ליטעראַטור

כ'וואָלט פֿאַרן לעבן אָפּגעגעבן אַלץ —
איך נייטיק זיך אַזוי אין זאָרג —
אַ שוועבעלע אַ פּשוטס וואָלט מיך
דערוואַרעמען געקאָנט...

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

זיי

מ'האָט זיי אָפֿט געזען צוזאַמען, זאַלבע דריט — ער, זי און די אַלטיטשקע, וואָס איז געזעסן אין דער רעדערשטול. ער און זי, אַ מיטלוווּקסיק פּאָרעלע, אָנגעטאָן אַלטמאָדיש און באַשיידן, אין דער עלטער פֿון לײַט, וואָס זײַנען פֿאַר דער צײַט אַרויס אויף פּענסיע און הייבן אָן אַ נײַעם אָפּשניט אין זייער לעבן. די אַלטיטשקע אין דער רעדערשטול האָט אויסגעזען ווי אַן אויסגעפּוצטע ליאַלקע; דאָס ראָזעווע טשיפּעקל אויפֿן קאָפּ, אַרומגעזוימט מיט אַ שמאָל־רויטער זײַדענער סטענגע, האָט איר זייער געפּאַסט; אירע פֿיס זײַנען צוגעדעקט געווען מיט אַ טונקל־גרינער, געקעסטלטער דינער קאָלדרע, אויף וועלכער עס האָבן גערוט אירע קליינע קולעקלעך — צוויי קנײַלעכלעך פֿון טונקל־בלויע אָדערן. די אַלטיטשקע איז געזעסן אומבאַוועגלעך, קוקנדיק אויפֿן אַרום מיט צוויי שמאָלע אויסגעלאָשענע אויגן, און בלויז ווען די רעדערשטול פֿלעגט זיך אַ וואַקל טאָן אין אַ זײַט פֿון אַ פּאַסקודנע1 גריבל, אָדער אונטערשפּרינגען אויף אַ שטיינדל, האָט זיך איר קאָפּ לײַכט געשאָקלט אַ פּאָר רגעס, ווי בײַ אַ כינעזישער פּאָרצעלײַענער געצקע, און די אויגן האָבן דערבײַ עטלעכע מאָל אַ פּינטל געטאָן. עמעצער פֿונעם פּאָרעלע — ער אָדער זי — פֿלעגן זיך דאַן באַלד אָנבייגן צו דער אַלטיטשקער, אַ קוק טאָן, צי גאָרנישט איז, חלילה, נישט געשען, דערנאָך אַ שמייכל טאָן צו איר, פֿאַרריכטנדיק די קאָלדרע, אָדער דאָס חנעוודיקע טשיפּעקל, און שטופּן דאָס וועגעלע ווײַטער.

זיי האָבן ליב געהאַט צו שפּאַצירן איבער דעם לאַנגן ברייטן boardwalk דעם שפּאַצירוועג, אויסגעפֿלאַסטערט פֿון שמאָלע ברעטער כּמעט אויפֿן סאַמע ברעג פֿונעם אָקעאַן. אַ באַזונדערע הנאה פֿלעגן זיי דערפֿון האָבן אין די ערשטע וואַרעמע וועסנע־טעג. פֿון 8 אין דער פֿרי, ווען די זון האַרטעוועט שוין אירע גליִיִקע שטראַלן אינעם קאַלטן וואַסער, און די לופֿט איז אָנגעזעטיקט מיט אַ צוגעזאַלצטער פֿרישקייט, פֿלעגן זייערע "פּראָמענאַדעס" דויערן בײַ אַ דרײַ שעה — זיך אָנגעהויבן פֿון דעם בנין, אויפֿן ערשטן ברײַטאָן, וווּ זיי האָבן געוווינט, און זיך געצויגן אַזש צו קוני־אײַלאַנד, צו די פֿאַרווײַל־אַטראַקציעס. צו מאָל פֿלעגן זיי זיך אָפּשטעלן בײַ אַ באַנק, אָנטשעפּען דער אַלטיטשקער אַ פּאָר טונקעלע ברילן, וואָס האָבן איר פֿאַרשטעלט אַ האַלב פּנים, און אויסדרייען דאָס וועגעלע צו דער זון. אַליין האָבן זיי זיך צוגעזעצט אויף דער באַנק, צוטוליענדיק זיך איינער צום אַנדערן, און מיט די פֿאַרמאַכטע אויגן, אונטערגעשטעלט דאָס פּנים דעם פֿרישן ווינטל, זיך מהנה געווען פֿון די זונוואַנעס. דאָס פּאָרעלע האָט כּמעט נישט גערעדט צווישן זיך; זיך אײַנפֿאַרשטאַנען פֿון איין בליק, אַ וווּנק מיטן קאָפּ, אַ פֿיר מיט אַ ברעם, אַ ווײַז מיטן פֿינגער — די שפּראַך פֿון שטומע רמזים האָט אָפֿט פֿאַרביטן זיי די קלאַנגען פֿון ווערטער. און דאָך, זײַנען די אויערן זייערע שטענדיק געווען אויף דער וואַך, אָנגעשפּיצט אין דער זײַט, וווּ ס'האָט זיך געפֿונען די אַלטיטשקע. ס'איז גענוג געווען זי זאָל אַרויסלאָזן אַ שטילן פּיפּס, אַ קרעכץ, ווי עמעצער פֿון אירע צוויי באַגלייטערס איז די סעקונדע געווען לעבן איר; באַטראַכט זי מיט די אויגן, באַטאַפּט זי מיט די הענט, צי זי זיצט גוט, צי עפּעס קוועטשט איר נישט, און אַרויסשלעפּנדיק פֿון אַ קיישעלע, צוגעטשעפּעט צום וועגעלע, אַ פֿלעשעלע וואַסער מיט אַ סמאָטשקע, צוגעטראָגן עס צו איר שמאָל מײַלעכל.

