ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ערנסט טאָלער (1939-1893)
ערנסט טאָלער (1939-1893)

"אַן אײַנגעבוירענער צאַרטלעכער ליריקער — האָט ער אויסגעקליבן דעם וועג פֿון קאַמף און פֿון טוּוּנג".

איליאַ ערענבורג

"מײַן חבֿר ערנסט טאָלער האָט געהאַט צו פֿיל האַרץ פֿאַר אַנדערע, אַז ער זאָל נאָך טראַכטן וועגן זײַן אייגענעם שאַפֿן. מ'האָט געקענט זאָגן, אַז ער ברענט ווי אַ ליכט, אונטערגעצונדן פֿון ביידע זײַטן...".

ליאָן פֿויכטוואַנגער

"ווען אַ דיכטער, וואָס זיצט אין אַ טורעם פֿון העלפֿאַנדביין, נעמט זיך דאָס לעבן, בלײַבט עס פּונקט אַזאַ פּריוואַטע זאַך ווי זײַנע לידער. אָבער דו — דו ביסט דאָך אַ קעמפֿער געווען, ערנסט טאָלער..."

פֿערדינאַנט ברוקנער

ערנסט טאָלער, אַ ווײַט-באַקאַנטער דײַטשער פּאָעט און רעוואָלוציאָנער, איז געבוירן געוואָרן אין זאַמאָטשין (דעמאָלט — די גערמאַנישע פּראָווינץ פּאָזנאַן, הײַנט — פּוילן) אין אַ ייִדישער משפּחה, וואָס האָט זיך געגרויסט מיט דעם ווי הויך זי טראָגט די דײַטשע קולטור, לעבנדיק צווישן פּאָליאַקן. דער באַגאַבטער בחור האָט פֿרי אָנגעהויבן צו שרײַבן פֿלאַמיק-ראָמאַנטישע לידער און איז געווען פעיִק בײַם לערנען — שטודירט אין עטלעכע אוני­ווערסיטעטן — אין גרענאָבל, און שפּעטער אין הײַדעלבערג און אין מינכן.

ווען ס'האָט אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט-מלחמה, איז ער פרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט. אין אַ יאָר אַרום האָט מען אים אָבער דעמאָביליזירט ווי אַן אומ­טויגעוודיקער פֿאַר מיליטער-דינסט. דער ביטערער נסיון אין די אָקאָפּעס האָט אים אויסגעהיילט פֿון די גרויסגערמאַנישע נאַ­ציאָנאַליסטישע אידעען; ער איז געוואָרן אַ מיטגליד אין דער אומאָפּהענגיקער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, געפֿירט צווישן די אַרבעטער די אַנטימיליטאַריסטישע פּראָפּאַגאַנדע, און אין יאָר 1917 האָט מען אים אַרעסטירט.

האַרבסט 1918 האָט ערנסט טאָלער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער בײַרישער רע­וואָלוציע און איז אַרײַן אין דער רע­פּוב­ליקאַנער רעגירונג. שפּע­טער, ווען אַן אַקטיוויסט פֿון די רעכטע קרײַזן, גראַף אַרקאָ, האָט דערשאָסן דעם פּרעמיער-מיניסטער קורט אײַסנערן, האָט ערנסט טאָלער פֿאַרנומען דעם הויכן פּאָסטן. (ממש אַ היסטאָרישער טראַגיפֿאַרס מיט צוויי מיט אַ האַלבן ייִדן: קורט אײַסנער און זײַן מאַכט-יורש, ערנסט טאָלער, האָבן געשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, און דער פֿאַמיליע־נאָמען פֿון גראַף אַרקאָס מוטער איז געווען אָפּענהיים; זי האָט געהערט צו דעם וועלט-באַקאַנטן ייִדישן באַנקירן-קלאַן).

אין יוני 1919 איז די בײַרישע סאָ­וועטישע רעפּובליק געפֿאַלן, און טאָלער איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אויף פֿינף יאָר תּפֿיסה. אין טורמע האָט ער אָנגעשריבן זײַנע פּאָעטישע ביכער "רעק­וויעם נאָך די געהרגעטע ברי­דער" (1920), "לידער פֿון די גע­פֿאַנגענע" (1921), "דאָס שוואַלבן-בוך" (1924), און די דראַ­מעס "דער מאַסע-מענטש" (1921), "די מאַ­שינען-שטורעמער" (1922), א.אַ.

