דאָס נײַע קאַלענדאַר־יאָר 2008 האָט אָנגעהויבן אָפּצוציילן זײַן גאַנג. דערווײַל האָט עס געמאַכט נאָר די ערשטע טריט, אָבער קיין גאָר זיכערע זײַנען זיי נישט; זעט אויס, אַז די לאַסט פֿון נישט געלייזטע פּראָבלעמען, פֿאַרבליבן פֿון פֿאַראַיאָרן, איז גאָר נישט קיין לײַכטע.
אַ שווערער קלאַפּ, וואָס זײַנע נאָכווייענישן וועלן זיך פֿילן הײַיאָר, איז פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿון בענאַזיר בכוטאָ, דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטאָרין פֿון פּאַקיסטאַן. איר טראַגישער טויט איז פֿאַרבונדן נישט נאָר מיטן אינערלעכן מצבֿ פֿון פּאַקיסטאַן גופֿא; פּאַקיסטאַן, ווי באַוווּסט, איז אַ נוקלעאַר לאַנד, פֿאַרפֿלייצט מיט אַגרעסיווע איסלאַמיסטן, וואָס רײַסן זיך צו דער מאַכט. פּאַקיסטאַנס אַטאָמישע באָמבע לאָזט נישט רוען אַסאַמאַ בין לאַדענען, וואָס געפֿינט זיך מיט זײַנע מיליטאַנטישע פֿאַנאַטיקער גאָר נישט ווײַט פֿון זײַן ציל.
ס׳איז קלאָר, אַז דער טעראָריסטישער אַטענטאַט איז געשען נישט נאָר ווײַל בכוטאָ איז געגאַנגען צו די וואַלן געשטימט מער פּראָ־מערבֿדיק — וואָס מיינט אויך דעמאָקראַטיש — ווי אירע אָפּאָנענטן. איר פּערזענלעכקייט, איר ייִחוס און פּאָליטישע קאַריערע איז צו אָפּשטויסנדיק און אַפֿילו פֿרעמד פֿאַר דעם אָרט, וווּ זי איז שוין איין מאָל געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער רעגירונג, און געמוזט זי נישט בלויז פֿאַרלאָזן, נאָר אויך אַנטלויפֿן פֿון איר אייגן לאַנד.
ווי מיר ווייסן, האָט בכוטאָס אומקער קיין פּאַקיסטאַן, דעם 18טן אָקטאָבער אַרויסגערופֿן בײַ אירע שׂונאים אַ געהעריקע רעאַקציע: עטלעכע זעלסטמערדערישע אויפֿרײַסן, אין וועלכע עס זײַנען אומגעקומען איבער 140 מענטשן.
שוין דאָס אַליין וואָלט געדאַרפֿט ווערן אַ סכּנה־סיגנאַל פֿאַרן פּאַקיסטאַנער פּרעזידענט פּערעוועז מושאַראַף, פֿאַרן מערבֿ און אַוודאי פֿאַר אַמעריקע. ס'איז נישט קיין סוד, אַז דווקא וואַשינגטאָן האָט איניציִיִרט דעם אומקער פֿון בכוטאָ קיין איסלאַמאַבאַד, כּדי זיך שטעלן בראָש דער אָפּאָזיציע צום פּרעזידענט, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם צוטרוי פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, צוליב זײַנע דיקטאַטאָרישע מעשׂים. איין קלייניקייט: אין וואַשינגטאָן האָט מען נישט דערשאַצט די סכּנה, וואָס וואַרט אויף דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטאָרין, און זי פֿאַקטיש געלאָזט נישט באַשיצט סײַ פֿון איר קעגנער, דעם פּרעזידענט פֿונעם לאַנד, סײַ פֿון די צעווילדעוועטע פֿאַנאַטיקער־איסלאַמיסטן.
מיר ווייסן נישט, ווי ווײַט בכוטאָ וואָלט באַרעכטיקט די האָפֿענונגען פֿונעם מערבֿ, אויב זי וואָלט געוווּנען די וואַלן און ווידער געוואָרן פּרעמיער, אָבער מיט איר אומקום האָט דער מערבֿ אַזאַ האָפֿענונג פֿאַרלוירן. ווי מיר דערוויסן זיך איצט, איז געווען אויך אַ האָפֿענונג, אַז בכוטאָ האָט געהאַט אַן אינטערעס אָנצושטעלן פֿרײַנדלעכע פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל. נישט געקוקט אויף די דראָונגען מצד די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן, האָט זי געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אין פֿאַל פֿון איר ווערן אויסגעוויילט בעת די וואַלן, וועט זי זיך טרעפֿן מיט אהוד אָלמערטן...
דערווײַל האָט די וואַל־קאָמיסיע אין איסלאַמאַבאַד מיטוואָך געמאָלדן, אַז צוליב די אומאָרדענונגען, וואָס זײַנען אויסגעבראָכן גלײַך נאָכן אַטענטאַט, מוז מען דעם טערמין פֿון די וואַלן אַריבערטראָגן פֿונעם פּלאַנירטן 8טן יאַנואַר אויפֿן 18טן פֿעברואַר. אינעם זעלבן טאָג, מיטוואָך, האָט פֿאַר זײַן פֿאָלק גערעדט דער פּרעזידענט פּערעוועז מושאַראַף. אין זײַן רעדע האָט ער אַוודאי באַטאָנט, אַז "נאָך דעם טראַגישן מאָרד פֿון בענאַזיר בכוטאָ, מוז דאָס פֿאָלק זיך פֿאַראייניקן קעגן דעם קאַמף פֿון די טעראָריסטן, וואָס פּרוּוון אוינטערצורײַסן די זיכערהייט פֿונעם לאַנד."
איצט, נאָך בכוטאָס טויט, האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער "פֿאָלקס־פּאַרטיי פֿון פּאַקיסטאַן", איבערגענומען איר 19־יאָריקער זון בילאַוואַל. די אָפּאָזיציע איז קעגן דעם איבערטראָגן די דאַטע פֿון די וואַלן. איר מאָטיוואַציע איז, אַז פּרעזידענט מושאַראַף און זײַנע אָנהענגער טוען עס, כּדי צו געווינען צײַט און האָבן די מעגלעכקייט צו מאַניפּולירן מיט די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן.
נאָך אַלעמען, האָט דער טויט פֿון בענאַזיר בכוטאָ צוגעשפּילט די אַנטי־מערבֿדיקע כּוחות, ווער זיי זאָלן נישט זײַן: די דיקטאַטאָרישע מאַכט אין פּאַקיסטאַן, אָדער די איסלאַמיסטישע עקסטרעמיסטן אינעם און אויסער דעם לאַנד.