ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

ער און זי

אויב פּרוּוון צו פֿאַרענטפֿערן זייער באַגע­געניש און באַקאַנטשאַפֿט, וואָלט מען עס מסתּמא געקאָנט טאָן מיט איין זאָג, וואָס האָט זיך אַזוי היימיש אײַנגענעסטעט אין יאַשעס קינדשאַפֿט — "אַזוי איז באַשערט!" אָבער מיט איין זאָג איז דאָס לעבן שווער צו פֿאַרענטפֿערן.

אין יענעם פֿרילינג־טאָג האָט רייטשעל, ווי זי טוט עס יעדן אינדערפֿרי, שפּאַצירט מיט דער מאַמען בײַם ים. פּלוצעם איז אַ ראָד פֿון דער רעדערשטול, אויף וועלכער עס איז געזעסן די מאַמע, שטעקן געבליבן אין אַ שפּאַרונע צווישן צוויי ברעטער. דאָס וועגעלע האָט זיך אַ קער געטאָן אויף אַ זײַט, אַזוי אַז די אַלטיטשקע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויספֿאַלן. רייטשעל האָט זיך אויפֿן מאָמענט פֿאַרלוירן, זיך אָנגעכאַפּט מיט איין האַנט אין דער מאַמעס מאַנטל, האָט זי זיך מיט דער אַנדערער האַנט אײַנגעקלאַמערט אינעם וועגעלע, עס זאָל זיך אין גאַנצן נישט איבערקערן. זי האָט געפֿילט, אַז לאַנג אַזוי וועט זי נישט אויסהאַלטן, אַז אַליין באַפֿרײַען די ראָד וועט זיך איר נישט אײַנגעבן. זי איז שוין גרייט געווען אויסצושרײַען, רופֿן צו הילף. אָבער אַן אומבאַקאַנטער מאַן האָט זי אומגעלומפּערט אָפּגערוקט מיט זײַן אַקסל, זיך אָנגעבויגן צו דער ראָד און אין אַ רגע אַרום איז דאָס וועגעלע שוין ווידער געשטאַנען אויף דעם ברעטערנעם טראָטואַר מיט אַלע רעדער.

רייטשעל האָט זיך באַלד געוואָרפֿן צו דער מאַמען, זי באַטאַפּט, פֿאַרראָכטן איר דעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ און דערבײַ אַ גלעט געטאָן איבערן אָנגעשראָקענעם פּנים. אַ שוואַכער קלאַנג האָט זיך אויסגעפּיקט פֿון די צוויי דינע פּאַסעקלעך צונויפֿגעדריקטע ליפּן, וואָס האָט געקאָנט מיינען סײַ אַ וויי­טיקלעכן קרעכץ און סײַ אַ קאַפּריזנעם פּיפּס פֿון אַ צעבאַלעוועט קינד. רייטשעל האָט צו דער מאַמען אַ שמייכל געטאָן, און זיך אַנט­שולדיקט פֿאַר דער אומגעלומפּערטקייט. זי אַליין האָט זיך געדאַרפֿט באַרויִקן; זיך אויס­געגלײַכט, האָט זי אָפּגעזיפֿצט און ערשט איצט זיך אָנ­געשטויסן מיטן בליק אין יאַשען.

ער האָט צו איר אַ הייב געטאָן די אַקסלען און אַראָפּגעלאָזט די אויגן. עס האָט געקאָנט אויסזען, ווי ער וואָלט געווען שולדיק אין דעם, וואָס אויף דעם ברייטן לאַנגן וועג פֿון ברײַטאָן־ביטש האָט דווקא דאָ געפּלאַצט אַ פֿאַרפֿוילט ברעטל. זי האָט אים באַדאַנקט און זיך אויך אַנטשולדיקט, וואָס צוליב איר ניט־רירעוודיקייט האָט ער געמוזט פֿאַרלירן דאָ צײַט מיט איר.

— ווען נישט איר, באמת, ווייס איך נישט, וואָס ס’וואָלט געווען...

יאַשע האָט נאָך אַלץ שטיל געהויבן די אַקסלען, זיך געריבן דעם נאַקן און דערבײַ איר פּאָטאַקעוועט1. מיט אַ מאָל האָט ער אַראָפּגעשלעפּט פֿונעם קאָפּ דאָס געשטריקטע ספּאָרטיוו היטעלע זײַנס און צודריקנדיק עס צום בויך, אָנגעהויבן עס קנעטן מיט די פֿינגער. דאָס פֿרימאָרגנדיקע ווינטל האָט זיך באַלד צוגעכאַפּט צו זײַנע שיטערע געלבלעכע האָר און זיי צעשאַרט איבערן פּליכל.

רייטשעל האָט זײַנע באַוועגונגען פֿאַר­טײַטשט אויף איר אייגענעם אופֿן. זי האָט אַרײַנגעשטופּט די האַנט אין אַ קעשענע און עפּעס ווי אָנגעטאַפּט דאָרט. צום ערשטן מאָל האָט יאַשע אַרויסגעוויזן זײַן שטימע.