פֿון דער תּפֿיסה איז טאָלער אַרויס אין 1924, אַ באַרימטער דיכטער און דראַ­מאַטורג, איינער פֿון די פֿירער פֿון דעם דײַטשן עקספּרעסיאָניזם. זײַנע ווערק זײַ­נען געווען אַ פֿײַערדיקער אויפֿרוף צו אַַ נײַער געזעלשאַפֿט-אָרדענונג, צו באַ­פֿרײַען דעם מענטש פֿון דער מאַשינען-טיראַניע. אַזוי איז אין דער דראַמע "די דאַמפֿקעסלען לעשן!" (1930) געשילדערט דער אויפֿשטאַנד פֿון די דײַטשע מאַ­טראָסן אין 1918 ווי אַן אויפֿרײַס פֿון סטיכיייִשע כּוחות. אין טאָלערס דיכטונג מישן זיך איבער די טעמעס פֿון קריג און טויט, די שטימונג אין די לידער איז אַן אויסגעשפּראָכן עקספּרעסיאָניסטישע, מיט פֿינצטערע וויזיעס און אויספֿירלעך-עלנ­טע בילדער, וואָס אין די לעצטע שורות פֿאַרבײַטן זיי זיך אָבער מיט אַ כּסדר אָפּ­טימיסטישן אויפֿרוף און האָפֿענונג אויף נאָענטע רעוואָלוציאָנערע ענדערונגען. ס׳רובֿ פֿון זײַנע געדיכטן זײַנען רעלאַטיוו קורץ און האַלטן זיך כּמעט נישט בײַ די פֿעסטע פֿערז-נאָרמעס. די אַרויסזאָגונגען אין זיי זײַנען תּמיד בולט, דער וואָרטשאַץ — קאָנטראַסטיש, שוואַרץ-ווײַס.

צו די לעבעדיקע

אײַך פּאַסט נישט
צו טרויערן,
אײַך פּאַסט נישט
זיך צו פֿאַרווײַלן,
צו אײַך איז געווען דער געבאָט,
דאָס געטראַנק —
דאָס האַרצבלוט
פֿון ברידער.
אויף אײַך וואַרט
די שעפֿערישע
טאַט.
גרוזעט אָן
אויפֿן נאַקן
די צײַט.
און צעשפּראַלט
פֿאַרן העלן פֿרימאָרגן
די טויערן.

נישט קיין וווּנדער, וואָס פֿאַרן מחבר פֿון אַזעלכע לידער האָבן דעם גרעסטן דרך-ארץ געהאַט די "כאַליאַסטרע"-פּאָעטן. אָבער נישט נאָר זיי — צווישן טאָלערס פֿרײַנד קען מען אָנרופֿן טאָמאַס מאַן, סינקלער לויִס, ליאָן פֿויכטוואַנגער און אַנ­דערע גרויסע "טראַדיציאָנעלע" שרײַ­בער.

אין 1933 האָט טאָלער געמוזט פֿאָרלאָזן דײַטשלאַנד. ביז 1936 האָט ער זיך נאָך אַרומגעדרייט אין אייראָפּע, דאַן אַוועק קיין אַמעריקע. אויך אין דער פֿרעמד הערט טאָלער ניט אויף צו קעמפֿן מיטן פֿאַשיזם, פֿאַרעפֿנטלעכט "די בריוו פֿון דער תפֿיסה" (1935), "פּאַסטאָר האַל" (1939), און אַנדערע אידעאָלאָגיש אָנגע­פֿילטע זאַכן.

דעם 28סטן מאַרץ 1939 איז געפֿאַלן מאַדריד — די פֿאַשיסטן האָבן פֿאַרכאַפּט נאָך איין לאַנד אין אייראָפּע. טאָלערס מוח און נשמה האַלטן ניט אויס; די שאַרפֿסטע אַנטוישונג און די שווערסטע וויזיעס פֿון אַ נײַער וועלט-מלחמה, וואָס איז שוין אויף דער שוועל, באַפֿאַלן אים. דעם 22סטן מײַ 1939, אין דעם ניו-יאָרקער האָטעל Mayflower באַגייט דער 45־יאָריקער דיכ­טער זעלבס­טמאָרד. אַ שטריק האָט ער שוין פֿון לאַנג אַרומגעפֿירט מיט זיך אין זײַן וואַליזקע. אַ וואָך שפּעטער ווערט זײַן גוף קרעמירט; און אַזוי ווי אין משך פֿון לאַנגע יאָרן קומט קיינער נישט אָפּנעמען די כּלי מיט זײַן אַש, טראָגט מען זי, סוף-כּל-סוף, איבער אין אַ באַשיידענעם זאַמל-קבֿר מיט אַ ביליקן אויסזען.