ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרימאָ לוי
פּרימאָ לוי
Getty Images

איר, וואָס איר לעבט פֿאַרזיכערט
אין אײַערע וואַרעמע שטיבער,
איר, ווען איר קומט אין אָוונט אַהיים,
געפֿינט דאָרט געקאָכטס און פֿריילעכע פּנימער,
צי האַלט איר אָבער נאָך פֿאַר אַ מענטשן
דעם, וואָס אַרבעט אין שמוץ,
דעם, וואָס ווייסט נישט קיין רו,
וואָס שלאָגט זיך פֿאַר אַ שטיק ברויט
און שטאַרבט אמת פֿאַר גאָרנישט...
פּרימאָ לוי, פֿון דעם לידער-בוך
"צו דער אומבאַוווּסטער שעה" (1984).

פּרימאָ לוי (לעווי) איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין טורין, איטאַליע, אין אַ ייִדישער פֿאַמיליע. ער האָט פֿאַרענדיקט אַ קלאַסישן ליציי, שפּעטער — שטודירט אויפן כעמיע-פֿאַקולטעט, וועלכן ער האָט אָבער דעמאָלט ניט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן: אין 1938 האָט די פֿאַשיסטישע מאַכט פֿאַרווערט די ייִדן לערנען אין די מלוכישע שולן און אוניווערסיטעטן. לוי איז געגאַנגען אַרבעטן אין אַ לאַבאָראַטאָריע און גלײַכצײַטיק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער אַנטיפֿאַשיסטישער אָרגאַניזאַציע Giustizia e Libertà ("גערעכטיקייט און פֿרײַהייט"), געקעמפֿט אין אַ פּאַרטיזאַנישער גרופּע. אין 1943 איז ער געווען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער פֿאַר ייִדן אין פֿאָסאָלי, הינטער מאָדענאַ. אין פֿעברואַר 1944 האָט מען אים איבערגעפֿירט קיין אוישוויץ, וווּ ער איז אין יאַנואַר 1945 באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער רויטער אַרמיי (צו דעם מאָמענט זײַנען אין לאַגער פֿון די 650 איטאַליענישע ייִדן לעבן געבליבן בלויז צוואַנציק מענטשן). כּמעט אַ גאַנץ יאָר האָט בײַם "באַפֿרײַטן" קאַצעטניק געדויערט דער וועג אַהיים: צוערשט, איז ער אָפּגעווען אַ שטיק צײַט אין דעם סאָוועטישן עטאַפּ-לאַגער אין קאַטאָוויץ (פּוילן), פֿון דאָרטן געשיקט געוואָרן צו דינען אין דער איטאַליענישער אַרמיי אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, און ערשט דאַן האָט ער זיך — דורך רומעניע, אונגאַרן, עסטרײַך און דײַטשלאַנד — אומגעקערט אין זײַן היים-שטאָט טורין. דאָרט האָט ער געאַרבעט אויף אַ כעמיע-ווערק און האָט געשריבן זײַן בוך "צי איז דאָס אַ מענטש?" (1947), וואָס איז אין איטאַליע ביז הײַנט אָנערקענט ווי "דאָס בוך פֿון יאָרהונדערט".

דער ראָמאַן איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף 30 שפּראַכן, אָבער דאָס איז געווען נאָר דער ערשטער טייל פֿון דער דילאָגיע וועגן דעם שרײַבערס גרויזאַמע דערפֿאַרונגען אין די לאַגערן און אויפֿן וועג אַהיים. אין 1963 איז דערשינען דער צווייטער טייל — "דאָס אָפּאָטעמען", לויט וועלכן עס איז געשטעלט געוואָרן דער באַקאַנטער פֿילם "דער וועג פֿון לוי" (La strada di Levi, 2006). דער פֿילם איז געדרייט געוואָרן צו די 60 יאָר נאָך פּרימאָ לויס באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ. דער רעזשיסאָר, דאַוויד פֿעראַריאָ, אין איינעם מיטן סצענאַריסט מאַרקאָ בעלפּאָליטי, האָבן וועגן דעם דורכגעמאַכט, מיט לויס בוך אין די הענט, זײַן גאַנצן נאָך־מלחמה־וועג, און אויף די אַפֿישעס צום פֿילם איז געשטאַנען אַן אונטערשריפֿט: "60 יאָר, 6 טויזנט קילאָ­מעטער, 10 גרענעצן".