— נאָ... נאָ... — האָט ער באַשטעטיקט זײַנע ווערטער, ווײַזנדיק מיטן קאָפּ אויף "ניין".

זיי זײַנען ביידע אַ פּאָר רגעס געבליבן שטיין צעמישט. דערנאָך האָט יאַשע אויפֿגע­הויבן די האַנט מיטן היטעלע און זיך געזעגנט מיט רייטשעל. ער האָט זיך אויך אָנגעבויגן צו דער אַלטיטשקער און העפֿלעך צו איר אַ וווּנק געטאָן...

שפּעטער, שוין זיצנדיק אויף דער לאַנגער באַנק, צוגעשטעלט צו דער רויטער ציגלוואַנט, האָט ער נישט איין מאָל "איבערגעשפּילט" דעם מאָרגנדיקן עפּיזאָד מיט רייטשעל און איר מוטער. אַזוי ווי ער טוט עס תּמיד נאָכן פֿאַרענדיקן אַ שאָך־פּאַרטיע, בפֿרט, וואָס ער האָט פֿאַרשפּילט. און אויב בײַם אַנאַליזירן זײַן שאָך־מפּלה, גיט זיך אים אין גיכן אײַן אָפּצוזוכן דעם אומריכטיקן גאַנג, האָט יאַשע אין דער "פּאַרטיע" געקראָגן אַ מפּלה פֿון ביידע זײַטן שאָכברעט, מחמת ער האָט געזען זיך אַליין שפּילן סײַ קעגן די "ווײַסע" און סײַ קעגן די “שוואַרצע" פֿיגורן. ס’האָט אים פּלוצעם אַרומגעכאַפּט אַ געפֿיל פֿון בושה און בענקשאַפֿט; און אויב די בענקשאַפֿט פֿלעגט אים נישט איין מאָל דערמאָנען אין זיך, האָט יאַשע וועגן אַזאַ זאַך ווי בושה שוין לאַנג אויפֿגעהערט צו טראַכטן.

אויך בײַ רייטשעל איז נאָך דער ווײַלי­קער, צופֿעליקער אָנטרעפֿעניש מיט דעם "רוסישן" געבליבן אַ געפֿיל פֿון רירנדיקער זאָרג, און אין דער זעלבער צײַט — אַן אומצוטרוי, פּונקט אַזאַ, וואָס עס רופֿן בײַ איר אַרויס די אָנגעפֿאָרענע "רוסישע" שכנים אירע. זיי האָבן איצט באַזעצט כּמעט אַלע דירות אין דעם בנין, וווּ זי וווינט מיט דער מאַמען. אַ סך פֿון זיי דערקענט זי אויפֿן פּנים, באַגריסט זיך מיט זיי; בדרך־כּלל זײַנען דאָס מענטשן עלטער פֿון איר און גאָר אַלטע לײַט, ווי איר מאַמע. די ייִנגערע צעלויפֿן זיך פֿון גאַנצפֿרי, ווער וווּהין — "צו זוכן עפּעס אין פּיסקל", — האָט רייטשעל איין מאָל דערהערט ווי אַן עלטערע פֿרוי האָט דערקלערט אַ צווייטער. רייטשעל קען נישט קיין רוסיש, אָבער אָט די ווערטער האָט זי פֿאַרשטאַנען, ווײַל ס’איז געזאָגט געוואָרן אויף ייִדיש. די רוסישע שכנים דערקענען זי אויך און באַגריסן זיך שטענדיק מיט איר. זיי פֿירן זיך אויף זייער העפֿלעך, אָבער צו רייטשעל רעדן זיי נאָר אויף רוסיש. ווען רייטשעל ווײַזט זיי, אַז זי פֿאַרשטייט נישט זייער שפּראַך, הייבן די ווײַבער אָן רעדן צו איר העכער, קוויטשיקער, העלפֿן זיך אַרויס מיט די הענט, ווי זי, רייטשעל, וואָלט שלעכט געהערט. אָפֿט כאַפּט זי אַרויס פֿון זייער שמועס איינצלנע באַקאַנטע ווערטער, ענלעך צו די, וואָס זי פֿלעגט הערן פֿון דער מאַמען מיט יאָרן לאַנג צוריק. ייִדיש, די שפּראַך פֿון אירע קינדער־יאָרן, האָט זי כּמעט פֿאַרגעסן, און אין איינעם מיט דער שפּראַך זײַנען, ווי פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ פֿינצטערן ווינקל פֿון איר זכּרון, שטיקער דערמאָנונגען, איבערלעבענישן, געפֿילן. פֿליִען איצט די געציילטע ייִדישע ווערטער אַרויס, ווי ליכט־פֿלאַטערלעך פֿון דער פֿינצטערניש. עס קומט איר אויס צו כאַפּן אויף זיך וואַרעמע, פֿול מיט מיטלײַד בליקן, ווען זי, רייטשעל, באַווײַזט זיך אין הויף, שטופּנדיק פֿאַר זיך די רעדערשטול מיט דער מאַמען. אָבער זי נעמט זיך דערמיט נישט איבער, זי טוט עס נישט נאָר דערפֿאַר, ווײַל זי איז אַ געטרײַע טאָכטער. איר מוטער, וואָס האָט אָפּגעלעבט און אָפּגעהאָרעוועט אין אַמעריקע עטלעכע און פֿערציק יאָר, קאָן נישט דערוואַרטן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג די זעלבע סאָציאַלע פּריווילעגיעס, וואָס די "רוסישע" אַלטע־לײַט באַקומען, שוין פֿונעם צווייטן טאָג אָן, נאָך זייער לאַנדן אין דער "גאָלדענער מדינה". רייטשעלס מוטער מוז צאָלן פֿאַר איר קרענקען פֿון דער אייגענער קעשענע.

