ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

ער

ער, יאַשע, איז געבוירן געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער עק וועלט, אין אַ שטאָט מיטן נאָמען בענדער, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך דניעסטער. אַרומגערינגלט פֿון קליינערהייט אָן מיט זאָרג און ליבע, וואָס עס האָבן געטיילט מיט זײַן מאַמען אירע צוויי עלטערע שוועסטער, האָט ער זײַן טאַטן געזען בלויז צוויי מאָל אין לעבן: דאָס ערשטע מאָל, אין יענעם 1טן סעפּטעמבער, ווען יאַשע האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין שול; און דאָס צווייטע מאָל, אויף זײַן, יאַשעס חתונה, ריכטיקער — אין "זאַגס"1, וווּ ער האָט אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט זײַן שידוך.

די דרײַ שוועסטער האָבן געוווינט אין איין שטיבל, וואָס זיי האָבן געירשנט פֿון זייער טאַטע־מאַמע, און וואָס איז על־פּי נס געבליבן כּמעט גאַנץ נאָך דער מלחמה. צוויי צימערלעך, מיט אַ קיך, וואָס אין איין צימער זײַנען געשלאָפֿן די צוויי שוועסטער, און אינעם צווייטן — ער און זײַן מאַמע. ווען יאַשע איז אַריבער אין פֿינפֿטן קלאַס, האָבן די שוועסטער באַשלאָסן צווישן זיך, אַז דאָס קינד איז שוין קיין עין־הרע אַ גרויסער בחור און מוז האָבן אַ באַזונדער ווינקל. האָבן זיי צוגעבויט צו דער שטוב נאָך אַ קליינעם צימער, און יאַשע איז דאָרט געוואָרן אַ גאַנצער באַלעבאָס.

אין שול האָט מען אים גערייצט — יאַשע מיט דרײַ מאַמעס, ווײַל קיינער פֿון זײַן קלאַס האָט נישט געקאָנט טרעפֿן, ווער איז פֿון די דרײַ פֿרויען זײַן אייגענע מאַמע. אין שול פֿלעגט אים אָפּפֿירן איין מומע, פֿון דער שול אָפּנעמען אַ צווייטע מומע, און אויף די פֿאַרזאַמלונגען איז געקומען אַ דריטע, אָדער די דרײַ שוועסטער האָבן זיך אַרײַנגעשטעלט אין קלאַס אַלע צוזאַמען און זיך אַרײַנגעקוועטשט אין איין שולבאַנק, בײַ וועלכער ס׳איז בײַ טאָג געזעסן יאַשע מיט אַ שילערין. דערצו זײַנען זיי געווען ענלעך איינע צו אַן אַנדערער, דאַרע און הויכע. אַלע אַ ביסל געהויקערטע, מיט אַן אַלצאיינער קורצער פֿריזור און בלייכער הויט אויפֿן פּנים. אַפֿילו זײַן לערערין פֿון די ערשטע פֿיר יאָר, לודמילאַ אַנטאָנאָוונאַ, איז נישט תּמיד געווען זיכער, צי זי רעדט מיט יאַשעס מאַמען, צי מיט איינער פֿון זײַנע מומעס.

יאַשע האָט קיין מאָל פֿון זײַנע מומעס נישט געהערט, זיי זאָלן אַ מאָל געווען האָבן אַ קינד, האָט ער זיך נישט געקאָנט פֿאָר­שטעלן, אַז זיי וואָלטן געקאָנט האָבן אייגע­נע משפּחות און וווינען באַזונדער. ס׳איז אים אַפֿילו שווער געווען צו ענטפֿערן, ווען עמעצער פֿלעגט אים שטעלן די אויסגע­דראָ­שענע פֿראַגע: וועמען האָט ער מער ליב, זײַן אייגענע מאַמע, אָדער די צוויי מומעס זײַנע? ס׳וואָלט מסתּמא אויסגעזען פּונקט אַזוי, ווען מען פֿרעגט בײַ אַן אַנדער קינד, צי עס האָט מער ליב די מאַמען אָדער דעם טאַטן?

