משפּחה

הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט.

הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַ­טער שטאָט. אין אונדזערע קרײַזן, בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, שיקט מען זיי אָבער נאָך ווײַטער — קיין ישׂראל, זיך לערנען אַ יאָר אין ישיבֿה (בײַ מיידלעך הייסט עס אַ סעמינאַר), איידער זיי הייבן אָן שטודירן אין אוניווערסיטעט. דאָס לערנען אַ יאָר אין ישׂראל איז שוין געוואָרן אַזאַ פֿעסטער מינהג בײַ די מאָדערן־פֿרומע אין אַמעריקע, אַז ווען מיר — מײַן מאַן, לייבל און איך — האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און באַשלאָסן צו שיקן די קינדער גלײַך אין אוניווערסיטעט, האָט מען אויף אונדז געקוקט ווי אויף אַ בייז־וווּנדער.

פֿון איין זײַט, פֿאַרשטיי איך פֿאַר וואָס די עלטערן און די רבנים פּריידיקן, אַז די יונגע לײַט זאָלן זיך לערנען אַ יאָר אין ישׂראל. זיי זאָרגן זיך, אַז אויב די בחורים און מיידלעך וועלן, גלײַך נאָכן גראַדויִרן פֿון דער מיטלשול, אַוועק אין אוניווערסיטעט, וועלן זיי אפֿשר צעטומלט ווערן פֿון די פֿרעמדע ווערטן אין דער סעקולערער וועלט — אַ וועלט, וווּ מע גייט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין קינאָ, וווּ מע עסט שינקע מיט קעז, און וווּ פֿאַרליבטע פּאָרלעך ווערן פֿיזיש אינטים איינער מיטן צווייטן — און אפֿשר אַפֿילו אַראָפּ פֿון דרך. מע זאָגט, אַז בעתן לערנען אַ יאָר אין ישיבֿה, ווערן די יונגע בחורים און מיידלעך אַזוי נתפּעל פֿון פֿירן אַ פֿרום לעבן, אַז זיי קאָנען בעסער בײַשטיין די יצר־הרעס פֿון דער סעקולערער וועלט, ווען זיי קומען אָן אין קאַלעדזש.

דאָס קאָן טאַקע זײַן אמת, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, טראָגט דאָס יאָר אין ישׂראל בײַ מיר אויך אַ ריזיקע. במשך פֿון דערציִען מײַנע קינדער האָב איך אַרײַנ­געלייגט אַ סך מי אײַנצופֿלאַנצן אין זיי אַ ליבשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער שפּראַך, און איך האָב מורא, אַז אויב זיי וועלן לעבן אַ יאָר אין ישׂראל, וווּ דאָס העברעיִשע לשון ווערט באַטראַכט בײַ ס׳רובֿ מענטשן ווי די "איינציקע" לע­בעדיקע ייִדישע שפּראַך, וועלן מײַנע קינדער אויך אינספּירירט ווערן, ווי אַ סך אַזוינע תּלמידים, עולה צו זײַן; און דאָס וועט זײַן דער סוף פֿון מײַן חלום צו האָבן ייִדיש־רעדנדיקע אייניקלעך...

הכּלל, האָבן מיר זיי געשיקט אין אוני­ווערסיטעט אָן דעם יאָר אין ישיבֿה, און ס׳האָט זיי, ווײַזט אויס, גאָר נישט גע­שאַט. נאָכן פֿאַרענדיקן די סעקולערע אינ­סטיטוציע זענען די צוויי עלטערע בנים פּונקט אַזוי פֿרום, אויב נישט נאָך פֿרי­מער, ווי ווען זיי זענען אַהין אַרײַן. און דאָס שאַפֿט מיר, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך פֿאַרגעניגן.

(אונדזער בכור, מנחם־יאַנקל, האָט, אַגבֿ, נאָכן גראַדויִרן פונעם קאַלעדזש, יאָ פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין ישׂראל, אָבער דעמאָלט איז ער שוין געווען 21 יאָר אַלט, און אַ סך זיכערער וועגן זײַן אידענטיטעט, בפֿרט וואָס שייך ייִדיש.)

במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר, זינט מײַנע דרײַ זין פֿאַרלאָזן, איינציקווײַז, די היים (צו ערשט, יאַנקל, וואָס איז אַוועק אין "ראָטגערס"־אונווערסיטעט אין ניו־דזשערזי; דערנאָך נפֿתּלי — אין "בראַנדײַס", אין באָסטאָן, און פֿאַראַיאָרן — גדליה, אין "ראָטגערס") פֿיל איך זיך נישט רויִק. איך שעם זיך נישט צו זאָגן, אַז איך בין זייער צוגעבונדן צו זיי. ס׳מאַכט נישט אויס, אַז איך האָב אַן אַרבעט, וואָס געפֿעלט מיר; אַ גוטן מאַן; געטרײַע פֿרײַנד, און אַז כ׳בין אַקטיוו אין דער פֿאַרוואַלטונג אין מײַן שיל; מײַנע קינדער זענען בײַ מיר פֿאָרט דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כּמעט יעדע וואָך פּרוּוו איך זיי אײַנרעדן אַהיימצוקומען אויף שבת, טענהנדיק, אַז זיי וועלן הנאה האָבן פֿונעם גאַסט אָדער געסט, וואָס איך האָב פֿאַרבעטן אויף מיטאָג. מנחם־יאַנקל, האָט, סוף־כּל־סוף, אויפֿגעדעקט מײַן סטראַטעגיע. "מאַמי — זאָגט ער מיר פֿאַרגאַנגענע וואָך, נאָך מײַן פֿאַרבעטן אים צום הונדערטסטן מאָל — ווי אַזוי קען איך דיר גלייבן, אַז דער גאַסט וועט מיך אינטערעסירן, אַז דו זאָגסט מיר דאָס יעדע וואָך?"