שטייענדיק בײַם שפּיגל, האָט זי געזאָגט אויף אַ קול, ווי געענטפֿערט עמעצן, אָדער זיך פֿאַר עמעצן פֿאַרענטפֿערט: "גיי, פֿאַרשטיי זיי..."

אויפֿן אַנדערן טאָג, פֿאַרבײַגייענדיק דעם רעסטאָראַן Moscow, האָט זי פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג און זיך צוגעקוקט צו דער באַנק, אויף וועלכער עס זײַנען שוין געזעסן אַ דרײַ פּאָרלעך שאָכשפּילערס, פֿאַרטאָן אין דער שפּיל. עטלעכע באַיאָרטע מאַנצבילן האָבן זיך אומגעדרייט לעבן זיי, זיך איבערגערעדט צווישן זיך אויף רוסיש. נעכטן, איידער רייטשעל האָט פֿאַרלאָזט דאָס אָרט, נאָכן "אַקצידענט", האָט זי באַמערקט, אַז דער "רוסישער" האָט זיך געלאָזט גיין צו דער באַנק. אפֿשר איז ער הײַנט דאָ אויך צווישן די שאָכשפּילערס? רייטשעל האָט נעכטן נישט געדאַרפֿט קיין סך, כּדי באַלד אָפּצושאַצן דעם מצבֿ פֿון דעם אומבאַקאַנטן. ער האָט נישט אויסגעזען ווי אַ מענטש, וואָס שלאָפֿט אויף ווייכע קישנס און טוט יעדן אינדערפֿרי אָן אַ פֿריש העמדל. זײַן קעלנערל אויפֿן געקעסטלטן טונקל־בלויען פֿלאַנעל־העמד, מיט לאַנגע אַרבל, האָט קיין פֿרישקייט נישט געטראָגן; שוין אָפּגערעדט פֿון די פּאָר הויזן־"דזשינס", פֿאַרצויגן אויפֿן בויך מיט אַן אָפּגעריבענעם רימען אָן אַ שפּראָנטשקע. זײַן נעבעכדיקער אויסזען איז טאַקע געווען די איינציקע סיבה פֿון איר אַרײַנקריכן צו זיך אין קעשענע; זי האָט עס געטאָן אויטאָמאַטיש, בפֿרט ווען ער האָט אַראָפּגעשלעפּט פֿונעם קאָפּ זײַן ספּאָרטיוו היטעלע, וואָס האָט מער דערמאָנט אַ קיך־האַנטשערקע. אַזוי טוען די בעטלערס, וואָס טרעפֿן זיך איר נישט איין מאָל אויף ברײַ­טאָן. אָבער אויך דער ווײַבערשער חוש האָט איר אונטערגעזאָגט, אַז דער נעכטיקער "רוסישער" איז נישט קיין בעטלער, שוין גיכער אַן אומגליקלעכער, אָדער אַ שלימזל.

זי האָט אים צווישן די פֿרימאָרגנדיקע שאָך־ענטוזיאַסטן נישט דערזען, און זיך גע­לאָזט ווײַטער מיטן וועג, וועלכן זי פֿלעגט דורכמאַכן כּמעט טאָג־טעגלעך, ווי אַ מוז, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון איר קיום, פֿון דער פֿאַרגליווערטער פֿאַרפֿליכטונג, וואָס זי טראָגט נאָך דער מוטערס שלאַף ווערן. זינט די מוטער איז פּאַראַליזירט געוואָרן און רייטשעל האָט באַשלאָסן צו זײַן לעבן איר, איז זי געוואָרן אַ שקלאַף פֿון זאָרג. אירע הענט זײַנען ווי צוגעשמידט געוואָרן צו דער רעדערשטול, זיך פֿאַרוואַנדלט אין צוויי וויכטיקע מעכאַנישע דעטאַלן, וואָס אָן זיי קאָן די גאַנצע מאַשינעריע נישט פֿונק­ציאָנירן. זי וואָלט די הענט אירע געקאָנט באַפֿרײַען, לאָזנדיק די מוטער אין אַן על­טערהויז, וווּ מע וואָלט נאָך איר געקוקט, אפֿשר נישט ערגער, ווי זי אַליין טוט עס. אָבער רייטשעל פֿלעגט באַלד אָפּטרײַבן פֿון זיך דעם געדאַנק, זיך נישט נאָכגעבן דער אָפּנאַרערישער שוואַכקייט; און ס’איז שווער געווען צו פֿאַרשטיין, וואָס שטעקט אין דעם באַשלוס מער — איר מאָראַלישער חובֿ און זאָרג, ווי אַ טאָכטער, אָדער אַ פֿאַרבאָרגענער געפֿיל צו דערווײַזן, קודם־כּל, זיך אַליין, אַז קיין אַנדער וועג קאָן פֿאַר איר נישט זײַן.