שוין אַ היפּש ביסל צײַט, ווי זיי גייען אַזוי אַרויס אויף דעם מאָרגנדיקן שפּאַציר — ער, זי און די אַלטיטשקע; און די דורכגייערס וואָס האָבן זיי געזען, באַזונדערס די עלטערע לײַט, פֿלעגן זיי נאָכקוקן מיט באַוווּנדערונג און זיפֿצן: "אויף אונדז געזאָגט געוואָרן, אַזעלכע קינדער צו האָבן..."

זי

זי, רייטשעל, איז געבוירן געוואָרן שוין אין ניו־יאָרק; ווען עס געשעט מיט אַ דרײַ חדשים פֿריִער, וואָלט איר געבורט־אָרט געווען עשוועגע, אין דײַטשלאַנד, וווּ אירע עלטערן האָבן זיך געפֿונען אין אַ "די־פּי"־לאַגער. נאָך אַ קינד, האָט זי קיין מאָל נישט געקענט ריכטיק אַרויסזאָגן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט; צוריק גערעדט, האָבן אויך די עלטערן זעלטן ווען עס אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען, זיך גיכער באַגאַנגען מיט אַ "דאָרט" — און ס'איז באַלד קלאָר געווען, וואָסער "דאָרט" זיי מיינען. וואָס יאָ האָט זיך אײַנגעקריצט אין רייטשעלס זכּרון פֿון איר מאַמעס דערמאָנונגען, איז דער נאָמען פֿונעם שטעטל, וווּ זי, די מאַמע, איז געבוירן געוואָרן און האָט געלעבט ביז דער מלחמה. מעזריטש — אַזוי האָט עס געהייסן, דער מאַמעס שטעטל, און רייטשעל האָט דאָס וואָרט גיך פֿאַרגעדענקט טאַקע, ווײַל עס פֿלעגט זיך אָפֿט אַראָפּרײַסן פֿון דער מאַמעס ליפּן. דאָס שענסטע און דאָס בעסטע וואָס דער מאַמען איז אויסגעפֿאַלן אין לעבן, האָט געהאַט אַ שײַכות מיט מעזריטש. אין מעזריטש האָט די זון געשײַנט העלער און די לופֿט איז געווען ציכטיקער; אין מעזריטש זײַנען געווען אַ סך ציגן, און מ'האָט געלעבט פֿריילעך... רייטשעל האָט דער מאַמעס מעשׂיות אַראָפּגעשלונגען אין איינעם מיט דעם ביסקוויט, פֿאַרפּאַרעט אין מילך. וואָס עלטער די טאָכטער איז אָבער געוואָרן, אַלץ נודנער האָבן איר אָנגעהויבן אויסזען דער מאַמעס דערמאָנונגען וועגן דעם אַמאָל; און בלויז דער נאָמען פֿונעם שטעטל — מעזריטש — איז געבליבן ליגן ערגעץ פֿאַררוקט אין זכּרון, ווי אַן אויסגעטריקנט בלימעלע, אַ פֿאַרקוועטשטס ערגעץ צווישן די זײַטלעך פֿון אַ דיקן אויסגעלייענטן בוך.

רייטשעלס טאַטע איז געווען אַ היפּוך פֿון זײַן ווײַב. אַ שווײַגער, אַ מרה־שחורהניק, איז ער מיט קנאַפּע צוואַנציק יאָר געווען עלטער פֿון איר. די מאַמע האָט איין מאָל דערציילט דער טאָכטער, ווי זי וואָלט דערמיט געוואָלט פֿאַרענטפֿערן דעם מאַנס אָפּגעזונדערטקייט און פֿאַרשלאָסנקייט, אַז דער טאַטע האָט פֿאַר דער מלחמה געהאַט אַן אַנדער פֿרוי און אַ קינד, אויך אַ מיידעלע, און אַז זיי זײַנען ביידע אומגעקומען.

אינעם באַקאַליי־קלייטל, וואָס די עלטערן האָבן געהאַלטן, אָדער ווי מ'האָט עס גערופֿן אויפֿן אַמעריקאַנער אופֿן — גראָסערײַ, איז בײַ דער סטאָיקע2 געשטאַנען די מאַמע; זי האָט גערעדט און באַדינט די שיטערע קונים; זי פֿלעגט באַקומען דאָס ביסל סחורה און פֿירן די חשבונות. דעם טאַטנס אַרבעט איז געווען אַ באַהילפֿיקע — אַרײַנברענגען, אַרויסטראָגן, אַראָפּלאָזן אין קעלער, צעפּאַקעווען אַ פּושקע, אַ קעסטל; ער פֿלעגט אויפֿהייבן יעדן אינדערפֿרי די שווערע זשאַליוזן פֿון דרויסן און זיי פֿאַר נאַכט אַראָפּלאָזן און פֿאַרשליסן אויף אַ גרויסן שלאָס. ער האָט די אײַזערנע זשאַליוזן, וואָס פֿלעגן אַרויסלאָזן אַ פֿאַרזשאַווערט־גרילצנדיקן געשריי — רופֿן האַרמאָשקע. וואָס הייסט עס, דאָס וואָרט "האַרמאָשקע", האָט די קליינע רייטשעל נישט פֿאַרשטאַנען. אין די פֿאַרנאַכטן, ווען זי איז געשטאַנען אויף דער גאַס און נאָכגעקוקט, ווי איר טאַטע פֿאַרטשעפּעט מיטן האָקן עפּעס אויבן, איבערן ברייטן פֿענצטער פֿונעם קלייטל, און נאָך זײַן שטאַרקן שלעפּ אַראָפּ, גיט זיך די אײַזערנע "האַרמאָשקע" אַ צעוויקל, איז רייטשעל פֿאַר פֿרייד גרייט געווען צו טאַנצן אויפֿן אָרט.

