פּובליציסטיק

פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַ­געס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן.

די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענ­טיטעט.

דער רײַכסטער קוואַל פֿון אויטענטישע ייִדישע נעמען איז די תּורה, וואָס אַנטהאַלט צוויי טויזנט אַכט הונדערט פּערזאָניקע נעמען. אַ סך פֿון זיי זײַנען די אַזוי גערופֿענע טעאָפֿאָרישע נעמען, דאָס הייסט, זיי טראָגן אין זיך אַ פֿולן אָדער אַ געקירצטן, אָדער אַ טראַנספֿאָרמירטן נאָמען פֿון גאָט (וועלכער טראָגט בײַ די ייִדן, ווי ס'איז באַוווּסט, אַ גאַנצע ריי נעמען). דאָס זײַנען אַזעלכע אוראַלטע נעמען מיט דעם טיילעכל "אל" (גאָט), ווי מיכאל, ישׂראל, ישמעאל, אלנתן, אליקים. אָבער אויך אַזוינע זייער אַלטע נעמען, ווי יוחנן, יונתן, א"אַ.

אין דער תּורה טרעפֿן מיר אַ צאָל אַט­ריבוטיוו־נעמען וואָס ווײַזן אָן אויף דער באַציִונג פֿון די עלטערן צום קינד: ידידה (פֿרײַנדין), לבֿן (ווײַסער), צי נעמען פֿון פֿלאַנצן אָדער חיות: תּמר (פּאַלמע), רחל (שאָף), דבֿורה (בין).

נאָכן אומקערן זיך פֿון בבֿל דרינגען אַרײַן אין דער ייִדישער אָנאָמאַסטיק פּער­סי­שע נעמען: מרדכי, אסתּר, זרובבֿל, און אין דער העלעניסטישער תּקופֿה — גריכישע נעמען: אריסטאָבול, גירקאָן. עס אַנטשטייען אויך אַזעלכע משפּחה־נעמען ווי בת־חשמונאָים, אָדער בני־טובֿיה.

אין מיטלאַלטער הייבט מען אָן בײַ די ייִדן געבן דעם קינד צוויי נעמען — אַ ייִדישן און דווקא ניט קיין ייִדישן, אָבער פֿון דעם זעלבן באַטײַט: אלזר־מאַנסור, חיים־וויטאַל. און די געשמדטע ייִדן רופֿן שוין אָן די קינדער מיט נעמען, וואָס ווײַזן אָן אויף זייער איבערגעגעבנקייט דעם קריסט­לעכן גלויבן, צום בײַשפּיל, פּאַבלאָ דאַ סאַנטאַ־מאַריאַ.

מ'פֿלעגט אויך צוגעבן צום ייִדשן נאָ­מען עפּעס אַ שטאָט־ אָדער געביט־נאָמען — משה דע לעאָן (משה פֿון לעאָן).

די נויטווענדיקייט צו געבן דעם מענטשן אַ פֿאַמיליע־נאָמען איז אַנטשטאַנען סוף דעם 18טן י"ה, און די ייִדן האָבן עס אויכעט ניט אויסגעמיטן — מחמת דער עמאַנציפּאַציע און זייער אײַנשליסן זיך אין דער עקאָנאָמיע און דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אין 1787 האָט דער אימפּעראַטאָר יאָזעף דער צווייטער באַפֿוילן, אַז אַלע ייִדן אין עסטרײַך דאַרפֿן אָננעמען פֿאַמיליעס, לויט דער דײַטשישער פֿאָרעם, דערבײַ אָבער ווײַטער טראָגן זייערע ביבלישע נעמען, כּדי עס זאָלן ניט אָפּגעווישט ווערן די גרענעצן צווישן די ייִדן און קריסטן.

און טאָמער האָט זיך עפּעס אַ ייִד אָפּ­געזאָגט אויסצוקלײַבן אַ פֿרעמדן פֿאַמי­ליע־נאָמען, האָט ער אים געמוזט באַקומען פֿון אַ ספּעציעלער קאָמיסיע — און צו מאָל, ווי אַ שטראָף, עפּעס אַזאַ מיאוסן אָנרוף, ווי עזעלסקאָפּף, שנאַפּסער אָדער קנאָבלאַוך.

אין פֿראַנקרײַך האָבן די ייִדן באַקומען פֿאַמיליעס לויט דעם דעקרעט פֿון נאַ­פּאָ­לעאָן, אין 1808.

אין פּרײַסן איז אַזאַ דעקרעט אַרויס­געגעבן געוואָרן אין 1812. און אויף וויפֿל ס'איז פֿאַר דער גאַנצער "אָפּעראַציע" אויס­גע­טיילט געווען בלויז אַ האַלב יאָר, האָבן די ייִדן שוין אויסגעקליבן פֿאַמיליע־נעמען לויטן פּרינציפּ "דער ערשטער־בעס­טער": מענדעלסאָן (דער זון פֿון מענדל) יאַקאָבסאָן, נאַטאַנזאָן; באָמבערגער (פֿון דער שטאָט באָמבערג); דרוקער (לויטן באַרוף); גראָס (דער גרויסוווּקסיקער), ווײַס (אַ גרויהאָריקער), א"אַ. (150 יאָר שפּעטער האָבן די נאַצי־מאַכטן זיך דערשראָקן, אַז דאָס איז צו ווייניק אויף צו אונטערשיידן אַ ייִד פֿון אַ דײַטשן, און האָבן פֿאַר די ייִדן באַשטימט 185 מענלעכע און 91 פֿרוייִשע נעמען, צו וועלכע עס זײַנען אומבאַדינגט צוגעגעבן געוואָרן — "ייִסראַעל" — פֿאַר אַ מאַן, און "סאַראַ" — פֿאַר אַ פֿרוי).