יאַשע האָט זיך צוגעשאַרט צו די צוויי פֿרויען אַזוי שטיל, אַז רייטשעל, פֿון אומדער­וואַרט, האָט לײַכט אויפֿגעציטערט און זיך אויף אַ רגע אָפּגעשטעלט.

— אַנטשולדיקט, כ’האָב אײַך, דאַכט זיך, אָנגעשראָקן?

רייטשעל האָט אויסגעדרייט צו אים דעם קאָפּ. עפּעס האָט זיך אין אים געענדערט, האָט זי אַ טראַכט געטאָן; די נעכטיקע פֿאַר­וואַקסנקייט איז ווי אָפּגעשויבט געוואָרן, און האָט אַנטפּלעקט אַן איידל, קײַלעכדיק פּנים, מיט תּמימותדיקע בלויע אויגן. אַ רגע האָט איר בליק זיך פֿאַרהאַלטן אויף זײַן העמד — אַן אַנדערס און ריינס, כאָטש דאָס קעלנערל האָט אויסגעזען צעקנייטשט. אויף אַ קול האָט רייטשעל געזאָגט:

— סײַדן, אַ ביסעלע... און איר ווייסט פֿאַר וואָס?

יאַשע האָט אַ הייב געטאָן די אַקסלען, און דערהערט:

— ווײַל כ’האָב אײַך אַליין פֿריִער געזוכט.

זי האָט אַ שטופּ געטאָן די רעדערשטול און פּאַמעלעך ממשיך געווען איר וועג. זי האָט נישט געקוקט אין זײַן זײַט, אָבער געפֿילט, אַז ער גייט לעבן איר, ווי אַ באַגלייטער, אָדער אפֿשר — אַן אוכאַזשאָר2. רייטשעל האָט זיך צעלאַכט; דאָס וואָרט "אוכאַזשאָר" איז, ווי יענע ייִדיש־פֿלאַטערלעך, אַרויסגעפֿלויגן פֿון אַ פֿאַרגעסן קעמערל אין איר זכּרון. יאַשע האָט דאָס אומדערוואַרטע געלעכטערל רייטשעלס פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אייגענעם אופֿן:

— איך פֿאַרשטיי, כ’זע אויס לעכערלעך.

— ניין, ניין... — האָט רייטשעל זיך צוריק­געכאַפּט, — אַנטשולדיקט. סתּם אַ נאַרישקייט זיך דערמאָנט... איר זײַט שוין דאָ לאַנג?

— איר מיינט, אויף ברײַטאָן־ביטש?

— אין אַמעריקע?

— דרײַ מיט אַ האַלב יאָר.

— זײַט איר נאָך אַ "גרינער", כאָטש אײַער ענגליש... איר האָט שוין דאָ אויסגעלערנט די שפּראַך?

— דאָ — פּראַקטיש, אָבער ענגליש האָב איך געלערנט, ווי אַ קעגנשטאַנד, אין שול, דערנאָך אינעם אוניווערסיטעט.

— איר האָט זיך געלערנט אין אוניווער­סיטעט? — די פֿראַגע האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ איר מיט אַ פֿאַרחידושטקייט, וואָס האָט געקאָנט אויך מיינען: ווי קומט עס צו דיר?

זי האָט עס באַלד אַליין דערפֿילט און גע­פּרוּווט די אומטאַקטישקייט צו פֿאַרגלעטן:

— כ’האָב געמיינט צו זאָגן, אַז דאָרט בײַ אײַך, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אַ ייִדן אַוודאי נישט גרינג אָנגעקומען זיך לערנען אין אַן אוניווערסיטעט.

יאַשע האָט איר גאָרנישט געענטפֿערט. זיך פֿאַרשלאָסן אין זײַן אָפּגעפֿרעמדקייט, אָבער בלויז אויף אַ ווײַלע. זיך ווידער אומגעקערט צו דעם שמועס, האָט ער זיך אָנגערופֿן מיט אַ בכּיוונדיקער שפּילעוודיקייט:

— שוין כּמעט אַ מעת־לעת, זינט מיר האָבן זיך געטראָפֿן, אָבער ביז איצט זיך נישט באַקענט. אײַך זעט עס נישט אויס מאָדנע?