— נו, ווי געפֿעלט דיר מײַן שפּילן? — פֿלעגט דער טאַטע יעדערס מאָל הייזעריקלעך פֿרעגן, אָפּכאַפּנדיק דעם אָטעם; און זײַנע אײַנגעפֿאַלענע באַקן האָבן אַרויסגעקוועטשט אַ בלייכן שמייכל.

רייטשעל פֿלעגט באַלד צולויפֿן צו דעם שווערן פֿאָרהאַנג, וואָס האָט מיט זיך פֿאַרשטעלט דאָס גאַנצע קלייטל, און מיט די הענטלעך עטלעכע מאָל אַ פֿיר טאָן איבער די אײַזערנע קנייטשן; זי האָט זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי קומט עס פֿאָר, אַז דער גרויסער און ברייטער פֿאָרהאַנג ווערט מיט אַ מאָל פֿאַרשוווּנדן אין דער שמאָלער שפּאַרונע אויבן, איבער דעם טיר־און־פֿענצטער?

זי האָט זיך געפֿרייט, וואָס איצט, נאָכן אַראָפּלאָזן די אײַזערנע זשאַליוזן, וועלן טאַטע־מאַמע זײַן פֿרײַ און גיין מיט איר אַ ביסל שפּאַצירן, האַלטנדיק דאָס טעכטערל בײַ די הענט פֿון ביידע זײַטן. זאָל כאָטש זײַן עטלעכע בלאָקן, ביז זיי וועלן אָנקומען אַהיים, אָבער פֿאָרט איז עס אַ בשותּפֿותדיקער וועג; און זי, רייטשעל, איז געווען אין מיטן, ווי אַ רינגעלע, וואָס שליסט צונויף צוויי רינגען. און דאָך האָט די גראָסערײַ זיי נישט אָפּגעלאָזט, נאָכגעגאַנגען טראָט בײַ טראָט, און דערמאָנט אין זיך מיטן ריח, וואָס האָט זיך אײַנגעגעסן אין דער מאַמעס האָר, אין דעם טאַטנס גראָבער הויט אויף די דלאָניעס און אין די קליידער בײַ זיי ביידע — דער געמישטער גערוך פֿון וואַשזייף, הערינג און פֿאַרדומפּטקייט. אויפֿן וועג אַהיים פֿלעגט די מאַמע תּמיד פֿרעגן דעם טאַטן: "דו האָסט געטשעקט3, ס'איז אַלץ גוט פֿאַרשלאָסן?" זי האָט עס געפֿרעגט, חלילה, נישט ווײַל אויף איר מאַן האָט מען זיך נישט געקאָנט פֿאַרלאָזן; מער פֿון אַלעמען אויף דער וועלט האָט רייטשעלס מאַמע מורא געהאַט פֿאַר אַ גנבֿ.

— פֿאַר אַ גנבֿ איז קיין שלאָס נישטאָ! — פֿלעגט איר דער מאַן ענטפֿערן יעדער מאָל דאָס זעלבע.

רייטשעלס מאַמע האָט עס אַליין גוט געוווּסט, און טאַקע צוליב דעם וויסן עס, איז איר מורא געוואָרן נאָך גרעסער. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אויף זיך די זאָרג צו פֿירן דאָס געשעפֿט, און זיך אײַנגעקלאַמערט אין דעם שטיקל חיונה מיט נעגל־און־ציין. צו טראָגן די זאָרג איז פֿאַר איר געווען נישט קיין נאָווינע4. זי האָט עס געטאָן אין דער געטאָ, אין אירע קנאַפּע דרײַצן־פֿערצן יאָר, נאָך דער מאַמעס טויט, בלײַבנדיק מיט אַ קלענערער שוועסטער אויף די הענט... אין איר שטעטל מעזריטש פֿלעגט מען זאָגן, אַז כּל־זמן די בהמה לאָזט זיך מעלקן, פֿירט מען זי נישט צום שוחט. אפֿשר דערפֿאַר האָט מען שפּעטער, ווען די רוצחים זײַנען געקומען, געהאַט מער רחמנות אויף די בהמות, איידער אויף די מענטשן. די גראָסערײַ איז געווען איר ברוקלינער "ציג" — אַזוי האָט איר דערקלערט דער אָנקל מאַקס, בעת ער האָט געהאָלפֿן דער פּלימעניצע אין דעם געשעפֿט. אָנקל מאַקס איז אַוועק קיין אַמעריקע נאָך לאַנג פֿאַר דער מלחמה, ווען רייטשעלס מוטער איז געווען אַ פּיצל קינד, און ער אַליין האָט נאָך געהייסן מרדכי; טאַקע ער האָט זי שפּעטער אָפּגעזוכט אינעם "די־פּי"־לאַגער און זי, שוין דעמאָלט אַ טראָגעדיקע מיט רייטשעל, אַראָפּגעבראַכט מיטן מאַן קיין ניו־יאָרק. די "ציג" האָט זיך געמאָלקן זייער מאָגער, אָבער די "גרינע" באַלעבאָסטע פֿון דער גראָסערײַ האָט זיך נישט נאָכגעגעבן. זי האָט זיך געלערנט די סוחרישע תּורה בײַ זיך אַליין. קיין אַנדער ברירה האָט זי נישט געהאַט. אומקוקן זיך אויף צוריק, איז אויך נישט געווען וווּהין, האָט זי צווישן די פֿאַרשׂרפֿעטע האָלאָוועשקעס5 פֿון דעם פֿאַרברענטן נעכטן, צו מאָל אַרויסגעשאַרט פֿונקען פֿון האָפֿענונג און בטחון, און מיט זיי דערוואַרעמט איר הײַנט.

