- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די טעג ווען אויף די רחבֿותן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ הייסער און הייסער פֿון די וואַל־שלאַכטן צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, פֿירט דער איצטיקער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" דורך זײַן אייגענע שלאַכט אויף די ראַנדן פֿון זײַן אויסגייענדיקער פּרעזידענטשאַפֿט. אייגנטלעך, זעט עס שוין אויס נאַטירלעך, אַז דער פֿירער פֿון דער גרעסטער מדינה זאָל בײַם סוף פֿון זײַן רעגירן, די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל. אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס, דער 17טער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל עפֿנט זיך די וואָך. אין צוויי קינאָס וועט מען ווײַזן נײַע און אַלטע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם 9טן ביזן 24סטן יאַנואַר. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" און דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". בסך־הכּל, וועט מען ווײַזן 32 פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, סײַ דראַמעס, סײַ דאָקומענטאַר־פֿילמען, סײַ קורצע פֿילמען. לויט דער קוראַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַבֿיבֿה ווײַנטרויב, איז דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון די פֿילמען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע — "מיר ווײַזן פֿילמען פֿון, און וועגן, ייִדישע קהילות פֿון איבער דער וועלט, בתוכם ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיי געמאַכט באַקאַנטע רעזשיסאָרן, ווי אויך נײַע טאַלאַנטן." אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויסצוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד. ער ער, יאַשע, איז געבוירן געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער עק וועלט, אין אַ שטאָט מיטן נאָמען בענדער, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך דניעסטער. אַרומגערינגלט פֿון קליינערהייט אָן מיט זאָרג און ליבע, וואָס עס האָבן געטיילט מיט זײַן מאַמען אירע צוויי עלטערע שוועסטער, האָט ער זײַן טאַטן געזען בלויז צוויי מאָל אין לעבן: דאָס ערשטע מאָל, אין יענעם 1טן סעפּטעמבער, ווען יאַשע האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין שול; און דאָס צווייטע מאָל, אויף זײַן, יאַשעס חתונה, ריכטיקער — אין "זאַגס"1, וווּ ער האָט אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט זײַן שידוך. הגם משה האָט כּסדר, שוין במשך פֿון עטלעכע חדשים, געוואָרנט פּרעה וועגן די קומענדיקע מכּות, האָט דער מיצרישער פֿירער נאָך אַלץ נישט דערלויבט די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכּות — אַרבה (היישעריקן), חושך און דער טויט פֿון די מיצרישע בכורים — און וועגן איינעם פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע — יציאת־מצרים. עומר ברטובֿ איז אַ באַקאַנטער הורבן־היסטאָריקער. אַ געבוירענער אין ישׂראל, איז ער שוין לאַנגע יאָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין בראַון־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע. די דאָזיקע צוויי אומשטאַנדן זײַנען וויכטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין זײַן אינטערעס אין דער פּראָבלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון, וואָס ווערט באַהאַנדלט אינעם בוך. אויפֿגעהאָדעוועט אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה, וווּ די עלטערן האָבן ניט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן עבֿר אַפֿילו מיט די אייגענע קינדער, האָט ברטובֿֿ בײַ זיך אַנטוויקלט אַן אינטערעס צו דער דאָזיקער "סודותדיקער" טעמע ערשט אין אַמעריקע.
איר, וואָס איר לעבט פֿאַרזיכערט
מיר זײַנען שקלאַפֿן פֿון אײַנגערעדטע זאַכן. למשל, מײַן שוויגער איז זיכער, אַז מע טאָר ניט זינגען אין דער פֿרי, און די דאָזיקע מאַנקאָליע האָט זי איבערגעגעבן מײַן ווײַב. איז שוין אַריבער דרײַ יאָרצענדליק ווי איך זינג ניט אויף אַ ניכטערן מאָגן. אָבער וווּ שטייט עס געשריבן, אַז מע טאָר עס ניט טאָן? די פֿאַראייניקטע נאַציעס מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון אָט דער פּראָבלעם, און די דאָקטוירים שווײַגן אויך. (צווייטער אַרטיקל) הזזעס יודקע גאָרגלט זיך, כריפּעט, וואַרגט זיך מיט די ווערטער, וואָס קומען אים אָן שווער אויסצודריקן פֿאַר די שטאָלענע פּנימער פֿונעם קיבוץ־קאָמיטעט. ער רעדט וועגן אַ מאַרטירערישער פּיראַמידע, וואָס איר יסוד איז משיח, און אויב שוין יאָ דער יסוד, דאַרף מען זיך נישט רירן פֿון אָרט, ער וועט דאָך קומען און אויסלייזן. יודקע איז געפֿאַלן אויפֿן שׂכל, אַז די פֿרומע האָבן אַנטדעקט משיחן, זיצן און וואַרטן אויפֿן נעכטיקן טאָג. און די פֿראַגע בלײַבט, איז דאָס וואַרטן געווען ווערט די אַלע קרבנות, די אַלע קדושים און די כּסדרדיקע פֿאַרניכטונגען? טײַערע חזנטע, מיט אַ מאָל איז מײַן 17־יעריק טעכטערל געוואָרן זייער פֿרײַנדלעך מיט דער וועלט. כאָטש, על־פּי־לאָגיק, פֿאַרשטיי איך, אַז די אַנטוויקלונג איז אַ גוטע, ווײַל זי איז קלוג און אַחריותדיק, האָב איך, פֿון דעסטוועגן, מורא. ווען זי איז נישט מיט מיר, זאָרג איך זיך וועגן אַלץ — צי איז דער שאָפֿער פֿון איר אויטאָ אַ גוטער? צי זאָל איך איר קלינגען און הערן וואָס זי טוט? געפֿינט זי זיך אין זיכערע הענט? |