— אַ ביסל — יאָ. — האָט רייטשעל זיך באַלד אָפּגערופֿן אויף דעם שפּילעוודיקן טאָן, אַ צופֿרידענע, וואָס די ווײַליקע געשפּאַנטקייט, אַרײַנגעבראַכט, קודם־כּל, פֿון איר, האָט זיך אויסגעלאָזט אויף אַזאַ אופֿן.

זיי האָבן נישט דערלאַנגט איינער דעם אַנדערן די הענט. פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג, האָבן זיי זיך געטראָפֿן מיט די אויגן און אָנגערופֿן יעדער זײַן נאָמען, צוגעבנדיק, ווי עס פֿירט זיך: "זייער אָנגענומען" — "מיר אויך".

דער וועסנע־טאָג האָט זיי צוגעשפּילט. קילבלעכע לופֿט־שטראָמען, אָנגעזעטיקט מיט דער פֿרימאָרגנדיקער פֿרישקייט פֿון ים, האָבן פֿאַרגאָסן די פּלאַזשע, באַזעצט מיט מעוועס, וואָס האָבן אויף קיין רגע נישט גערוט — זיך געפּאָרפּלט אינעם פֿײַכטן זאַמד, חוצפּהדיק אָפּגעשטויסן איינע די אַנדערע, געשריִען, ברייט צעעפֿנט דעם שפּיציק־פּאַרדרייטן שנאָבל, שפּאַלטנדיק אים אויף צוויי האַלבטיילן, אַז דאָס שמאָלע צינגל האָט וויברירט צווישן זיי און צוגעגעבן דעם גאָרגלדיקן קלאַנג אַ באַזונדערע דורכ­דרנגלעכקייט. זיי האָבן זיך געטראָגן אָפּ און אויף, אַרויסרײַסנדיקן זיך פֿון דער ערדיש־פּויזנדיקער מאַסע — אין הימל אַרײַן, און דאָרט, שוין פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף די שמאָלע סערפּן־פֿליגלען, געשניטן אויף ריפֿטן די אָנגעכלינעטע לופֿט־שטראָמען. אין דער צײַט פֿון יאָר האָט דער פּאַס פֿונעם זאַמדיקן באָדן, צווישן וואַסער און דעם ברעטערנעם שפּאַצירוועג, געהערט צו די מפֿונקדיקע פֿייגל, וואָס זייער כאַאָטיש האַוועניש האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויפֿן גאַנצן אַרום.

די "אָפֿיציעלע" באַקאַנטשאַפֿט האָט צוגע­געבן יאַשען קוראַזש, האָט ער געפֿרעגט:

— איך זע אײַך דאָ כּמעט יעדן טאָג. איר זײַט זייער געטרײַ אײַער אַרבעט. — און שוין פֿעסטער צוגעגעבן: — איר מאַכט אַ גוטן "דזשאָב".

דער פֿאַרשלעפּטער קאָמפּלימענט וועגן "דזשאָב" האָט זי אַ דראַפּע געטאָן, הגם רייטשעל האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איר נײַער "רו­סישער" באַקאַנטער האָט עס געמיינט אויפֿ­ריכ­טיק. קוקנדיק פֿאַר זיך, האָט זי זיך אָנגערופֿן:

— דאָס איז מײַן מאַמע. אָבער דעם "דזשאָב" פֿיר איך טאַקע אויס נישט שלעכט.

רייטשעל האָט זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז שוין אַ היפּשע צײַט, בפֿרט זינט זי טרעט נישט אָפּ פֿון דער מאַמען אויף קיין שפּאַן, האָט זי מיט קיינעם אַזוי פֿרײַ און אָפֿן נישט געפֿירט קיין שמועס. די ווערטער און באַגריפֿן, וואָס זי האָט גענוצט די לעצטע יאָרן אין דער היים, האָבן געהאַט אַ שײַכות בלויז צו דעם אײַנגעשרומפּענעם גערעם טוּוּנגען, פֿאַרבונדן מיט איר באַדינען די מאַמע. אייגנטלעך, האָט זי זיך כּמעט אָפּגעוווינט צו פֿירן אַ שמועס מיט עמעצן, ווײַל רעדן איז איר בדרך־כּלל אויסגעקומען אַליין. זי האָט זיך אָפּגעוווינט צו שטעלן פֿראַגעס, מחמת נישט דערוואַרט צו דערהערן אַן ענטפֿער. די איינצלנע ווערטער, אָדער קורצע רייד, וואָס זי פֿלעגט אַרויסברענגען פֿאַר דער מאַמען, זײַנען געפֿאַלן אין אַ שטומער פּוסטקייט, ווי אַראָפּגעוואָרפֿענע שטיינדלעך אין אַ טיפֿן ברונעם, וווּ דאָס לעבעדיקע וואַסער איז אויסגערונען.

