דאָס נײַע קאַלענדאַר־יאָר 2008 האָט אָנגעהויבן אָפּצוציילן זײַן גאַנג. דערווײַל האָט עס געמאַכט נאָר די ערשטע טריט, אָבער קיין גאָר זיכערע זײַנען זיי נישט; זעט אויס, אַז די לאַסט פֿון נישט געלייזטע פּראָבלעמען, פֿאַרבליבן פֿון פֿאַראַיאָרן, איז גאָר נישט קיין לײַכטע.

קונסט
דער וואַרשטאַט פֿון "מ. ס. איליאָנס און זין", ברוקלין, 1910 — 1912

אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

ליטעראַטור

כ'וואָלט פֿאַרן לעבן אָפּגעגעבן אַלץ —
איך נייטיק זיך אַזוי אין זאָרג —
אַ שוועבעלע אַ פּשוטס וואָלט מיך
דערוואַרעמען געקאָנט...

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

געזעלשאַפֿט, ‫רעפּאָרטאַזשן
דער שמשׂ פֿון דער "קליינער שיל" רב זוסיע גורעוויטש

— אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען.

דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז;

טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע

צווישן די געציילטע וועטראַנען פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין קיִעוו, געהערט אויך די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע, וועלכע לעבט צו געזונט אין ישׂראל מיט איר טאָכטער, אייניקלעך און אוראייניקלעך און וואָס איז הײַיאָר אַלט געוואָרן פֿינף און נײַנציק יאָר. זי איז געווען מײַן נאָענטער פֿרײַנד, אַפֿילו פֿיל יאָרן נאָך דעם ווי דער טעאַטער איז געשלאָסן געוואָרן, און מיר, אַ קליין הײַפֿעלע אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, זײַנען געבליבן לעבן אין טשערנאָוויץ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצופֿירן זײַן הבֿטחה צו די אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מצרישער שקלאַפֿערײַ און צו ברענגען זיי קיין ארץ־ישׂראל. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געקומען צו פּרעה; זיי האָבן אים בלויז געבעטן צו לאָזן די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני, און נישט צו באַפֿרײַען זיי אינגאַנצן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גיל פֿראַנק און זײַן אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ

וואָרצלדיקע ישׂראל־מאָטיוון זײַנען דער עיקר אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון אַמנון לוי און רמי דנון "גפֿן בלאדי" (אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ), אויפֿגעפֿירט אין קאַמרי־טעאַטער, אין תּל־אָבֿיבֿ.

וואָס קאָן שוין זײַן מער ישׂראליש ווי אַוועקצושטעלן אויף דער בינע די אָפּהאַנדלונג אין האַרץ פֿון נגבֿ; אויסווײַלן ווי אַ העלד פֿון דער פּיעסע אַ ישׂראלדיקן נגבֿ־אײַנוווינער, אַן אידעאַליסט, שאָול בערגער, וואָס שטרעבט ווידער דערפֿירן צום אויפֿבלי פֿון דעם אוראַלטן ארץ־ישׂראלדיקן ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ, פֿון וועלכן עס האָט געטריפֿן דער ווײַן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די בויערס פֿון בית־המיקדש;

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

• רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

נײַע לידער

*

אַ פֿרײַער טאָג.
אַ זעלטן פֿרײַער טאָג.
אַ שכן קאָן מיך פֿירן
וווּ איך וויל,
ניט שווער איז צו דערפֿאָרן.
איך האָב געציילט אַדרעסן

קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלגאַ בעלאָוואַ, וולאַדימיר פּעטרוכין. דער ייִדישער מיטאָס אין דער סלאַווישער קולטור. ירושלים, מאָסקווע׃ גשרים, 2007.

די סאַמע ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די ייִדן און דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט מער ווי איין טויזנט יאָר צוריק. זינט דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן די ייִדן און סלאַוון אַן אינטענסיוון קולטורעלן דיאַלאָג. אָבער ביז לעצטנס איז דאָס געביט פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען פֿאַרבליבן אויף דעם ראַנד פֿון סײַ ייִדישע, סײַ סלאַווישע פֿאָרשונגען. ערשט אין די לעצטע צענדליק יאָר האָבן זיך די געלערנטע אין פֿאַרשידענע לענדער — רוסלאַנד, פּוילן, דײַטשלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע — גענומען פֿאַר סיסטעמאַטישער פֿאָרשונג פֿון ייִדיש־סלאַווישער קולטורעלער צוזאַמענווירקונג.

פּובליציסטיק

(ערשטער אַרטיקל)

מיר ייִדן, האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשולדיקט קעגן זיך אַליין. מילא, די וועלט האָט אונדז נישט געשאַנעוועט, דערלאַנגט די אמתע זבענקעס איבערן קאָפּ, האָבן מיר געטראַכט, אפֿשר, ווען מען זאָל זײַן אַ ייִד אין הויז און אַ מענטש אין גאַס, וואָלט אונדז געהאָלפֿן נושׂא־חן זײַן מיט חניפֿה בײַ די גויים. מיטן מענטש אין גאַס איז אונדז גרינגער אָנגעקומען, נאָר מיטן ייִד אין הויז, זעט איר, איז פֿאַר אונדז געווען דער אמתער נסיון. דער ייִד אין הויז האָט גענומען פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן אַלערליי אַחריותן צו ייִדישקייט, אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון שפּראַך און טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן, געשיכטלעכע אָנגעהעריקייטן און קולטורעלער צוגעבונדקייט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען איך קיין מאָל נישט מאַכן קיין באַשלוס? איך קווענקל זיך הין און צוריק וועגן יעדן ענין, יעדן באַשלוס. ווען איך בין אין אַ קליידער־געשעפֿט, קען איך נישט באַשליסן וואָסערע מלבושים צו קויפֿן. איך בין קיין מאָל נישט זיכער, וואָסער קלייד פּאַסט מיר מער. אַפֿילו נאָך דעם ווי איך קויף עפּעס, זאָרג איך זיך, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און פֿרעג זיך, צי איך האָב ריכטיק באַשלאָסן. פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער?