פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָ אין אייראָפּע ווערט דער סיכסוך צווישן וואַרשע און מאָסקווע באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. ווי ס‘איז באַ­וווּסט, האָט וואַרשע, אויסנוצנדיק איר וועטאָ־רעכט, בלאָקירט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן סטראַטעגישער מיטאַרבעט, אַן אָפּמאַך, וואָס זײַן טערמין גייט הײַיאָר אויס. וואַרשע שטעלט זיך קעגן דער בויונג פֿון דער צפֿון־באַלטישער גאַזלייטונג "רוסלאַנד — דײַטשלאַנד"; שוין אָפּגערעדט, אַז יעדעס מאָל זוכט וואַרשע אויס אַן אַנ­דער תּירוץ צו קאָמפּראָמיטירן די מאָסקווער פּאָליטיק אין די אויגן פֿונעם "פֿאַרבאַנד".

פֿאַרוואָס קומט אַזוי פֿאָר? פֿאַרשטייט זיך, נישט בלויז צוליב די פֿאַרווערן פֿון רוסלאַנד אַרײַנצוברענגען אינעם לאַנד פֿלייש פֿון פּוילן. וואַרשע, ווי אַ נײַ לאַנד אינעם "פֿאַרבאַנד", נוצט אויס יעדע געלעגנהייט, צו ווײַזן די אַלטע מיטגלידער, אַז פּוילן איז אויך נישט אַבי ווער. מיט פּוילן מוז מען זיך אויך רעכענען. הײַנט האַלט שוין פּוילן בײַ אַ נײַעם סיכסוך מיט רוסלאַנד: צוליב דעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. ריכטיקער געזאָגט, צוליב די קרבנות פֿון דעם טרויעריק־באַרימטן טויט־לאַגער.

דער סיכסוך וועגן דער בירגערלעכער אָנגעהעריקייט פֿון אַ טייל חורבן־קרבנות האָט זיך אָנגעהויבן נאָך מיט דרײַ יאָר צוריק, ווען די אַדמיניסטראַציע פֿונעם מוזיי־קאָמפּלעקס "אוישוויץ־בירקינאַו" האָט פֿאַר­מאַכט די רוסלענדישע עקספּאָזיציע. וואָס איז געווען די סיבה? דערקלערט האָט מען עס אַזוי: "צוליב דער נויטווענדיקייט צו באַזײַטיקן די אומאַנטשפּרעכיקייט פֿונעם אינהאַלט צווישן דער רוסלענדישער עקס­פּאָזיציע און דעם אינהאַלט פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע עקספּאָזיציעס". "די אַנדערע" — מיינט קודם־כּל, די פּוילישע עקספּאָזיציע. די אמתע סיבה אָבער שטעקט אין דעם, אַז די חורבן־קרבנות, וועלכע האָבן פֿאַרן פּאַקט "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" געלעבט אויף די פּוילישע טעריטאָריעס, זײַנען נאָכן יאָר 1939 פֿאַררעכנט געוואָרן ווי בירגער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. די זעלבע נעמען געפֿינען זיך אויף דער אַלגעמיינער סטאַטיסטישער ליסטע פֿון אומגעקומענע אין דער אַזוי גערופֿענער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה".

דער פּוילישער צד איז מיט אַזאַ "סטאַ­טיסטיק" נישט מסכּים; אין פּוילן האַלט מען, אַז ס‘איז נישט יושרדיק צוצורעכענען די געוועזענע פּוילישע בירגער צו די קרבנות, אומגעקומען כּלומרש אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע. עס איז אַוודאי קלאָר, אַז די טענה האָט גיכער צו טאָן מיטן אַלטן פֿאַרשלעפּטן קאָנפֿליקט צווישן די רוסן און פּאָליאַקן, איידער צום היס­טאָרישן יושר. אַפֿילו די אַדמיניסטראַציע פֿונעם מוזיי־קאָמפּלעקס "אוישוויץ־בירקי­נאַו" פֿאַרשטייט, אַז דער ענין פֿון "טיילן קרבנות" פֿאַרשאַפֿט זיי נישט קיין כּבֿוד. האָבן זיי געפֿונען אַ פֿאַרענטפֿער, אַז זייער באַשלוס איז מאָטיווירט מיטן קאַמף קעגן די נעאָ־נאַציס, אַנטיסעמיטן און די אָפּליי­קערס פֿונעם חורבן. "קוקט, — טענהן זיי, — אויב די זעלבע נעמען פֿון די ייִדישע קרבנות וועלן זיך איבערחזרן אין פֿאַרשידע­נע ליסטעס — אין די רוסלענדישע און אין די פּוילישע — וועלן די נעאָ־נאַציס באַלד אָנהייבן שרײַען, אַז די צאָל ייִדישע קרבנות איז בכּיוון פֿאַרהעכערט!"