גאַנצע טעג פֿלעגט די קליינע רייטשעל פֿאַרברענגען מיט די עלטערן אינעם קלייטל; זיך געפֿינען ערגעץ אַן ערטעלע צווישן די ליידיקע קאַרטאָן־פּושקעס און זיך שפּילן מיט איר ליאַלקע סאַנדראַ אין "קויפֿער־פֿאַרקויפֿער". זי, רייטשעל, איז געווען די פֿאַרקויפֿערין, ווי איר מאַמע, און סאַנדראַ איז געווען אַ קויפֿערין. דער טאַטע האָט אויך געהאַט זײַן אייגן "ערטעלע" — דאָס אַלקערל, אָפּגעטיילט פֿון אַ הינטערשטן ווינקל, מיט צוויי ווענטלעך. דאָרט האָט מען געקאָנט זיך אָפּוואַשן די הענט בײַם וואַשבעקן מיט אַ בראָנדזענעם קראַנט, אויסגעגעסן ערטערווײַז מיט אַ גרינעם זשאַווער; דאָרט איז געשטאַנען אַ בעזעם און דער עמער מיט אַ צעקוואַטשעטער שמאַטע צו וואַשן דעם דיל; אַהין פֿלעגט אַרײַנשמוגלען די קליינע רייטשעל, ווען בײַם שפּילן זיך, האָט זי זיך אַזוי לאַנג אײַנגעהאַלטן, אַז צום טעפּעלע האָט זי שוין געמוזט לויפֿן. דאָס אַלקערל האָט זיך באַלויכטן מיט אַ קליין לעמפּעלע, צוגעטשעפּעט צו דער וואַנט אויבן, איבערן וואַשבעקן און, בשעתן זיצן אויפֿן טעפּעלע, האָט רייטשעל ליב געהאַט צו באַטראַכטן די בילדער, מיט וועלכע עס זײַנען אַרומגעקלעפּט געווען די ווענטלעך. אַרויסגעריסן פֿון ביליקע זשורנאַלן, ס'רובֿ שוין פֿאַרגעלטע, האָבן אויף רייטשעל אַראָפּגעקוקט לאַכנדיקע פּנימער פֿון בלאָנדע פֿרויען אין פּרעכטיקע פֿריזורן און קליידער. דאָס מיידעלע צו אירע פֿינף־זעקס יאָר האָט נאָך נישט געהערט וועגן האָליוווּד און קינאָ־"סטאַרן"; רייטשעל איז נאָך דעמאָלט בכלל קיין איין מאָל אין קינאָ נישט געווען, אָבער די שײַן וואָס האָט אַרויסגעשטראַלט פֿון די שיינע פּנימער פֿלעגט פֿאַרכּישופֿן און זי אײַנהילן אין אַן אײַנשלעפֿערדיקער וואַרעמקייט. דער מאַמעס קול האָט זי אַרויסגעשלעפּט פֿון דער זיסער פֿאַרגליווערטקייט: "רייטשעל, ביסט דאָרט נישט אײַנגעשלאָפֿן?!"

איין בילד אויף דער וואַנט איז געווען אַ מענערישס. אַ קליין מענטשעלע, מיט אַ הוט־קעסעלע אויפֿן קאָפּ און אַ שמאָל פּאַסיקל וואָנצעס, האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטעקעלע און גערייכערט אַ סיגאַר. יעדעס מאָל, ווען רייטשעל פֿלעגט זיך אָנטרעפֿן מיטן בליק אין דעם קאָמישן מענטשעלע, האָט זי זיך אויף ס'נײַ דערפֿרייט — ער איז דאָ, ער איז נישט אַנטלאָפֿן; פֿאַר די שיינע, אויסגעפּוצטע "ליידיס" האָט זי קיין מאָל נישט געזאָרגט — זיי זײַנען תּמיד צופֿרידן, אָדער ווי רייטשעלס מאַמע האָט אַ מאָל געזאָט: "אַזעלכע שפּיגלען זיך אין לעבן!" — אָבער דאָס קליינע מענטשעלע, מיט גרויסע שוואַרצע אויגן, פֿלעגט מיט זײַן קאָמישן אויסזען אַרײַנברענגען אין דעם ענגן, האַלב־פֿינצטערן אַלקערל אַ מאָדנע אומרויִקייט. און פּלוצעם פֿילט זי, ווי עס בלײַבן איר שטיין טרערן אין די אויגן — פֿאַר וואָס? פֿאַר ווען? — זי קאָן עס אַליין נישט פֿאַרשטיין, צי ווײַל ס'איז איר גוט, צי ווײַל ס'איז איר מיט אַ מאָל אומעטיק געוואָרן...