פֿון דעסטוועגן, האָט יאַשע איין מאָל אַ פֿרעג געטאָן די מאַמע, פֿאַר וואָס האָבן אַנדערע ייִנגעלעך פֿון זייער גאַס טאַטעס, און ער האָט נישט, האָט זי, אָפּקערעווענדיק דעם קאָפּ אין אַ זײַט, זיך שטיל אָנגערופֿן: "אַזוי איז, אַ פּנים, באַשערט". דאָס וואָרט "באַשערט" איז יאַשען אויסגעקומען צו הערן פֿון זײַן מאַמען און די מומעס זייער אָפֿט. עס איז ווי צוגעטשעפּעט געווען בײַ זיי צו דער צונג. וועגן וואָס זיי זאָלן נישט געווען רעדן צווישן זיך, אָדער וואָס עס זאָל נישט געווען טרעפֿן, האָט ווי אַ סך־הכּל, זיך שטענדיק געהערט: "אַזוי איז, אַ פּנים, באַשערט". דאָס וואָרט האָט געהאַט עפּעס אַ מאַגישע קראַפֿט — נאָכן אַרויסזאָגן עס, צו מאָל מיט אַ שווערן זיפֿץ, זײַנען באַלד אַלע פֿראַגעס ווי פֿאַרענטפֿערט געוואָרן. יאַשען האָט זיך דער זאָג אײַנגעקריצט אין זכּרון, און נישט זעלטן, נאָך אַ דורכפֿאַל, פֿלעגט ער זיך שטיל טרייסטן מיט אַן "אַזוי איז, אַ פּנים, באַשערט", ווייניק פֿאַרשטייענדיק וואָס דאָס מיינט.

אין יענעם טאָג פֿון איבערטרעטן צום ערשטן מאָל די שוועל פֿון דער אָנפֿאַנגשול, האָט יאַשע קיינעם נישט דערקענט. צו גרויס און פֿילפֿאַרביק האָט אַלץ אַרום אויסגעזען, ער זאָל עס קאָנען אַרומכאַפּן מיטן בליק, אָדער אויף עפּעס פֿאַרהאַלטן דאָס אויג. אָנגעטאָן אין אַ שפּאָגל נײַער שול־אוניפֿאָרעם — דאָס גרויע וואָלענע העמד אַרומגעכאַפּט מיט אַ ברייטן רימען, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּיליעט אויף אַ בלישטשענדיקן2 ספּראָנדזשיק; אויפֿן קאָפּ אַ היטל, ענלעך צו אַ מיליטערישן, מיט אַן אמתער קאָקאַרדע (אַ צעעפֿנט בוך, ווי אַ גאָלדן פֿלאַטערל מיט צעשפּרייטע פֿליגעלעך) — אַ לעדערנעם טאַש. נעכטן פֿאַר נאַכט האָט ער אַלץ וואָס מע דאַרף אַהין אַרײַנגעלייגט, נישט פֿאַרטרויט עס צו טאָן ניט דער מאַמען און ניט די מומעס: די "Азбука" (אַזבוקאַ) — רו­סישער אַלף־בית, פֿיר העפֿטן — צוויי מיט קעסטעלעך פֿאַר אַריטמעטיק, און צוויי, מיט גלײַכע ליניעס, זיך לערנען שרײַבן בוכ­שטאַבן און ווערטער; אינעם שמאָלן פּוש­קע­לע־פּינאַל ליגן צוויי גוט־אָנגעשניצטע בלײַערס, אַ געלע גומקע, אַ רויט הילצערן הענטל אָן אַ פּען (די צוויי פּענען נומער 11 ליגן באַזונדער אויף שפּעטער), ווײַל דאָס ערשטע מוז מען זיך אויסלערנען שרײַבן מיט אַ בלײַער, און ערשט דערנאָך — מיט פּען און טינט; יאָ, דאָס טינטערל מיט אַ פֿלעשעלע פֿיאָלעט־טינט האָט מען שוין אויך צוגעגרייט, אָבער אין שול האָט ער עס נישט גענומען.

