פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 14טן מײַ 1948, מיטן פּראָקלאַמירן מדינת־ישׂראל, איז די עגיפּטישע אַרמיי אַרײַנגעדרונגען אין דרום־ישׂראל, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָאָרדינירטן אַטאַק פֿון די שכנותדיקע אַראַבישע מדינות. אָבער די קרעפֿטן פֿון צה"ל האָבן מצליח געווען צו אָקופּירן דעם סיני־האַלבאינדזל ביז על־אַריש און די מלחמה האָט זיך געענדיקט דעם 24סטן פֿעברואַר 1949 מיט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן אויף דעם ראָדאָס־אינדזל.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע אַגענטור בײַ דער "יו־ען", 1947. אַבא־הלל סילווער (זיצט, צווייטער פֿון רעכטס), און לעבן אים — אָנדריי גראָמיקאָ. הינטער זיי: משה שרת און גאָלדע מאיר

אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג.

דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט די יאָרדאַנישע אָפּציע אויסגעזען ווי אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס הייסט, אַ לייזונג, וווּ דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל וועט צוריקגיין צו יאָרדאַניע. אין דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, אָקטאָבער 1991, האָט זיך באַטייליקט אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָט ישׂראל גורם געווען, אַז קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט מוותּר געווען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און עס געלאָזט אין די הענט פֿון אַראַפֿאַטן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט.

פּאָליטיק
ירושלים, דעם 30סטן נאָוועמבער 1947: ייִדן פֿרייען זיך אין די גאַסן,
נאָך דעם ווי די "יו־ען" האָט אָנגענומען די צעטיילונג פֿון פּאַלעסטינע.

אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק

עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָנראַד אַדענאַוער מיט דוד און פּאָליאַ בן־גוריון אין שׂדה בוקר, מײַ 1966

עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַ אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די סאָוועטישע ייִדן, באַגריסט מען דעם סאָוועטיש־ייִדישן דיסידענט, יוסף מענדעלעוויטש (לינקס), ניו־יאָרק, 1977

אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָ­ווע­טישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעב­רואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקי­טאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעק­רעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגע­הויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן."

אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז,

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ישׂראל געהערט צו די לענדער אויף דער וועלט וואָס האָט נישט קיין געשריבענע קאָנסטיטוציע; אָבער זי ווערט אָנגעפֿירט קאָנסטיטוציאָנעל פֿונעם ערשטן טאָג אָן זינט איר אַנטשטייונג. דער ערשטער דאָקו­מענט ווײַזט פֿאַקטיש אָן דעם וועג צו רע­גירן אין ישׂראל, איז ישׂראלס “מגילת־העצמאות", די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמי­רונג פֿון 14טן מײַ 1948.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז גוט באַקאַנט וואָס אַבא אבֿן האָט געזאָגט וועגן די אַראַבער, אַז "קיינמאָל פֿאַרזעען זיי נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט". דעם זעלבן געדאַנק האָט זייער דערפֿאָלגרײַך אוסגעדריקט אַ לבֿנונער אינטעלעקטואַל און שרײַבער, סע­סיל כוראַני, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געשריבן: "מיר, אַראַבער, האָבן אַ פּסיכאָלאָגישע שוואַכקייט; וואָס מיר גלײַכן נישט, מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז דאָס עקזיסטירט נישט.