און דאָך, ווי לאַנג רייטשעל זאָל נישט געווען זיצן אויפֿן טעפּעלע, איז דאָס אַלקערל געווען נישט אירס, נאָר דעם טאַטנס "ערטעלע". ווי אַ פֿרײַע מינוט צווישן דער אַרבעט אינעם קלייטל, פֿלעגט ער דאָרט אָפּזיצן אויף די קאָרטעטשקעס6, אַפֿילו נישט אָנצינדן דאָס לעמפּעלע, ווי אַ געשטראָפֿטער. צו מאָל האָט זיך געהערט פֿון דאָרטן אַ דערדריקטער מורמל, און ס'איז נישט קלאָר געווען, צי דער טאַטע רעדט מיט זיך אַליין, צי ער דאַוונט. ער איז נישט געווען קיין פֿרומער, אָבער פֿון דער מאַמען האָט רייטשעל געוווּסט, אַז אַ בחור, האָט דער טאַטע זיך געלערנט אַ שטיקל צײַט אין אַ ישיבֿה. "דער מענטש עסט זיך אויף דאָס האַרץ" — האָט געזיפֿצט די מאַמע. רייטשעל האָט געהויבן די שפּיציקע אַקסלען, ווי געוואָלט זאָגן איר ליאַלקע סאַנדראַ: ווי קאָן מען דען אַליין זיך אויפֿעסן דאָס האַרץ?

אין די זומער־שבתים האָט רייטשעל ליב געהאַט צו גיין מיטן טאַטן אויף ברײַטאָן־ביטש. די מאַמע איז געבליבן אין דער היים — אויפֿראַמען, איבערוואַשן, צוגרייטן עסן. "גיי מיטן טאַטן אויף אַ פּראָמענאַדע. שלעפּ אים אַרויס אויף דער זון. אפֿשר וועט ער אַ ביסל אָטכײַען!" אויפֿן ברעטערנעם שפּאַצירוועג איז שטענדיק געווען לעבעדיק. ווען זיי זאָלן נישט געווען קומען אַהין, האָבן זיך דאָרט אומגעדרייט מענטשן. רייטשעלס טאַטע, ווי זײַן שטייגער איז, וואָלט געקאָנט זיך באַגיין אָן דעם רעשיקן אָרט, אַ סך מענטשן צוזאַמען האָבן אים געמאַכט צעטומלט. ער איז אַהין געגאַנגען צוליב זײַן טעכטערל, און רייטשעל, אויסגעפּוצט אין איר בלוי קליידעלע, מיט רויטע און געלע בלימעלעך, רויטע שיכעלעך און אַ געל בערעטל אויפֿן קאָפּ, האָט געשײַנט פֿאַר גליק. זי האָט גוט געוווּסט דעם וועג וווּ צו גיין, ווײַל דער זיס־באַווירצטער ריח פֿון פֿריש אָפּגעפּרעגלטע ניסלעך, באַגאָסן מיט צוקער־סיראָפּ, האָט זי צוגעצויגן צו זיך, ווי עס ציט צו אַ בין. דאָס איז געווען אי אַ בודע, אי אַ וועגעלע אויף צוויי רעדער — אין איין צײַט. דער באַלעבאָס פֿון דער מאָדנער מאַשינעריע7, אַ דאַרער, פֿאַרברענטער אויף דער זון מענטש, מיט אַ געדיכט־שוואַרצער פּאַטליע האָר אויפֿן קאָפּ, אַרומגעבונדן אויפֿן פֿאַרשוויצטן שטערן מיט אַ רויטער שמאָלער סטענגע, האָט עטלעכע מאָל הילכיק צוגעקנאַקט מיט דער צונג און פּלוצעם אַרויסגעלאָזט פֿונעם מויל צוויי־דרײַ קורצע ווערטער, וואָס רייטשעל האָט זיי נישט פֿאַרשטאַנען, אָבער דער גרילץ פֿונעם קלאַנג "ר־ר־ר־ר", האָט, ווי אַ דין שפּיזל, דורכגעשטאָכן די לופֿט און אָנגעסיליעט אויף זיך די דאָזיקע קלאַנגען. דער הענדלער פֿון ניסלעך פֿלעגט פֿלינק, מיט אַ שמאָל לאָפּעטקעלע, אַ שאַר טאָן עטלעכע מאָל איבער דער ברייטער, אָנגעגליטער בלעכענער טאָווע, אויף וועלכער עס האָבן זיך די ניסלעך געזשאַרעט8, און אונטערשטעלנדיק דאָס פּאַפּירענע שקאָרמיצל, גיך אַרײַנשיטן אַהין אַ פּאָרציע ניסלעך. רייטשעלס טאַטע האָט אים גערופֿן "ציגײַנער", און נאָכן דערלאַנגען אים די עטלעכע סענט, אָפּגענומען דאָס שקאָרמיצל.