אין דער פֿרי האָט יאַשע זיך אויפֿגעכאַפּט פֿריִער ווי געוויינטלעך. די מאַמע האָט זיך פּונקט געפּאָרעט בײַ זײַן טאַש.

— כ׳האָב דיר דאָ אַרײַנגעלייגט אַן עפּל, — האָט זי זיך אָנגערופֿן, — זאָלסט אים עסן בעתן איבעררײַס.

ביידע מומעס האָבן אָנגעקוועלט.

— דו רעדסט צו אים ווי צו אַ קליין קינד. ער ווייסט דען אַליין נישט, אַז אויפֿן אוראָק3 טאָר מען נישט עסן.

— אַ שקאָלניק4, קיין עין־הרע...

אויפֿן וועג אין שול אַרײַן האָבן אים באַגלייט אַלע דרײַ שוועסטער. יאַשע האָט געשפּאַנט דער ערשטער. נישט געגאַנגען, נאָר געפֿלויגן. ווען נישט דער שווערער טאַש זײַנער און די בלומען, וואָס ער האָט געטראָגן אויסגעשטרעקט פֿאַר זיך, וואָלט ער זיך נאָך מער אָפּגעריסן פֿון זײַנע באַגלייטערינס. ער איז דאָך שוין אַליין אַ גרויסער. נישט ווײַט פֿונעם שולטויער האָט אים פֿאַרהאַלטן אויף אַ ווײַלע אַן אומבאַקאַנטער מאַנצביל. ער האָט יאַשען אָנגערופֿן בײַם נאָמען; דערנאָך צוגעגאַנגען צו אים און אײַליק, ווי אויס­באַהאַלטנדיק עס פֿון פֿרעמדע בליקן, עפּעס אַרײַנגעשטופּט דעם ייִנגעלע אין בוזעם. דערנאָך האָט ער צו אים גוטמוטיק אַ שמייכל געטאָן און, לײַכט אונטערשטופּנדיק אים מיט דער האַנט צום טויער, שטיל אַ זאָג געטאָן: "אין אַ גוטער שעה!"

עס איז געשען אַזוי אומדערוואַרט און גיך, אַז יאַשע האָט אַפֿילו נישט פֿאַרגעדענקט דאָס פּנים פֿון דעם אומבאַקאַנטן. געמאַכט עטלעכע טריט, האָט ער זיך אומגעקוקט, אָבער דער אומבאַקאַנטער איז שוין נישט גע­ווען אויף דעם אָרט. און אין דער זעלבער רגע האָט זיך עס אַלץ פֿאַרגעסן; פֿאַרשלעפּט גע­וואָרן מיטן רעש און האַוועניש פֿון דעם יום־טובֿדיקן טאָג. שפּעטער, בעת דעם איבער­רײַס, צווישן ערשטן און צווייטן לימוד, איז צו אים צוגעלאָפֿן זײַן פֿרײַנד, מישע, וואָס גייט שוין אין צווייטן קלאַס, און טײַטנדיק מיטן פֿינגער יאַשען אינעם העמד, געפֿרעגט: "וואָס איז בײַ דיר דאָ צוגע­טשעפּעט?" יאַשע האָט געקײַט דעם עפּל, וואָס די מאַמע האָט אים מיטגעגעבן אין שול. אַראָפּשלינגענדיק דעם ביסן, האָט ער אָנגעבויגן דעם קאָפּ, אָנשפּאַרנדיק זיך מיטן קין אינעם האַרטן, ווײַסן קעלנערל. ערשט איצט האָט ער דערזען, אַז צווישן דעם אייבערשטן און דעם צווייטן קנעפּל איז צוגעטשעפּעט, ווי אַ שפּילקע, עפּעס אַ זאַך, וואָס באַהאַלט זיך אויס הינטערן העמד. ער האָט זיך אײַנגעקלאַמערט מיט צוויי פֿינגער אין דעם שמאָלן זילבערדיקן פּאַסיקל און עס האַסטיק אַ שלעפּ געטאָן. יאַשע האָט געהאַלטן אין דער האַנט אַ קוואַלפּען, מיט עפּעס אַן אויפֿשריפֿט, אויסגעקריצט מיט שיינע גאָלדענע אותיותלעך אויף דער טונקל־גרינער, גלאַנצנדיקער אייבערפֿלאַך. צו האָבן אַזאַ קוואַלפּען האָט מען אין יענער צײַט געקאָנט נאָר חלומען. מישע איז שוין גרייט געווען עס אַרויסכאַפּן בײַ אים, אָבער יאַשע איז געווען אויף דער וואַך; ער האָט גיך אַרונטערגעשלעפּט די האַנט מיט דעם אַנטיקל הינטער זיך, און כּדי זיך גיכער אָפּטשעפּען פֿונעם חוצפּהדיקן פֿרײַנדל, דערלאַנגט אים דעם אָנגעביסענעם עפּל. מישע האָט דאָס "אָפּטריטגעלט" גענומען, אָבער דערבײַ פֿאָר­געוואָרפֿן מיט אַ שטאָך: "סײַ ווי וועסטו אַליין נישט קענען איבערלייענען וואָס עס איז דאָרט אָנגעשריבן, שנעקל".