* * *

אין רוסלאַנד האָט זיך מיט דער "ייִדישער פּראָבלעם" פֿאַרנומען דער פּראָמינענטער דיכטער און וויכטיקער מלוכישער טוער גאַווריִיִל דערזשאַווין, וועלכער איז אַרויס­געקומען מיט אַ פּראָיעקט, לויט וועלכן די ייִדן האָבן אין 1804 אָנגעהויבן צו באַקומען פֿאַמיליע־נעמען. דאָס זײַנען געווען, ווי אין פּרײַסן, פּאַטראָנימישע קאָנסטרוקציעס — אַבראַמאָוויטש, אַבראַמסאָן; אָדער מאַט­ראָ­נימישע — ריווקין, מאַלקין; אָדער טאָ­פּאָנימישע — בערדיטשעווסקי, מאָגילעווער; ווי אויך פֿאַמיליעס לויטן באַרוף — פֿורמאַן, פֿידלער, שנײַדער. ניט זעלטן פֿלעגט מען זיי אָפֿיציעל געבן שפּיצנעמען — רויטער, קליין אד"גל. אָדער מ'האָט זייער ביבלישן נאָמען איבערגעמאַכט אויף אַ באַליידיקונג־פֿאָנעטישן רוסישן אופֿן: משה איז געוואָרן מאָשקאַ, שׂרה — סורקאַ. קעגן דעם האָט גע­שריבן אין זײַן אַרטיקל "וועגן מאָשקעס און יאָסקעס" דער שרײַבער אָסיפּ ראַבי­נאָוויטש.

אין 1917 האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אַנאָמאַסטישע אַסימילאַציע. די ייִדן האָבן זיך גענומען רוסיש־קלינגענדיקע, הויך־קלינגעוודיקע פֿאַמיליעס — גאָלאָדני, זשעלעזנאָוו, סוועטלאָוו. אויך די אייגננע­מען האָט מען "רוסיפֿיצירט": בערל איז געוואָרן באָריס, הירש — גריגאָרי, לייב — לעוו. אָדער — "אינטערנאַציאָנאַלע" נעמען — אַרטור, קאַרל, מאַרלען (מאַרקס־לענין), ווילען (וולאַדימיר איליטש לענין), א"אַ.

אין ארץ־ישׂראל האָבן די אָנגעקומענע פֿון אייראָפּע און פֿון רוסלאַנגד ייִדן העב­רעיִזירט זייערע פֿאַמיליעס, קודם־כּל, די פּאָליטישע טוער: שימשעלעוויטש ווערט בן־צבֿי, גרין — בן־גוריון, רובאַשאָוו — שז"ר. דעם פּראָצעס פֿון העברעיִזאַציע האָט שפּעטער ענערגיש, כּמעט מיט צוואַנג סטי­מו­לירט די ישׂראלדיקע ביוראָקראַטיע.

פּאַראַלעל מיט דעם האָט זיך נאָך דעם צווייטן וועלטקריג אַנטוויקלט אין ישׂראל אַ נײַע טענדענץ — בײַטן די ייִדי­שע נעמען אויף "אייראָפּעיִשע". און ווי­דער — מיט כּוח. די דאָזיקע טענדענץ און די מיט­לען וואָס די ביוראָקראַטן האָבן אָנ­גע­נו­מען, האָט מיט צאָרן און ווייטיק באַשריבן מרדכי צאַנין אין זײַן דערציילונג "יאַדוויגאַ".

"נאָך דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה, ווען די באַפֿעלקערונג איז אויף ס'נײַ רע­גיסטרירט געוואָרן, האָב איך געבעטן צו פֿאַרשרײַבן מיך מיט מײַן אמתן נאָמען, מיט די נעמען פֿון מײַנע עלטערן, איך זאָל צוריק ווערן אַבֿרהם־יהושע־העשל קריגער. דערויף האָט דער באַאַמטער געזאָגט צו מיר ייִדישלעך:

— רב ייִד, איר גייט אָפּטאָן אַ נאַרישקייט. פֿון אַבֿרהם־יהושע־העשל טראָגט זיך אַ גלותדיקער ריח. אויך פֿון דעם נאָמען שוואַרץ, ווי איר הייסט ביז איצט. סטעפֿאַן מיינט אייראָפּע און ווי איר זײַט אַ לערער פֿון געשיכטע וועט אײַך דער נאָמען סטעפֿאַן גוט דינען.

[...]

שטאַרקנדיק נאָך מער מײַן רויִקייט האָב איך געזאָגט:

— פּאָליאַקן־אַנטיסעמיטן פֿלעגן זאָגן, אַז פֿון ייִדן טראָגט זיך דער ריח פֿון ציבל און קנאָבל, און איר גייט ווײַטער און זאָגט, אַז פֿון די ייִדישע נעמען טראָגט זיך דער ריח פֿון גלות. [...] ווען נישט דער אידעאַליזם, וואָס האָט געצײַטיקט אין גלות, וואָלט קיין ייִדישע מדינה נישט אויפֿגעקומען און איר וואָלט דאָ נישט געזעסן צו זאָגן מיר דעות וואָס איך האָב צו טאָן מיט מײַן נאָמען".