רייטשעל האָט זיך אויך אײַנגעהערט אינעם קול פֿון איר נײַעם באַקאַנטן, וואָס האָט גערעדט נאָר צו איר, און כאָטש זײַן צונג האָט באַלד צוגעפּאַסט איר נאָמען צו זײַן סלאַווישן אויסשפּראַך, האָט עס איר נישט געשטערט; נאָך מער, אין דעם וואָס ער האָט זי אָנגערופֿן אויף זײַן שטייגער — רעטשיל — האָט זי דערהערט אַ ווײַטן אָפּקלאַנג פֿון אירע קינדער־יאָרן; איר טאַטע האָט זיך אויך נישט געקאָנט אויסלערנען ריכטיק אַרויסזאָגן דער טאָכטערס "אַמעריקאַנער נאָמען".

זיי זײַנען געבליבן שטיין אַנטקעגן דעם בנין, וווּ רייטשעל און איר מאַמע האָבן געוווינט.

— ס’איז שוין צוועלף, — האָט זיך אָנגערופֿן רייטשעל, ווי זי וואָלט זיך אַנטשולדיקט. — מיר מוזן שוין גיין אַהיים.

— ווי גיך איז די צײַט דורכגעלאָפֿן. לעצטנס, האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט עס צו פֿילן.

— ווי איך פֿאַרשטיי, וווינט איר דאָ נישט ווײַט? — האָט רייטשעל געפֿרעגט.

יאַשע האָט זיך צעשמייכלט און געענט­פֿערט אַזוי, ווי די פֿראַגע וואָלט געקלונגען גאָר אַנדערש: ס’וועט אײַך נישט זײַן שווער צו קומען אַהער מאָרגן?

— ניין... אויב איר ווילט, קאָנען מיר זיך טרעפֿן, ווי הײַנט, אַנטקעגן דעם רעסטאָראַן "מאָסקוואַ".

— אַדרבא, עס קלינגט זייער ראָמאַנטיש, — האָט רייטשעל מסכּים געווען און צוגעגעבן: — אַרום נײַן אַ זייגער וועט זײַן גוט?

שוין אין דער היים, בײַם איבערטאָן די מאַמע, האָט זי זיך דערמאָנט, ווי זי האָט באַשטימט די צײַט, און זיך איצט געחידושט אויף זיך אַליין: פֿאַר וואָס גאָר אַרום נײַן, נישט פּשוט — נײַן? און זיך צעלאַכט. זי האָט אַרומגעכאַפּט די מאַמע און איר אַ קוש געטאָן אין שטערן.

דער רעגן האָט זיך אָנגעהויבן נאָך בײַ נאַכט. ער האָט נישט אויפֿגעהערט דעם גאַנצן אינדערפֿרי, צוויי פֿענצטער פֿון דער דירה אויפֿן נײַנטן גאָרן, וווּ ס’האָבן געוווינט די טאָכטער מיט דער מוטער, האָבן אַרויסגעקוקט אויף דעם ברעטערנעם שפּאַצירוועג און ווײַטער, ביזן האָריזאָנט — אויפֿן אָקעאַן. רייטשעלס מוטער האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין דער דירה מיט אַ יאָר צען צוריק. אַ ליכטיקער שלאָפֿצימער מיט אַ געראַמען אייבערשטן צימער, אַלע באַקוועמלעכקייטן — פֿאַר דער מוטער אַליין איז עס געווען אַ געלונגענע קניה. פֿאַר די צענדליקער יאָרן שווערער אַרבעט און וווינען "אויף רענט", האָט זי אָפּגעשפּאָרט אויף דער עלטער אַן אייגן ווינקל. רייטשעל האָט דעמאָלט נישט געוווינט אין ניו־יאָרק און נאָכן אומקערן זיך אַהער צו דער פּאַראַליזירטער מוטער, איז די דירה געוואָרן אויך איר היים. און כאָטש געפֿילט האָט זי זיך דאָ אַ פֿאַרשפּאַרטע, באַזונדערס, די ערשטע האַלב יאָר, האָבן די צוויי פֿענצטער — אַרויס אויף דעם תּמיד לעבעדיקן שפּאַצירוועג און דעם רחבֿותדיקן אָקעאַן — אַרײַנגעבראַכט אין איר געצוווּנגענער עלנטקייט צו מאָל אַ האָפֿענונג־אָנזאָג און צו מאָל אַ פֿאַרביטערטע מרה־שחורה. אַזוי, שטייענדיק בײַם פֿענצ­טער, בפֿרט אין די אומוועטער־טעג, פֿלעגט זי פּלוצעם פֿאַלן אויף אַ געדאַנק, אַז איר בליק זוכט עפּעס אויס העט־העט ווײַט, וווּ עס עקזיסטירט נישט קיין סוף און קיין אָנהייב; דאָרט, וווּ איר טאַטע האָט אַ מאָל געזוכט זײַן פֿאַרלוירענעם אָנשפּאַר — די פֿאַרברענטע היים און זײַן אומגעבראַכט טעכטערל מירעלע. שוין זשע דאַרף זי, רייטשעל, אַ געבוירענע אין אַן אַנדער וועלט און צײַט, טיילן זײַן גורל? זיך פּלאָגן פֿאַר דעם טאַטע־מאַמעס נעכטן? זי האָט געטריבן פֿון זיך דעם געדאַנק און עקשנותדיק געזוכט אינעם אָנגעכמורעטן רוים אַ זאַך, וואָס וואָלט געקאָנט איר דינען ווי אַ הענגער, אויף וועלכן זי קאָן לאָזן דורכצולופֿטערן איר אייגענע אויסגעמאַטערטע זאָרג.