נאָכן קויפֿן די ניסלעך בײַם "ציגײַנער" האָט דער שבתדיקער שפּאַציר אָנגעהויבן צו האָבן זײַן באַזונדערן טעם. די ניסלעך זײַנען געווען קײַלעכדיקע און זיך געקלעפּט איינס צום אַנדערן, אָבער רייטשעל האָט זיי מיט צוויי פֿינגער אָפּגעטיילט און צוגעטראָגן צום מויל איינציקווײַז. זי האָט זיך נישט געאײַלט דאָס ניסל צו עסן. בײַם אָנהייב, באַטאַפּט מיט די ליפּן און אָפּגעלעקט מיטן שפּיץ צינגל דאָס זיסע, דינע הײַטל; דערנאָך אַרײַנגעשטופּט דאָס האַרטע בײַלעכל אין מויל און נאָכן שפּילן זיך אַ רגע מיט דעם — אַרומגעדרייט עס אינעווייניק מיט דער צונג איבערן גומען — און צום סוף, אָניאָגנדיק אַ פֿולן מויל סלינע, עס צוגעשאַרט צו די הינטערשטע ציין. ערשט נאָכן צעקײַען און צעמאָלן יעדער ניסל באַזונדער, און אַראָפּשלינגען דאָס געשמאַקע קאַשקעלע, איז געקומען די צײַט פֿאַרן אַנדערן ניסל. "גענוג זיך שוין פּאַטשקען מיט דעם", — האָט נישט אויסגעהאַלטן דער טאַטע. אָבער רייטשעל האָט עס נישט געאַרט, ווײַל זי איז געווען זיכער, אַז יעדער ניסל האָט זײַן אייגענעם טעם.

נאָך מיט עטלעכע מינוט צוריק האָט זיך איר געדאַכט, צודריקנדיק צו זיך דאָס פֿולע, וואַרעמע שקאָרמיצל, אַז ניסלעך זײַנען דאָרט אַ סך, און אַז זי וועט זיך פּאַסמאַקעווען מיט זיי לאַנג, אַזש ביז קוני־אײַלאַנד, אָבער זיי זײַנען גיך אויסגעגאַנגען און דאָס שקאָרמיצל איז געוואָרן ווייך, ווי אַ פּראָסט שטיקל פּאַפּיר. ווען רייטשעל האָט אַהין אַרײַנגעקוקט, האָט זי דערזען בלויז צוויי ניסלעך, צוגעקלעפּט איינס צום אַנדערן, ווי צוויי בעבריקלעך — פֿאַר דער מאַמען אין דער היים. דערמיט האָט זיך פֿאַרענדיקט דער ערשטער טייל פֿון זייער שבתדיקער "פּראָמענאַדע". ווײַטער איז זייער וועג געלעגן צום וואַסער. אַראָפּגעוואָרפֿן אירע רויטע שיכעלעך, האָט רייטשעל גראָבנדיק דאָס וואַרעמע זאַמד מיט די באָרוועסע פֿיסלעך, זיך געלאָזט לויפֿן אַנטקעגן די שטיל־שפּילעוודיקע כוואַליעס. דער טאַטע האָט זי קוים אָפּגעהאַלטן: "ווער נישט ווילד, לויף נישט אַזוי!" ער האָט אומגעלומפּערט איבערגעשטעלט די פֿיס, נישט אָנצונעמען זאַמד אין די שיך, אָבער סײַ ווי סײַ, ביז זיי זײַנען צוגעגאַנגען צום עק ברעג, זײַנען זײַנע שיך שוין געווען פֿול. רייטשעל האָט באַלד אײַנגעטונקען די קלעפּיקע הענטלעך אין וואַסער און זיי אַ ווײַלע געשווענקט; דערנאָך געמאַכט אַ "שיפֿעלע" פֿון די דלאָניעס און, אָנשעפּנדיק אַהין וואַסער, צוגעטראָגן צום פּנים. אויפֿן וועג האָט דאָס וואַסער אַרויסגערונען, ווײַל דאָס דלאָניע־"שיפֿעלע" האָט געהאַט אַ שפּאַלט. און דאָך האָט רייטשעל מיט די נאַסע הענטעלעך עטלעכע מאָל אַ פֿיר געטאָן איבער די פֿאַרשמירטע ליפּן, און אַפֿילו אַרויסגעשטופּט דאָס צינגל. נאָך די פּריקרע־זיסע ניסלעך איז דאָס ים־וואַסער שוין נישט געווען אַזוי געזאַלצן.

דאָס בעסטע איז געווען בײַ רייטשעל צו שטיין אין וואַסער ביז די קני — העכער האָט דער טאַטע נישט געלאָזט — און קוקן אויף די מעוועס. די ווײַסע פֿייגל מיט גרויע פֿלעקן אויף די שפּיץ פֿליגלען און שטאַרקע שנאָבלען האָבן זי אויך פֿאַרכאַפּט, ווי יענע בלאָנדע, שיינע "ליידיס" אויף די אָפּגעבליאַקעוועטע בילדער אינעם אַלקערל, אָבער די לעבעדיקע פֿייגל האָבן געהאַט איבער איר אַן אַנדער כּוח. זייערע קורצע, גאָרגלדיקע אויסגעשרייען האָבן אויפֿגעוועקט אין איר אַן אומרו. רייטשעל פֿלעגט באַלד דערפֿילן ווי דער קאָפּ אירער ווערט אַרומגעכאַפּט און פֿאַרצויגן מיט אַ שמאָלער סטענגע, ענלעך צו דער, וואָס ס'האָט געטראָגן דער פֿאַרקויפֿער פֿון ניסלעך; אָבער איר סטענגע איז געווען האַרט און שטאַרק, ווי אַ שמאָלער רייף, וואָס מיט יעדן פֿויגלקוויטש האָט ער אַלץ פֿעסטער און ווייטיקלעכער צונויפֿגעדריקט איר קאָפּ. די אויגן האָבן זיך איר אַליין פֿאַרמאַכט, זי האָט דערזען פֿאַר זיך אַ שמאָלע, לאַנגע רער, וואָס האָט זי משונה־גיך, אַרײַנגעשלעפּט אין זיך, אין איר שוואַרצער, טיפֿער פּוסטקייט, און אין איין אויגנבליק אַרויסגעוואָרפֿן דורכן אַנדערן עק — העט־העט אין הימל אַרײַן, וווּ עס האָבן שוין אויפֿן מיידעלע געוואַרט די שיינע מעוועס...