דעם צווייטן און דעם לעצטן לימוד אין דעם ערשטן טאָג פֿון זײַן אָנהייבן גיין אין שול איז יאַשע קוים אויסגעזעסן ביזן "גלעקל". די לערערין זײַנע, לודמילאַ אַנ­טאָנאָוונאַ, האָט אַוודאי באַמערקט, אַז דער קאָפּ בײַ איר תּלמיד טראָגט זיך שוין ערגעץ אַרום אויסער דעם קלאַס. ווען זי האָט עס אַרויס­געבראַכט אויף אַ קול פֿאַרן קלאַס, האָבן אַלע קינדער זיך צעלאַכט. יאַשע האָט דערפֿילט, ווי עס הייבן אים אָן ברענען די אויערן. ווי אַ טרייסט, האָט ער זיך ווידער אַ טאַפּ געטאָן די קעשענע, וווּ עס איז איצט געלעגן די שיינע, גרינע קוואַלפּען, די מתּנה פֿון דעם אומבאַקאַנטן מאַנצביל. דאָס האָט ער זי אַזוי פֿלינק צוגעטשעפּעט צו יאַשעס העמד. אָבער וואָס פּלוצעם? ווער איז ער, צו שענקען יאַשען אַזאַ טײַערע זאַך?.. יאַשע האָט ווידער געפּרוּווט זיך דערמאָנען זײַן פּנים, זיך איבערגעטראָגן אין די געדאַנקען צו יענער ווײַלע, ווען דער אומבאַקאַנטער האָט אים אַ רוף געטאָן: "יאַשענקע!" — הייסט עס, אַז ער קען אים. פֿון וואַנען?...

פֿון דער שול האָט אים אָפּגענומען די מאַמע. זי האָט געשײַנט, דערזעענדיק איר "שקאָלניק". גענומען בײַם זון דעם טאַש, האָט זי אים באַלד אָגעהויבן אויספֿרעגן, ווי אַזוי עס איז אים געפֿעלן זיך לערנען. יאַשע איז אָפּגעקומען מיט צוויי־דרײַ ווערטער און האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון דער קעשענע די קוואַלפּען. די מאַמע האָט זיך געביטן אויפֿן פּנים. פֿון איר פֿרייד איז קיין שפּור נישט געבליבן. אַ קאַלטקייט האָט פֿאַרצויגן איר בליק און זיך פֿאַרטײַעט אין די שמאָלע ווינקעלעך פֿון די ליפּן.

— וואָס איז דאָרט אָנגעשריבן, מאַמע? — האָט געפֿרעגט דער זון, קוים אײַנהאַלטנדיק זיך פֿאַר נײַגער.