* * *

די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט בײַ פּרימאָ לוי, וועלכער האָט געזען אין די ליידן פֿון ייִדישן פֿאָלק דעם אָפּבליק פֿון אַלע ווידערשפּרוכן וואָס צערײַסן אויף שטיקער די מענטשהייט, דאָס צענטראַלע אָרט. זײַן ראָמאַן "אויב נישט איצט, איז ווען?" (1981) — אַ באַוווּסטער שפּרוך פֿון הילל — דערציילט וועגן אַ גרופּע פֿון ייִדישע פּאַרטיזאַנער, וועלכע האָבן באַשלאָסן זיך צו דערקלײַבן קיין ישׂראל. דער הויפּט-מאָטיוו פֿון זײַן לעצטן ראָמאַן "די דערטרונקענע און אָפּגעראַטעוועטע" (1986), איז אַן אויסדרוק פֿונעם שולדגעפֿיל פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם גיהנום פֿון די לאַגערן, פֿאַר די אַלע דאָרט אומגעקומענע. אין דעם בוך ווערן געשטעלט שאַרפֿע פֿראַגעס: צי איז מעגלעך, אַז עפּעס אַזוינס זאָל זיך אַמאָל איבערחזרן? וואָס קען אַ מענטש טאָן, כּדי עס ניט צו דערלאָזן? פֿאַר וואָס האָט זיך אייניקע מענטשן אײַנגעגעבן אין לאַגער זיך צו ראַטעווען, בשעת די מערהייט פֿון זיי איז אמגעקומען? מיט דער לעצטער פֿראַגע מיינט דער מחבר, אַז איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן אים גופֿא געהאָלפן איבערצולעבן, איז געווען זײַן אינטעלעקטועלע פֿעיִקייט צו באַטראַכטן אַלץ, וואָס ס׳קומט פֿאָר אַרום אים ווי עפּעס פֿון אַ זײַט, אָפּגעזינדערט פֿון דער שרעקלעכער ווירקלעכקייט.

אויסצוגן פֿון פּרימאָ לויס בוך "צי איז דאָס דער מענטש?"

"דעם 20סטן פֿעברואַר האָבן די דײַטשן דורכגעפֿירט אין לאַגער אַ שטרענגע אינ­ספּעק­ציע — און אויסגעזידלט דעם איטאַליענישן קאָמענדאַנט פֿאַר דער אומאָרדענונג אין קיך און נישט גענוג צוגעגרייט האָלץ אויף צו באַוואַרעמען די באַראַקן. אָבער שוין אויפֿן צווייטן טאָג, דעם 21סטן, האָבן זיי אונדז באַפֿוילן, ביז מאָרגן אין דער פֿרי זיך צוגרייטן צו אַ צוויי-וואָכיקער נסיעה: אַלע ייִדן וועלן פֿון דעם לאַגער אַרויסגעפֿירט ווערן. אַלע, אָן קיין אויסנאַם. אויך די קינדער, אויך די זקנים און חולים. וווּהין? דאָס האָט מען אונדז ניט געזאָגט. און פֿאַר יעדן ייִד וואָס וועט זיך ניט יאַווען צום זאַמלפּונקט, וועלן אויפֿן אָרט דערשאָסן ווערן צען אַנדערע. דער איטאַליענישער קאָמענדאַנט האָט באַ­פֿוילן, אַז אַלע ווירטשאַפֿט-געבײַדעס זאָלן פֿונקציאָנירן ביז דער לעצטער מינוט: די קיכן זײַנען געשטאַנען אָפֿן, די אויפֿראַמער האָבן געאַרבעט ווי שטענדיק, אַפֿילו די לע­רער האָבן געגעבן זייערע לימודים ווי געוויינלעך, ביזן סאַמע אָוונט, אָבער קיין אויפֿגאַבעס אויף מאָרגן האָבן די שילער דאָס מאָל נישט באַקומען... יעדער האָט זיך געזעגנט מיטן לעבן אויף זײַן אופֿן. אייניקע האָבן געבעטן גאָט, די אַנדערע האָבן זיך שווער אָנגעשיכּורט, די דריטע האָבן זיך דאָס לעצטע מאָל געפּרוּווט פֿאַרגעסן אין סעקס. נאָר די מאַמעס האָבן די גאַנצע נאַכט געקאָכט, צוגעגרייט אין וועג עסן, געבאָדן די קינדער, פֿאַרפּאַקעוועט דאָס ביסל דלות, וואָס מ׳האַט נאָך געהאַט מיט זיך, און פֿאַר­טאָג זײַנען אויפֿן שטעכדראָט, וואָס האָט אַרומגעצוימט דעם לאַגער, געהאָנגען און געטריקנט זיך ווינדעלעך, העמדעלעך, הייזע­לעך. און וואָס וואָלט איר געטאָן, ווען אײַך און אײַער קינד וואָלט פֿאָרגעשטאַנען אויף מאָרגן צו שטאַרבן, וואָלט איר אים שוין הײַנט געלאָזט הונגעריק?