אויפֿגעציטערט, ווי פֿון אַן איבערשרעק, איז די ווײַליקע פֿינצטערע פֿאַרנעפּלטקייט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, זיך צעשמאָלצן אין דער ציכטיקער, געזונטער ים־לופֿט, ווי אַ שוואַרץ רויכל. די זוניקע שײַנפֿלעקן האָבן זיך געוויגט אויפֿן אייבערפֿלאַך פֿון דעם גרין־בלויען וואַסער, ווי מילי־מיליאַסן קרישטאָלענע שיפֿעלעך. רייטשעל האָט שוין נישט געקאָנט אָפּרײַסן די אויגן פֿון די בייגעוודיק־שפּיציקע באַוועגונגען פֿון די ווײַסע פֿייגל. אָט, דאַכט זיך איר, האָט זי זיך שוין אָנגעכאַפּט מיטן בליק אין אַ מעווע, באַגלייט זי אינעם שוועבנדיקן פֿלוג, און פּלוצעם — אַ קוויטש, ווי אַ שאָס — די אָנגעצייכנטע פֿלי־ליניעס, וואָס נאָר דער פֿויגל און דאָס מיידעלע האָבן זי געקאָנט זען, ברעכט זיך איבער און פֿאַלט געשווינד אַראָפּ. זיך אַ פּליוכע געטאָן אין וואַסער, האָט די מעווע זיך באַלד אָפּגעשטויסן פֿון דער אייבערפֿלאַך, און עס ציט זיך שוין ווידער נאָך איר אַרויף אַן אומזעעוודיקע גלײַכע ליניע, פֿאַרקוועטשט אינעם שנאָבל, צוזאַמען מיט אַ קליין פֿישל. רייטשעל קוועלט פֿאַר גליק, זי קלעפּט זיך צו מיט די פֿײַכטע דלאָניעס צו די בעקעלעך, רויט געוואָרענע סײַ פֿון דער זון און סײַ פֿון דער אָנגעכליניעטער פֿרייד. זי קערט זיך אויס צום טאַטן — צי האָט ער אויך געזען דער מעוועס קונצן? — און שטויסט זיך אָן אין זײַן סטאַטעטשנער9, טונקעלער פֿיגור. דאָס פֿרישע ווינטל שווענקט אין דער לופֿטן די ברייטע הויזן אויף זײַנע לאַנגע דאַרע פֿיס, שויבערט אויפֿן קאָפּ די שיטערקייט פֿון זײַנע האָר. און ער אַליין שטייט, ווי אײַנגעוואַקסן אינעם זאַמדיקן באָדן, בלויז די אויגן, טיף אײַנגעפֿאַלן אויפֿן מאָגערן, פֿרי־פֿאַרעלטערטן פּנים, זוכן ערגעץ ווײַט־ווײַט, וווּ דער הימל־בויגן גיסט זיך צונויף מיטן פֿלאַך פֿונעם אָקעאַן, — אַ פֿאַרלוירענעם אָנשפּאַר. צום טאַטנס נישט־דאָיִקייט, הגם רייטשעל קאָן זיך צורירן צו אים מיט דער האַנט, איז די טאָכטער שוין צוגעוווינט. אָבער וואָס זוכט ער דאָרט שטענדיק מיטן בליק, אין זײַנע ווײַטענישן, אַז זי, רייטשעל, איז דאָ לעבן אים, און האָט אים זייער ליב? און איין מאָל, ווען זיי זײַנען אַזוי געשטאַנען בײַם וואַסער, און רייטשעל האָט זיך געשפּילט מיט די ווײַסע פֿייגל, אויסגעשטרעקט צו זיי אירע הענטלעך, ווי זי וואָלט זיך געקאָנט אָכאַפּן אין דעם דורכזיכטיקן פֿאָדעם פֿון זייער פֿלי און באַגלײַך מיט זיי זיך טראָגן איבערן וואַסער, — האָט זי דערהערט ווי דער טאַטע האָט אַ רוף געטאָן: "מירעלע..." זי האָט צו אים אויסגעדרייט דעם קאָפּ, האַלטנדיק נאָך אַלץ אויסגעצויגן די הענטלעך אַרויף. דער טאַטע האָט ווידער אָנגערופֿן דעם זעלבן נאָמען, זיך ווענדנדיק צו זײַן פֿאַרלוירענער ווײַטעניש, אָבער באַלד, איבערגעפֿירט זײַן בליק צו רייטשעל און שוין, קוקנדיק איר אין די אויגן, קלאָר אַרויסגעזאָגט: "קום, קום צו מיר, מירעלע?" — און געמאַכט צו איר אַ שפּאַן אַנטקעגן...