וועגן גיין הײַנט אויף אַ שפּאַציר איז נישט געווען וואָס צו טראַכטן. רייטשעל האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער — אַ פֿערטל צו נײַן — און איז צוגעגאַנגען צו איינעם פֿון די צוויי פֿענצטער, וואָס דורך אים האָט מען געקאָנט בעסער זען דעם טייל פֿונעם שפּאַצירוועג, וואָס האָט געפֿירט צום רעסטאָראַן "מאָסקוואַ", ווי יאַשע האָט אים אָנגערופֿן. צי האָט זי דערוואַרט דאָרט דערזען יאַשען? אָבער דאָס האַרץ האָט, פֿון דעסטוועגן, געטיאָכקעט, און איר בליק, וואָס פֿלעגט זיך ביז אַהער צעשווענקען אין דער גרויער פֿאַרנעפּלטער ווײַטקייט, האָט איצט געוווּסט וואָס צו זוכן. רייטשעל האָט עס דערפֿילט נאָך בײַ נאַכט, אפֿשר מיט די ערשטע רעגן־טראָפּנס, וואָס האָבן אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער און זי אויפֿגעוועקט פֿון שלאָף. זי איז געשלאָפֿן אין איין צימער מיט דער מאַמען, און מיט דער צײַט זיך אויסגעלערנט, בשעתן שלאָפֿן, זיך צוצוהערן צו דער מאַמעס אָטעם. אונטערגעהויבן דעם קאָפּ פֿונעם קישן, האָט רייטשעל אָנגעשפּיצט די אויערן. דער רעגן האָט אָנגענומען כּוח און פֿון אַ שרויטיקן געקלאַפּ זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַרדומפּענעם זשום, צונויפֿגיסנדיק זיך מיטן אויפֿגעכוואַליעטן אָקעאַן. די מאַמע האָט פֿון איר געלעגער שטיל צוגעסאָפּעט און צוגעסמאָטשקעט. רייטשעל האָט זיך גע­לייגט אויף דער פּלייצע און ווידער פֿאַרמאַכט די אויגן. זי האָט באַלד אָנגעהויבן זינקען אין אַ ווייכער וואַרעמער מאַסע, ענלעך צו זאַמד אויף דער פּלאַזשע אין אַ דושנער הייסער נאַכט. זי האָט דערזען, ווי איבער איר שטערן איז געבליבן הענגען אַ צעשווענקטער אָפּבילד פֿון אַ מענעריש פּנים, וואָס האָט זיך קוים געהוידעט, ווי אויף דער וואַסער־אייבערפֿלאַך. צאַרטע גלעטן האָבן זיך געשאַרט איבערן לײַב, אײַנגעהילט אינעם נאַכטהעמד, און געוועקט אַ פֿאַרגעסענע מיידלשע גלוסטעניש. זי האָט זיך אַ צי געטאָן מיט די ליפּן צום פּנים, אָבער עס האָט זיך באַלד דערווײַטערט, ווי גערייצט זיך מיט איר. פֿון די שלייפֿן — אַראָפּ צו די שפּיץ פֿינגער פֿון די פֿיס — איז אַדורך אַ תּאווה־גרויל, וואָס האָט געכאַפּט אין זײַן נעץ יעדן אבֿר אירן. דאָס מענערישע פּנים איז ווידער געבליבן הענגען איבער אירע אויגן, אָבער שוין אַ בולטס מיט שטריכן, וואָס זי האָט באַלד דערקענט "נתּי... נתּי..." — האָט זי פֿון דער זײַט דערהערט איר אייגענע שטילע שעפּטשערײַ, און ווי אַ ווידערקול, האָט זיך דורך דעם געוויטער־רעש אַרײַנגעריסן אין דער פֿאַרחלומטקייט איר פֿאַרקריפּלטער נאָמען: "ררעטשיל"...


1) פּאָטאַקעוועט — צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ
2) אוכאַזשאָר — פֿאַרערער פֿון אַ פֿרוי

(המשך אין קומענדיקן נומער)

דומפּיק

‫פֿאַרדומפּן קומט פֿון "דומפּיק", װאָלט איך געזאָגט, װאָס איז טײַטש "טוכלע"; פֿאַרדומפּן מײנט אי טוכלע אי פֿאַרשטונקען. אױב אַזױ, װי קען אַ זשום זײַן פֿאַרדומפּן? אײַער ענטפֿער האָט געניצט דאָס װאָרט "פֿאַרהלושעטער"; מוז איך פֿרעגן מיט װאָס מען עסט דאָס. איך דערקען ניט קײן שורש "הלוש".

