטאָליפּין ברוטאַל צעטריבן די דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס און פּאַרטייען. די תּפֿיסות זײַנען געווען פֿול געפּאַקט מיט פּאָליטישע אַסירים. די באַפֿעלקערונג האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, איבערגעשראָקן. אין 1907 האָבן געשטרײַקט 740 טויזנט אַרבעטער, אין 1910 — בלויז 46 טויזנט. די סאָציאַליסטן און ליבעראַלן האָט מען פּשוט ניט דערלויבט אַ פּיפּס צו טאָן. דעם מצבֿ הײַנט אין פּוטינס רוסלאַנד פֿאַרגלײַכט מען מיט סטאָליפּינס רעזשים. דעמאָלט האָט מען דאָך אויך געטענהט, אַז רויִקייט איז וויכטיקער פֿון פּראָגרעס.
אַז מע מעסט די געשעענישן פֿון יענער צײַט מיט אַ ייִדישן אַרשין, דאָס הייסט, לויטן פּרינציפּ "איז עס גוט פֿאַר ייִדן?", באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס, דהײַנו: די רעאַקציע-יאָרן זײַנען געווען בדרך-כּלל גוט פֿאַר ייִדישער קולטור. פֿאַרבונדן איז עס געווען טאַקע מיט דעם, אַז צו פֿירן אַ נאָרמאַלע פּאָליטישע טעטיקייט איז געוואָרן כּמעט אוממעגלעך. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען די ייִדישע פּאַרטייען פּשוט אַראָפּ פֿון דער פּאָליטישער אַרענע. צענדליקער טויזנטער מענטשן, וואָס זײַנען געווען אַקטיוו אין אַזעלכע פּאַרטייען ווי דער "בונד", "פּועלי-ציון" און "ציוניסטן-סאָציאַליסטן" (טעריטאָריאַליסטן), האָבן געזוכט וווּ צולייגן די באַפֿרײַטע ענערגיע זייערע. זייער אַ סך פֿון זיי האָבן עס, סוף-כּל-סוף, געפֿונען אין כּלערליי לעגאַלע און האַלב-לעגאַלע קולטורלערע אונטערנעמונגען.
אַ סבֿרא, אַז אויב די סיטואַציע וואָלט געווען מער גינציק פֿאַר פּאָליטישער טעטיקייט, וואָלט אַזאַ מענטש ווי בער באָראָכאָוו ניט געהאַט קיין צײַט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. "אַ דאַנק" סטאָליפּינס רעפּרעסיוון רעזשים, האָט באָראָכאָוו פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, וואָס וועט זיך שפּעטער צעבליִען אין דעם ווילנער ייִוואָ און אַנדערע ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע צענטערס.
ס'איז וויכטיק, אַז סטאָליפּינס רעזשים האָט ניט ליקווידירט די בירגערלעכע פּרעסע און די פֿאַרלאַגן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן נאָך דעם צאַרישן מאַניפֿעסט פֿון אָקטאָבער 1905, ווען דאָס געדרוקטע וואָרט האָט באַקומען ניט צו פֿאַרגלײַכן מער פֿרײַהייט. באַזונדערס אַקטיוו איז געוואָרן די ייִדישע פּרעסע אין וואַרשע: אין 1906 האָט די שטאָט געהאַט פֿינף טעגלעכע ייִדישע צײַטונגען, וועלכע האָבן צוזאַמען געדרוקט כּמעט 100 טויזנט קאָפּיעס. נאָך כּמעט 40 טויזנט קאָפּיעס האָבן געדרוקט דרײַ וועכנטלעכע ייִדישע וואַרשעווער צײַטונגען. די ייִדישע פּרעסע האָט זיך אַנטוויקלט אויך אין אַנדערע שטעט.
אין יענער צײַט האָט מען אין די ייִדישע אונטערנעמונגען געקענט זען מיטאַרבעטער, וועלכע זײַנען נאָך ניט לאַנג צוריק געווען מיטגלידער פֿון קאָנקורירנדיקע פּאַרטיייִשע שטראָמען און געווען פֿאַרטאָן מיט פֿירן צווישן זיך אידעאָלאָגישע מלחמות. אָבער איצט זײַנען זיי געווען גרייט צו אַ קאָאָפּעראַציע אין קולטור-פּראָיעקטן. אַזוי וועט עס פֿאַרבלײַבן אין דעם קומענדיקן יאָרצענדליק, ביז דער רעוואָלוציע אין 1917, ווען דער עולם וועט זיך ווידער צעשפּאַלטן אויף בונדיסטן, פּועלי-ציוניסטן וכ', און אַ היפּשע צאָל ייִדישע אַקטיוויסטן וועלן זיך פֿאַרליבן אין קאָמוניזם. אָבער אַפֿילו שפּעטער וועט נאָך עפּעס אַ צײַט ניט אין גאַנצן פֿאַרשווינדן די געוווינהייט צו אַרבעטן צוזאַמען בײַ קולטור-פּראָיעקטן. אַזוי וועט עס זײַן, למשל, אין דער קיִעווער "קולטור-ליגע" אין משך פֿון די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע; און שפּעטער וועט דער "ייִוואָ" זיך אויך סטאַרען צו בלײַבן נייטראַל.