רייטשעל האָט געוווּסט, די מאַמע האָט איר דערציילט, אַז דעם טאַטנס ערשט קינד, וואָס איז אומגעקומען אויף יענער זײַט אָקעאַן, האָט געהייסן מירעלע. אַ פֿאַרלוירענע, האָט רייטשעל געקוקט אויפֿן טאַטן. אַ חוצפּהדיקע מעווע האָט האַסטיק זיך אַ טראָג געטאָן אַקוראַט לעבן איר, שיִער נישט אָנגערירט אירע האָר אויפֿן קאָפּ, ווי געוואָלט דערמיט אַרויסווײַזן, אַז זייער שפּיל האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט. בײַם סאַמע אויער האָט דער פֿויגל אַרויסגעלאָזט אַ געשריי, וואָס רייטשעל האָט דערהערט אין אים דעם זעלבן נאָמען, נאָר ווי אַ נאָכקרימעניש: "מירררל..."

און ווידער האָט דער פֿויגלשער קוויטש אַ שנײַד געטאָן דעם מוח; איר פּנים האָט זיך פֿאַרקרימט און, קריצנדיק מיט די ציינדלעך, האָט דאָס מיידעלע פּלוצעם בייז אויסגעשריגן צום טאַטן און צו דער מעווע: "כ'בין רייטשעל! רייטשעל!.." אונטערגעכאַפּט פֿונעם זאַמד אירע רויטע שיכעלעך, האָט רייטשעל זיך געלאָזט לויפֿן אַהיים, זינקענדיק מיט די באָרוועסע פֿיסלעך אינעם הייסן זאַמד. פֿון דעמאָלט אָן האָט דער ווײַסער ים־פֿויגל זיך געפֿונען אַ נעסט אין רייטשעלס קיום. נישט איין מאָל פֿלעגט זי שפּעטער זיך אומקערן אַהער, צום עק ברעג און, אַרײַנגייענדיק אין וואַסער, שטיין אַזוי פֿאַרטראַכטערהייט. אפֿשר האָט זי טאַקע אין אַזעלכע ווײַלעס צוגעטראַכט דאָס מעשׂהלע וועגן מירעלען, וואָס האָט זיך נאָך איר אומקום פֿאַרוואַנדלט אין אַ שיינער, ווײַסער מעווע. געוויס, אַז זי פֿליט דאָ אַרום צווישן די ברײַטאָן־טשאַטעס...

(המשך אין קומענדיקן נומער)


1) פּאַסקודנע — שלעכטס

2) סטאָיקע — פֿאַרקויף־טישל

3) געטשעקט (אַמעריקאַניזם) — קאָנטראָלירט

4) נאָווינע — נײַעס, נײַע זאַך

5) האָלאָוועשקע(ס) — דאָס געבליבענע נאָך אַ פֿײַער

6) זיצן אויף די קאָרטעטשקעס — אײַנגעבויגן, אָן אַ בענקל

7) מאַשינעריע — קאָנסטרוקציע

8) געזשאַרעט, זשאַרען — געפּרעגלט, פּרעגלען

9) סטאַטעטשנער — אומבאַוועגלעכער

‫אַ דאַנק פֿאַר

‫אַ דאַנק פֿאַר די דערקלערונגען. בײַ װײַנרײַך שטײט "קוליק"; בײַ סטוטשקאָװ אי "קוליק" אי "קולאַק"; קײנער האָט ניט "קולעק"; אָט דערפֿאַר האָב איך דאָס װאָרט פֿריִער ניט געפֿונען. דאָס װאָרט "בעבריקלעך" געפֿינט זיך ניט בײַ שעכטערס רשימה פֿון געװיקסן, אָבער מסתּמא מײנט דאָס װאָרט דאָס זעלבע װי זײַן "גאָפּלגראָז". איך האָב אַרײַנגעלײגט די אַלע װערטער אין מײַן װערטער־אוצר, װאָס לאָזט זיך געפֿינען דאָ מע קען זוכן Sandler כּדי צו געפֿינען אַלע אײַערע װערטער װאָס לאָזן זיך ניט געפֿינען אין אַנדערע מקורים. ‬

ווערטער-אוצר

אַ דאַנק פאַרן אָנהייב פון אַ רירנדיקער מעשה! דער גלאָסאַר קומט צו נוץ, אָבער עס זײַנען דאָ ווערטער וואָס זיי געפינען זיך ניט אין מײַנע ווערטערביכער. אפשר קענט איר זיי געבן צו פאַרשטיין:

קולעקלעך: דאָס זעלבע ווי קוליעס (קריכהעלצער)?
קנײַלעכלעך
אָטכײַען
פּאַטליע
טאָווע
בײַלעכל
בעבריקלעך
אָנגעכליניעטער

טײַטש

קודם־כּל, אַ דאַנק פֿאַרן לייגן אַכט אויף מײַן נײַער נאָוועלע. כ'מיין, איר וועט זיך נישט אַנטוישן.

קולעקלעך: דאָס זעלבע ווי קוליעס (קריכהעלצער)? — ניין. אויף קוליעס שפּאַרט מען זיך אָן, ווען מע האָט צו טאָן מיט אַ קראַנקן פֿוס, למשל. "קולעקלעך", מיינט קליינע פֿויסטן. (פֿונעם וואָרט קולעק, אָדער קולאַק)

קנײַלעכלעך — קנויל
אָטכײַען — אָפּכאַפּן דעם אָטעם, זיך אָפּרוען
פּאַטליע — אַ בינטל האָר אויפֿן קאָפּ
טאָווע — סקאָווראָדע
בײַלעכל — בײַל, קײַלעכל
בעבריקלעך — אַזעלכע שטעכיקע געוויקסן, וואָס טשעפּען זיך צו (צו עפּעס). די קינדער פֿלעגן זיי וואַרפֿן איינער אינעם אַנדערן.
אָנגעכליניעטער — איבערגעפֿולט.