"Dumpen zshum" iz richtik!

Dos vort "dump"(dull) iz dermont in dem Harkavi verterbuch - "dumpen zshum" badait "to dull the noise". Ich denk az Refoyl veis dos altz ober er einfach vilt undzer Bereln oifraitzen un brogez machn mit dize "dume" frages. Boris hot geshribn a gute dertzeilung un loz im gemach!

דומפּיק, מיינט

דומפּיק, מיינט טאַקע וואָס איז זאָגט, אָבער עס גייט אַ רייד וועגן דומפּער, דומפּ.
מיר דאכט זיך, אַז איר פּלאָנטערט מיט "דופֿטיק".
פֿאַרהלושעט, הלושען, הלישען, לישען — מאַכן שטילער
מיט די בעסטע וווּנטשן,
באָריס סאַנדלען

‫איך פֿאַרשטײ שױן

‫איך פֿאַרשטײ שױן; איך האָב יאָ זיך געפּלאָנטערט מיט צװײ װערטער: דומפּ (װאָס איז טײַטש ,,טעמפּ'') און דומפּיק (װאָס איר האָט אַלײן געניצט אין ערשטן טײל מעשׂה: ,,גערוך פֿון װאַשזײף, הערינג און פֿאַרדומפּטקײט''.)

בנוגע ,,הלישען'' אין זײַנע װאַריאַנטן: בײַ סטוטשקאָװ זײַנען ,,לושען'' און ,,לישען'' סינאָנימען צו ,,באָמבאַרדירן'' און ,,דונערן'', אונטערן רובריק 279: ,,קראַך'' און אונטער רובריק 183, ,,אימפּולס''.

‫עס פֿאַרשטײט זיך אַז מײַנע פֿראַגעס זײַנען ניט כּדי צו טאָן קײן טאָרקע, נאָר כּדי איך זאָל אַלײן פֿאַרשטײן די װערטער און פֿאַרבעסערן מײַן װערטער־רשימה.


Vegen di verter "temp" un "dump"

Dos Harkavi verterbuch hot dize beide verter: "dump" un "temp", vos beide badaiten "dull". Dos vort "temp" ich denk shtamt fun dem daitchen vort "daempfen"( to dull) un dem urshprung fun dem vort "dump" veis ich nisht. Du zolst banutzen nor Harkavi - dos iz dos echt idish verterbuch, alle andere zainen "shvindel". Agav, nor Harkavi hot dos vort "dizer" un nisht "der doziker" vos ich has, haha.

‫באַמערקונגען

‫נאָך אַ דאַנק פֿאַר דער גאָר פּיקאַנטער מעשׂה. װערטער װאָס איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען: שפּראָנטשקע, קיך־האַנטשערקע, אָפּגעשױבט (װאָס מײנט "שױבן"?), ריפֿטן (פּאָזיטיװ פֿון "רעפֿטל"?), גערעם, פֿאַרדומפּענעם זשום (װי קען אַ זשום זײַן פֿאַרשטונקען?).

אױסלײג־גרײַזן: פּאַרדרײטן (זאָל זײַן פֿאַרדרײטן?), דורכדרנגלעכקײט (זאָל זײַן דורכדרינגלעכקײט), פּױזנדיקע (זאָל זײַן פּױזענדיקע, פֿון װערב "פּױזען", קריכן), אָנגעכלינעטע (פֿריִער אין מעשׂה איז געװען "אָנכליניעטער").

שפּראָנטשקע —

שפּראָנטשקע — שנאָל (buckle)
קיך־האַנטשערקע — אַ שמאַטע, וואָס די באַלעבאָסטע נוצט אין קיך (לאָזט נישט אַרויס פֿון דער האַנט)
אָפּגעשױבט (װאָס מײנט "שױבן"?) — ריכטיק איז שאָבן, געשאָבט (גרײַז) — אויסגערייניקט מיט אַ שאַרפֿער זאַך
ריפֿטן (פּאָזיטיװ פֿון "רעפֿטל"?) — שטיקער
גערעם — אַ באַגרענעצט שטיקל פּלאַץ (פֿונעם וואָרט ראַם)
פֿאַרדומפּענעם זשום — געמיינט, פֿאַרהלושעטער (וואָס פּלוצעם, פֿאַרשטונקענער?!)

אַ דאַנק פֿאַר די אָפּגעזוכטע גרײַזן: פֿאַרדרייטן; דורכדרינגלעכקייט; פּויזענדיקע (אָבער מע מעג אויך, פּויזנדיקע); אָנגעכליניעטע ( מע מעג אויך, אָנגעכלינעטע)

Kich hantsherke

Ich denk az "hantsherke" shtamt fun dem vort "hantchke"(glove). "Kich hantcherke" varsheinlech badait "oven mitt".