[...]

"אין דעם בײַדל 6־אַ האָט געלעבט דער אַלטער גאַטעניאָ מיט זײַן ווײַב און אַ גאַנצער כאָפּטע קינדער, אייניקלעך, איידעמס און שנורן. אַלע זײַנען זיי געווען שוסטערס. געבראַכט האָט מען זיי אַהער פֿון טריפּאָלי, מיט עטלעכע צווישן-עטאַפּן, און אומעטום האָבן זיי מיטגעשלעפּט זייערע שוסטער-געצײַג, דאָס קיך-געפֿעס און עטלעכע אַקאָרדעאָנען און פֿידלען, זיי זאָלן קענען נאָך דער אַרבעט אַ ביסל שפּילן און טאַנצן. לעבנסלוסטיקע פֿרומע מענטשן. טאַקע זייערע פֿרויען האָבן די ערשטע, אָן קיין איבעריק וואָרט, אויף גיך פֿאַרענדיקט מיטן צוגרייטן זיך אין וועג, און אָפּגעשפּאָרט, אַזוי אַרום, צײַט פֿאַר דער טרויעריקער צערעמאָניע. זיי האָבן צעלאָזט די האָר, אַראָפֿגעצויגן די שיך פֿון די פֿיס און באָרוועס געשטעלט זיך אויפֿן ערדענעם דיל און אָנגעצונדן הזכּרה-ליכטלעך, לויט דער טראַדיציע פֿון זייערע אָבֿות. זיך געזעצט אין אַ קרײַזל, האָבן זיי די גאַנצע נאַכט געדאַוונט און געוויינט. און מיר זײַנען געשטאַנען פֿאַרן אַרײַנגאַנג מיט אַ שווערן אומעט אויף דער נשמה, אַן אומעט פֿון עפּעס אַן אוראַלטן שבֿט אָן אַ היים און היימלאַנד, דער האָפֿענונגסלאָזער גלות-אומעט, וואָס קערט זיך אום יעדן יאָרהונדערט.

[...]

"אין וואַגאָן איז לעבן מיר, דעם גאַנצן וועג צו מיר צוגעדריקט, געלעגן אַ פֿרוי. באַקענט זײַנען מיר געווען אַ סך יאָרן, אָבער ווייסן האָב איך ניט אַ סך געוווּסט וועגן איר, ווי אויך זי וועגן מיר. איצטער, אין אונדזערע לעצטע שעהען, האָבן מיר איינער דעם צווייטן דערציילט אַזוינע זאַכן און אַרויסגעבראַכט אַזוינע ווערטער, וואָס אַ לעבעדיקער מענטש זאָגט עס געוויינטלעך נישט אַרויס. יעדער האָט זיך דאָ געזעגנט מיטן לעבן און מיט זײַן צופֿעליקן שכן...

"די שאַרנירן-טיר איז מיט אַ גרילץ אָפּגעפֿאָרן אין אַ זײַט, און פֿון דרויסן האָבן זיך דערהערט באַפֿעלן אין דעם באַרבאַרישן, הינטישן טאָן, מיט וועלכן די דײַטשן, וואָס האָבן זיך דערריסן צו דער מאַכט, לאָזן אַרויס זייער רציחה, אָנגעזאַמלט, קען מען מיינען, אין משך פֿון יאָרטויזנטער.

[...]

"אַפֿילו דער אוממענטשלעכער פּרינציפּ צו צעטיילן די אָנגעקומענע אויף די וואָס זײַנען נאָך אַרבעטספֿעיִק, און די וואָס טויגן שוין נישט צו דער אַרבעט, — אַפֿילו דאָס איז ניט שטענדיק אָנגעווענדט געוואָרן, און ניט זעלטן פֿלעגן די ווילדע חיות פּשוט עפֿענען בײַ די וואַגאָנען די טירן פֿון ביידע זײַטן, און דעם גורל פֿון דעם מענטשן האָט באַשטימט דער צופֿאַל: איין זײַט איז געשיקט געוואָרן אין לאַגער, די צווייטע — אין די גאַז-קאַמערן..."

* * *

דעם 11טן אַפּריל 1987, אין טורין, אין זײַן היים-שטאָט, איז דער שרײַבער פּרימאָ לוי באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. ער האָט ניט איבערגעלאָזט קיין שום בריוו, קיין דער­קלערונג פֿאַר זײַן טויט, און די איינציקע השערה וואָס ס׳האָבן אַרויסגעזאָגט זײַנע נאָענטע איז געווען, אַז צו דעם טראַגישן טאַט האָבן אים געבראַכט די ניט־אויסגעדעמפֿטע קאָשמאַרן פֿון די קאַצעטן, אין וועלכע ער האָט געלעבט.