- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(נעלי זאַקס, 1970-1891) "נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן". עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME" לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַרגאַרעט
איר, וואָס איר לעבט פֿאַרזיכערט
האַרי מוליש, דער באַקאַנטער האָלענדישער שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1927, אין דער פֿאַמיליע פֿון אַ געוועזענעם עסטרײַכישן אָפֿיציר און אַ פֿראַנקפֿורטער ייִדישקע. זײַן פֿאָטער, קאַרל וויקטאָר מוליש, איז אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע (1945— 1940) געווען דירעקטאָר פֿון דער באַנק וואָס האַט אַדמיניסטרירט די קאָנפֿיסקאַציעס פֿון דעם ייִדישן אייגנטום. אין זײַנע זכרונות שרײַבט מוליש: "איך האָב געלעבט בײַם פֿאָטער אין האַרלעם, צוואַנציק קילאָמעטער פֿון אַמסטערדאַם, און מײַן מאַמע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם און האָט געטראָגן אַ געלן מגן-דוד. "בײַ אָ-דעם אָפֿיציר איז פֿאַראַן אַ מין ליבע צום מיטמענטשן. אין די תּפֿיסות, אין די לאַגערן, אין אַנדערע אַזעלכע ערטער וועט זיך תּמיד געפֿינען אָט אַזאַ אָפֿיציר אָדער סערזשאַנט, וואָס וועט דיר אומקערן דאָס גלייבן אין לעבן, און אַפֿילו ווען ער פֿירט דיך שוין אויף צעשיסן, ווייסטו, אַז ער טוט עס נישט ווײַל סע פֿאַרשאַפֿט אים אַ גרויסע הנאה, נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין ברירה". "אַן אײַנגעבוירענער צאַרטלעכער ליריקער — האָט ער אויסגעקליבן דעם וועג פֿון קאַמף און פֿון טוּוּנג". איליאַ ערענבורג "מײַן חבֿר ערנסט טאָלער האָט געהאַט צו פֿיל האַרץ פֿאַר אַנדערע, אַז ער זאָל נאָך טראַכטן וועגן זײַן אייגענעם שאַפֿן. מ'האָט געקענט זאָגן, אַז ער ברענט ווי אַ ליכט, אונטערגעצונדן פֿון ביידע זײַטן...". ליאָן פֿויכטוואַנגער עזשען איאָנעסקאָ איז איינער פֿון די סאַמע באַרימטע דראַמאַטורגן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אין איינעם מיט דעם ענגליש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט (זע: "פֿאָרווערטס", 2006־26־5) גילט ער ווי דער מיטגרינדער פֿון דער מאָדערנער עסטעטישער "אַבסורד"־שטרעמונג (הגם די ערשטע פּיעסע פֿון דעם "טעאַטער אַבסורד" האָט געשאַפֿן אַלפֿרעד זשאַרי נאָך אין יאָר 1894 — "Ubu Roi", דער "קעניג אובו"). פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן. די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענטיטעט.
"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נייטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקייט איז — מיר האָבן קיין מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלייבווירדיקער".
"די בעסטע טובֿה װאָס אונדזערע רוסישע חבֿרים װאָלטן געקענט אונדז מאַכן, איז ניט אַרױסזאָגן זיך װעגן אונדז".
"דאָס איז אַ בוך ניט װעגן דעם װי די רוסן און די ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם אין משך פֿון 200 יאָר, דאָ װערט דערצײלט װי זײ האָבן געלעבט באַזונדער אױף אײן שטח".
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, אײנער פֿון די גרעסטע קעמפֿער מיטן סאָװעטישן רעזשים, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן אָנגעהױבן צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַנדער גורלדיקער, װי ער גלײבט, פּראָבלעם — די סיבות װאָס האָבן דערפֿירט צו דער אַנטשטײוּנג פֿון אָט דעם רעזשים. אין דעם בוך "200 יאָר אין אײנעם" טרעט ער אַרױס — לויט זײַן מיינונג — װי אַ היסטאָריקער, און קומט צום אױספֿיר, אַז אין אַ גרױסער מאָס זײַנען אין דעם שולדיק די ייִדן. זײַן אױספֿיר אַרגומענטירט ער מיט פֿילצאָליקע אױספֿירלעכע "היסטאָרישע מאַטעריאַלן", װעלכע ער שעפּט אָן פֿולע זשמעניעס אין די שריפֿטן פֿון אַנדערע באַקאַנטע אַנטיסעמיטן, באַשרײַבנדיק די 200־יאָריקע "באַציִונגען" צװישן דעם רוסישן פֿאָלק און די ייִדן אױף דעם ריזיקן שטח פֿון דער רוסישער אימפּעריע און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. |