גלוסט זיך מיר דעמאָלט אויסצוזינגען דאָס ליד וואָס פֿרענק סינאַטראַ זינגט אינעם מיוזיקל Guys & Dolls:

"So sue me, sue me, what can you do me? I love you..."

(נו, קלאָג זשע מיך אין געריכט, וואָס קען איך טאָן? כ׳האָב דיך ליב...)

דאָס שווערסטע פֿון אַלץ איז זיך צוצוגעוווינען צו די ליידיקע ערטער בײַם טיש. במשך פֿון אונדזער מיזיניק גדליהס לעצטן יאָר מיט אונדז, האָבן מיר אַלע דרײַ, יעדן אויפֿ­דערנאַכט, געגעסן ווע­טשערע אין איינעם, גע­שמועסט וועגן די געשעע­נישן פֿון טאָג, גע­פֿרעגט אים ווי עס גייט אין די קלאַסן און מיטן שטודירן פֿאַר די SAT‘s (די אַרײַנ­גאַנג־עקזאַמענס פֿאַר קאַלעדזש). שבת האָט גדליה געמאַכט קידוש אין זײַן שיין, הילכיק קול, און בכלל אַרײַנגעבראַכט מיט זײַן פֿרומקייט אַ שטימונג פֿון קדושה. אָבער זינט גדליה איז אַוועק, איז שאַ־שטיל. לייבל און איך זיצן איינער קעגן אַנדערן, ברעכן די שטילקייט מיט אַ וואָרט דאָ און דאָרט, און פּרוּוון נישט צו באַמערקן ווי ליידיק עס איז אין שטוב.

אַ מאָל, ווען עס ווערט מיר קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן, דערמאָן איך זיך אין לייבלס פֿאַרשטאָרבענער מומע טעמע. מיט אַ צוואָנציק יאָר צוריק, נאָך דעם ווי אירע קינדער האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿון דער היים, איז זי אַרײַנגעפאַלן אין אַזאַ דע­פּרעסיע, אַז זי האָט זיך קיין מאָל נישט אָפּגעטרייסלט דערפֿון. דער אמת איז, זי האָט גלײַכצײַטיק געליטן פֿון אַן ערנסטער דריזן־קראַנקייט און די דאָקטוירים האָבן משער געווען, אַז דאָס האָט מסתּמא גע­ווירקט אויף אירע האָרמאָנען, און במילא אויף איר גײַסטיקן געזונט. די קרובֿים האָבן אָבער געהאַלטן אַנדערש. "טעמע איז יאָרן לאַנג געווען אַזוי איבערגעגעבן אירע קינדער — האָבן זיי געזיפֿצט — אַז ווען זיי זענען אַוועק, האָט זי, נעבעך, מער נישט געזען קיין זינען אינעם לעבן."

הגם ס׳רובֿ מענטשן וועלן האַלטן, אַז די דערקלערונג פֿונעם דאָקטער שטימט מער מיט דער וויסנשאַפֿט, איז דער פּשט פֿון די קרובֿים מיר דווקא אַ סך נעענטער צום האַרצן.

ס׳קען זײַן, אַז דער איצטיקער איבער­גאַנג וואָלט מיר געווען גרינגער, ווען כ׳וואָלט געהאַט טעכטער. מע האָט מיר נישט איין מאָל געבראַכט צו פֿירן דאָס ווערטל, אַז אַ זון בלײַבט אַ זון ביז ער האָט חתונה, בעת אַ טאָכטער איז אַ טאָכטער אויפֿן גאַנצן לעבן. דער איינציקער אויסנאַם, טרייסט מען מיך, איז ווען די מאַמע קומט אַזוי גוט אויס מיט דער שנור, אַז ס׳איז ממש ווי זי האָט געקראָגן אַ טאָכטער.

אונדזער מאָדערנע געזעלשאַפֿט האַלט נישט פֿון מאַמעס ווי איך. די פּסיכאָלאָגן וואָרענען, אַז אַ מאַמע וואָס לאָזט נישט אירע פֿייגעלעך אַוועקפֿליִען, דערשטיקט זייער אומאָפּהענגיקייט און שאַט זיי גײַס­טיק אינעם לעבן. מײַן תּנאי, אַז די קינדער מוזן וווינען אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן נאָך דעם ווי זיי האָבן חתונה (דער שטח נעמט אויך אַרײַן ניו־דזשערזי און קאָנעטיקאָט), וועט זיי, נעבעך, נישט דערמעגלעכן מקיים צו זײַן דעם חלום פֿון יעדן ייִד צו "מאַכן עליה" אָדער צו וווינען אינעם פּרעכטיקן קלימאַט פֿון קאַליפֿאָרניע. עס וועט זיי נישט דערמעגלעכן צו נעמען אַן אָנגעזעענעם פּאָסטן אין מישיגען אָדער פֿלאָרידע.

פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן זיי יאָ קענען זיך פֿאַרלאָזן אויף זייערע ברי­דער, טאַטע־מאַמע, שוועסטערקינדער, פֿע­טערס און מומעס — סײַ וואָס שייך דער געזעלשאַפֿט (זיך צוכאַפּן אויף אַ גלעזל טיי, פֿאַרברענגען אַן אָוונט אָדער אַ שבת אין איינעם), סײַ וועגן מער פּראַקטישע זאַכן, ווי פֿאַרריכטן דעם קאָמפּיוטער, באָרגן אַן אויטאָ אָדער, אם־ירצה־השם, העלפֿן אויפֿפּאַסן אויף די קינדער.

מיר דאַכט זיך, דאָס איז גאָר נישט אַזוי שלעכט ...