אָבער אַנשטאָט אַן ענטפֿער האָט ער דער­הערט איר פֿראַגע:

— ווי קומט צו דיר די זאַך?

— איינער אַ מענטש... אין דער פֿרי, דאָ בײַם שולטויער... ער איז באַלד ערגעץ פֿאַר­שוווּנדן געוואָרן...

די מאַמע האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווי ס׳וואָלט ווײַטער מיט אַ שפּאַן זיך אָפּגעריסן די ערד. זי האָט אַ שלעפּ געטאָן יאַשען בײַ דער האַנט, זיך אָנגעבויגן צו אים און שטרענג אַרײַנגעזאָגט אין פּנים:

— וויפֿל מאָל האָב איך דיך געבעטן ד׳זאָלסט בײַ קיינעם גאָרנישט נישט נעמען!..

יאַשע האָט אַזוינס נישט דערוואַרט. דער דאַשיק פֿונעם היטל איז אים אַראָפּ אויף די אויגן, האָט ער דער מאַמעס פּנים נישט געזען, נאָר איר הייסער אָטעם האָט אים אַ שלאָג געטאָן אין די באַקן, און ווי אָפּגעבריט.

— געבעטן, צי ניין? — האָט איבערגעפֿרעגט די מאַמע.

יאַשע האָט זיך געוואָלט פֿאַרענטפֿערן:

— אָבער ער האָט עס מיר אַליין אַרײַנ­גע­שטופּט... כ׳האָב אַפֿילו נישט באַמערקט...

די מאַמע האָט אים נישט געהערט. זי האָט אים אָפּגעהאַקט אויפֿן וואָרט און ווי אַ באַפֿעל, בייז אַרײַנגעשעפּטשעט אין אויער:

— זאָלסט צו אים מער קיין מאָל נישט צוגיין, און קיין מאָל בײַ אים גאָרנישט נעמען! האָסט מיך פֿאַרשטאַנען, צי ניין?!

יאַשע האָט אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך אַ מין "יאָ" און איז אַנטשוויגן געוואָרן. ער האָט נישט געוווּסט, צי ער זאָל זיך צעוויינען אויף אַ קול, צי שטילערהייט אַראָפּשלינגען די טרערן, אין איינעם מיטן פֿאַרדראָס, וואָס האָט אַרויסגעשפּאַרט פֿון אינעווייניק און געבליבן שטעקן אין האַלדז.

דעם גאַנצן וועג אַהיים האָט די מאַמע און דער זון שוין קיין וואָרט נישט פֿאַרלוירן. יעדער, אויף זײַן אייגענעם אופֿן, האָט אַ פּנים געפּרוּווט פֿאַרשטיין, וואָס עס איז ערשט־אָ צווישן זיי געשען. שוין בײַ דער סאַמע שטוב, האָט די מאַמע רויִק זיך אָנגערופֿן צום זון:

— כ׳בעט דיך, יאַשע, די מומעס דאַרפֿן וועגן דעם גאָרנישט וויסן.

יאַשע האָט נאָך אַלץ געשוויגן. אויסגע­האַלטן די אָבידע5, און נאָר דעמאָלט, ווען די מאַמע האָט אים צו זיך צוגעדריקט מיט דער האַנט, האָט ער, ווי נאָר פֿאַר זיך אַליין, געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס, וואָס האָבן אים געשטערט צו הערן וואָס די לערערין דערציילט: "דאָס איז געווען מײַן טאַטע".

(המשך אין קומענדיקן נומער)


1) "זאַגס" (אַברעוויאַטור) — אָפּטייל פֿאַר פֿאַרשרײַבן אַקטן פֿון בירגער־שטאַנד

2) בלישטשענדיקן — גלאַנצנדיקן

3) אוראָק — לימוד

4) שקאָלניק (רוס.) — שילער, תּלמיד

5) אָבידע — פֿאַרדראָס

Vos iz "kvalpen"?

Ich hob araingekukt in dem Harkavi un afile in dem daitchen Beolingus un dizes vort nisht gefunen. Iz dos a poilish vort?