דער סיכסוך גייט דערווײַל אָן ווײַטער, הגם סײַ דעם רוסלענדישן צד און סײַ דעם פּוילישן צד אַרן די חורבן־קרבנות גופֿא ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. דער אמת איז, אַז צו פֿרעגן הײַנט וועגן זייער בירגערשאַפֿט איז נישטאָ וועמען; זיי זײַנען אַלע פֿאַר­ברענט געוואָרן אין די אויוונס פֿון אוישוויץ און אַנדערע טויט־לאַגערן. אָבער לאָמיר דער­לאָזן, אַז ס‘איז געשען אַ נס... וואָס וואָלטן זיי, די מיליאָנען אומגעבראַכטע ייִדן דעמאָלט געזאָגט? געזאָגט וואָלטן זיי, אַז מיטן דער­נידעריקן און אויסמאָרדן די ייִדן אין פּוילן און אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך באַשעפֿ­טיקט נישט בלויז די דײַטשן, נאָר אויך די אָרטיקע באַפֿעלקערונג. אַז קודם־כּל, וואָלטן ביידע צדדים געדאַרפֿט אָנערקענען זייער אייגענע שולד פֿאַרן אומברענגען אומשול­דיקע מענטשן, וועגן וועלכע מען קריגט זיך איצט צו וועמען זיי אָפֿיציעל "צוצושרײַבן" — צו פּוילן צי צו רוסלאַנד?

לאָמיר זיך דאָ דערמאָנען כאָטש איין פֿאַל: אין אַפּריל 1943, ווען די וואַרשעווער געטאָ האָט געברענט און די ייִדישע אויפֿ­שטענדלער האָבן זיך געשלאָגן ביז דער לעצ­טער קויל, האָט די "אַרמיאַ קראַיאָוואַ" זיך געמאַכט כּלא־ידע; נישט געאײַלט זיך זייער אַרויסצוהעלפֿן ייִדישע בירגער. זעט אויס, אַז דעמאָלט האָבן זיי די וואַרשעווער ייִדן נישט געהאַלטן פֿאַר פּוֹילישע בירגער. זיי האָבן געוואַרט, אַפּנים, ביז די דײַטשן וועלן אויסהרגענען אַלע ייִדן, כּדי דערנאָך איבער­צונעמען די שטאָט, שוין פֿרײַ פֿון ייִדן.

נישט בעסער האָט אויסגעזען דער גורל פֿון די ייִדן, וועלכע זײַנען געבליבן אויף דער טעריטאָריע, אָקופּירט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָכן "פּאַקט" פֿון 1939; אָדער פֿון די, וואָס ס‘האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן נאָך דעם ווי דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן. אַ סך פּוילישע ייִדן, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט זיי דעפֿינירט ווי בורזשואַזע עלמענטן, אַקטיוויסטן פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע פּאַרטייען, רעליגיעזע אויטאָריטעטן זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר. און אַפֿילו די ייִדן, וואָס מ‘האָט זיי נישט געטשעפּעט און געלאָזט ווײַטער וווינען אין זייערע הײַזער, האָט די נײַע מאַכט זיך נישט געאײַלט אַרויסצוהעלפֿן, בעת די דײַטשישע אַרמיי איז שוין גע­שטאַנען בײַ דער שוועל. אין טיף פֿון לאַנד האָט מען, קודם־כּל, אַרויסגעפֿירט די אינדוסטריע, די טורמעס, די משפּחות פֿון הויך־געשטעלטע טשינאָווניקעס... אָבער נישט די ייִדן, וואָס מ‘הנאָט גוט געוווּסט, אַז זיי וועלן פֿאַלן די ערשטע קרבנות.

וואָס זשע וואָלטן געענטפֿערט די אומ­געבראַכטע ייִדן, אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים? צי זײַנען זיי סאָוועטישע, צי אפֿשר פּוילישע בירגער?